|
גענאַדי עסטרײַך אויף די רחבֿותן פֿון קאָרנוואָל |
|
אַז מע פֿאָרט אַרום אין גרויס-בריטאַניע און מע פֿאַרפֿאָרט אין אייניקע טיילן פֿון וויילז, קען מען דאָרטן הערן ווי מע רעדט וועלשיש. מיט עטלעכע יאָר צוריק האָבן מיר, מײַן ווײַב און איך, פֿאַרבראַכט אַ פּאָר טעג אין באַנגאָר, וואָס איז דער צענטער פֿון וועלשישער קולטור. האָבן מיר זיך געחידושט צו הערן אַרום זיך אַזוי פֿיל וועלשיש, גערעדט ווי אַ טאָג־טעגלעכע שפּראַך. די סטאַטיסטיק ווײַזט, אַז די צאָל וועלשיש-רעדער איז אַרום 600 טויזנט, בערך 60 פּראָצענט פֿון זיי נוצן דאָס לשון טאָג־טעגלעך.
אָפֿיציעל האָבן ענגליש און וועלשיש דעם זעלבן סטאַטוס אין די גרענעצן פֿון וויילז. זינט די 1930ער יאָרן פּראָדוצירט מען פֿילמען אין וועלשיש. איינער פֿון זיי, Solomon&Gaenor, געמאַכט אין יאָר 1999, האָט אַ וועלשישן נוסח מיט אַ צומיש פֿון ייִדיש, ווײַל די רייד גייט וועגן אַ ליבע-געשיכטע צווישן אַ ייִדישן בחור און אַ וועלשיש מיידל אין פֿאָריקן יאָרהונדערט.
מיט אַ פּאָר וואָכן צוריק זײַנען מיר אויף דרײַ טעג געפֿאָרן קיין קאָרנוואָל (Cornwall), וואָס איז גאָרניט נאָענט פֿון אָקספֿאָרד. עס געדויערט (טאָמער מע פּאַקט זיך ניט אַרײַן אין אַ פֿאַרפּראָפּטן וועג) אַ פֿיר-פֿינף שעה ביז מע פֿאָרט דורך דעם מהלך פֿון בערך 250 מײַל. שיין איז דאָרטן אויסערגעוויינטלעך. אייניקע שטעטלעך זײַנען גלײַך ווי אַראָפּ פֿון אַ בילד אין אַ מעשׂה-ביכל. אָבער וואָס שייך דער שפּראַך, רעדט מען דאָרטן רק ענגליש. סײַדן מע באַגעגנט אַ טוריסט פֿון דײַטשלאַנד, האָלאַנד צי נאָך פֿון עפּעס אַ לאַנד. כאָטש אַזעלכע זעט דאָ מען גאַנץ זעלטן; ס׳רובֿ באַזוכער זײַנען פֿון דעסטוועגן בריטישע. פֿאַר אַן אויסלענדער איז עס אַן אויסרײַסעניש.
מיט אַ יאָרטויזנט צוריק איז קאָרנוואָל געווען אַ באַזונדער לאַנד, אָבער דערנאָך איז עס אַרײַנגעפֿאַלן אין ענגלישע הענט. דער עולם האָט ניט אויפֿגעהערט צו רעדן זייער קעלטישע שפּראַך, וואָס געהערט צו דער זעלבער שפּראַך-משפּחה ווי וועלשיש און ברעטאָניש (אין פֿראַנקרײַך). ס׳איז באַוווּסט, אַז אייניקע רעדער פֿון קאָרניש האָבן געלעבט נאָך אין סוף 19טן יאָרהונדערט. אַזעלכע מעכטיקע פֿאַקטאָרן ווי בילדונג און דער איבערגאַנג אויף ענגליש אין רעליגיעזן לעבן האָבן, סוף-כּל-סוף, געבראַכט צו אַ פֿולער שפּראַך-אַסימילאַציע.
דאָס הייסט ניט, אַז עס זײַנען ניט פֿאַרבליבן קיין סימנים פֿון אַ היגער אידענטיטעט. די דאָזיקע סימנים אַנטפּלעקן זיך אין כּלערליי פֿאָרמען. למשל, אין דעם האָטעל, וווּ מיר האָבן געוווינט, איז ניט געווען קיין "פֿולער ענגלישער פֿרישטיק" — אַ מאכל, אָן וועלכן עס באַגייט זיך ניט קיין ענגלישער האָטעל. אָבער דאָ האָט מען אין דער פֿרי געגעבן אַ "קאָרנישן פֿרישטיק", כאָטש קיין קלאָרן אונטערשייד צווישן אים און דעם "ענגלישן פֿרישטיק" האָב איך ניט באַמערקט. דאָך — אַ נאָמען איז אויך וויכטיק.
האָט איר אַ מאָל געגעסן אַ מאכל, וואָס הייסט "קאָרניש פּעסטי"? דאָס איז אַ געבעקס אָנגעפֿילט מיט פֿלייש, קאַרטאָפֿל, ציבעלע און נאָך עפּעס. מע זאָגט, אַז אַ סך מענטשן האָבן עס ליב. איך האָב עס דווקא פֿײַנט. אָבער ניט אין דעם גייט עס. דער עיקר, אַז די היגע פּאָליטיקער פּרוּוון דורכקלאַפּן אין אייראָפּעיִשן פּאַרלאַמענט אַ געזעץ, וואָס וועט ניט דערלויבן אָנצורופֿן און פֿאַרקויפֿן ווי "קאָרניש פּעסטי" אַ געבעקס, געמאַכט מחוץ די גרענעצן פֿון קאָרנוואָל. די דאָזיקע קאַמפּאַניע איז אַ סך פֿאַרבונדן מיט עקאָנאָמיע, אָבער אידענטיטעט שפּילט דאָ אויך אַ שטיקל ראָלע.
שוין איצט איז אָסור צו פֿאַרקויפֿן אין אייראָפּע Cornish clotted cream — אַ שמאַנט מיט ניט ווייניקער פֿון 55 פּראָצענט פֿעטס, אויב אַזאַ "סם" פֿאַר יעדער דיעטע איז ניט אויסגעאַרבעט געוואָרן אין קאָרנוואָל. אַגבֿ, טאַקע צוליב דער דיעטע האָט מײַן ווײַב מיר דאָס מאָל בשום-אופֿן ניט דערלויבט צו האָבן די טראַדיציאָנעלע טיי, אַקאָמפּאַנירט מיט "סקאָונס", אײַנגעמאַכטס און אַזאַ שמאַנט.
אָבער דער וויכטיקסטער קאָמפּאָנענט פֿון דער קאָרנישער אידענטיטעט איז, פֿאַרשטייט זיך, די שפּראַך. באַמיִונגען אויפֿצולעבן דאָס לשון האָבן זיך אָנגעהויבן נאָך מיט אַ יאָרהונדערט צוריק. אין יאָר 1904 איז אַרויס אַ גראַמאַטיק פֿון דער שפּראַך. דער מחבר, הענרי דזשענער, האָט באַזירט זײַן בוך אויף דער שפּראַך, וואָס מע האָט גערעדט אין 18טן יאָרהונדערט. אָבער אין אַ קורצער צײַט אַרום, האָבן זיך באַוויזן פּוריסטן, וועלכע האָבן געהאַלטן, אַז אין 18טן יאָרהונדערט איז די שפּראַך שוין געווען היפּש פֿאַרמיסטיקט דורך ענגליש. האָבן זיי פֿאָרגעלייגט אַן אַנדער שפּראַך-קאַנאָן — באַזירט אויף קאָרניש פֿון 16טן יאָרהונדערט. דערנאָך האָבן זיך באַוויזן לײַט מיט אַ ביסל אַנדערע אידעען. אין 2002 האָט די בריטישע רעגירונג אָנערקענט קאָרניש ווי אַ לאָקאַלע שפּראַך.
הקיצור, הײַנט זײַנען דאָ דרײַ הונדערט פֿליסיקע רעדער פֿון קאָרניש און אַ טויזנט מענטשן, מיט וועלכע מע קען יאַקאָס רעדן די שפּראַך. אָבער זיי זײַנען צעטיילט אויף פֿיר גרופּעס, און יעדע גרופּע רעדט און פּריידיקט איר "ריכטיקן" קאָרניש. מיט צוויי יאָר צוריק, אין מײַ 2008, האָט מען זיך סוף-כּל-סוף צונויפֿגערעדט וועגן איין אויסלייג. ווי שטענדיק אין אַזעלכע שפּראַך-סבֿיבֿהלעך, שרײַבט מען פּאָעזיע, און מע זעצט איבער פֿון אַנדערע שפּראַכן; אויך פֿון ייִדיש — אַ ליד פֿון לעוו בערינסקי.