פֿאַרשײדנס
פֿון גענאַדי עסטרײַך (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
דאָס הויז פֿונעם יאַכט־קלוב אין סי־גייט, 1890
דאָס הויז פֿונעם יאַכט־קלוב אין סי־גייט, 1890

אין אַ גוטן וועטער און ווען איך פֿויל זיך ניט, גיי איך אויף אַ שפּאַציר פּאַזע דעם אָקעאַן — פֿון ברײַטאָן-ביטש ביז סי-גייט. דער "באָרדוואָק" ציט זיך אויף 2.5 מײַל. אין סי-גייט גופֿא גיי איך זעלטן, אָבער יעדעס מאָל ווען איך בין דאָרטן, טראַכט איך וועגן די אַמאָליקע צײַטן, ווען דאָרטן האָבן געוווינט אַ סך ייִדישע פּען-מענטשן. איינער פֿון די סי-גייטער תּושבֿים, יצחק באַשעוויס זינגער, האָט פֿאַראייביקט די דאָזיקע ברוקלינער געגנט אין אַ צאָל ווערק זײַנע.

אין די לעצטע פּאָר יאָרצענדליק פֿון 19טן יאָרהונדערט איז סי-גייט געווען ניט פֿון די בעסטע און לײַטישסטע ערטער. אַהין פֿלעגט מען פֿאָרן צו שפּילן אין קאַזינאָ און צו פֿאַרברענגען צײַט מיט פֿרויען. אָבער שפּעטער האָט זיך דאָרטן באַוויזן אַן אַנדער עולם — אַ רײַכער, וואָס האָט ליב געהאַט דעם ים. ניט צופֿעליק שטייען דאָרטן נאָך הײַנט הײַזער, פּראָיעקטירט אין נוסח פֿון "אַמעריקאַנער רענעסאַנס" דורך דעם באַקאַנטן אַרכיטעקט סטענפֿאָרד ווײַט. אין יאָר 1899 האָט דער דאָזיקער ווינקל פֿון ברוקלין באַקומען זײַן איצטיקן באַלעבאָס: די סי-גייט-אַסאָציאַציע.

אין 20סטן יאָרהונדערט איז סי-גייט "פֿאַרייִדישט געוואָרן". אויך הײַנט איז עס, דער עיקר, אַ ייִדישע געגנט. אַ טייל פֿון אירע בערך 800 הײַזער זײַנען באַפֿעלקערט דורך חסידים, אַנדערע — דורך "געוויינטלעכע" אַמעריקאַנער ייִדן צי פֿון די "רוסישע". סי-גייט איז אַ וועלט פֿאַר זיך, אָפּגעטיילט דורך דעם ים און דורך אַ פּלויט. די טויערן היטן פּאָליציאַנטן. ס׳איז זייער געמיטלעך דאָרטן, כאָטש וווינען אין דעם דאָזיקן שטעטל וואָלט איך ניט געוואָלט, ווײַל וואָס שייך דעם טראַנספּאָרט איז עס ניט פֿון די באַקוועמע ערטער. אַ מאָל איז סי-גייט, ווען מענטשן פֿלעגן קומען אַהין אויף אַ דאַטשע, געווען פֿאַרבונדן מיט מאַנהעטען דורך אַ פּראָם. אָבער דאָס איז געווען אַ מאָל.

אין די אַמאָליקע צײַטן פֿון סי-גייט העלפֿט אַרײַנקוקן דער אַרטיקל "אַ לעזערין פֿון 'פֿאָרווערטס’ באַקלאָגט זיך אויף סי-גייט", געדרוקט אין אונדזער צײַטונג דעם 14טן סעפּטעמבער 1925. דאָ ווערט דער אַרטיקל געגעבן אַ ביסל געקירצט. דער צוגאַנג פֿון דער פּובליקאַציע שפּיגלט אָפּ די דעמאָלטיקע אידעאָלאָגיע פֿון "פֿאָרווערטס". בפֿרט, האָט מען אויסגעלאַכט די "אָלרײַטניקס" און געקוקט אויף ניט-ייִדישע, "עכטע" אַמעריקאַנער ווי מאָדעלן פֿאַר ציוויליזירטן לעבן-שטייגער.


* * *

מען דאַרף ניט זײַן קיין נבֿיא פֿאָרויסצוזאָגן, אַז ס׳וועט נאָך לאַנג-לאַנג געדויערן ביז סי-גייט וועט אַרונטער פֿון דעם סדר-היום אין דער ייִדישער גאַס. אַזוי גיך ווי אַ זומער וועט קומען און מענטשן וועלן אָנהייבן טראַכטן וווּהין צו פֿאָרן, וועט מען נעמען רעדן וועגן סי-גייט.

וועגן סי-גייט האָט מען שוין אַ סך געשריבן און מען וועט נאָך אַוודאי שרײַבן און שרײַבן, ווײַל אַזאַ מזל האָבן שוין ייִדן: ווען זיי באַזעצן זיך ערגעץ אויף אַ פּלאַץ, פֿעלט ניט קיין "פּובליסיטי".

אונדזערע אַ לייענערין, וועלכע שרײַבט זיך אונטער מיטן נאָמען מיניע עדעלמאַן, אַ סי-גייטער אײַנוווינערין, האָט אונדז צוגעשיקט אַ בריוו, אין וועלכן זי פּרוּווט דערקלערן די סיבה, פֿאַר וואָס אין סי-גייט איז קיין מאָל ניט שטיל, און אַזוי ווי דער בריוו האָט אין זיך אייניקע אינטערעסאַנטע שטעלעס, וועלן מיר אים דאָ טיילווײַז איבערגעבן אין "פֿאָרווערטס".

אין סי-גייט — שרײַבט מיניע עדעלמאַן — זײַנען פֿאַראַן אַ צוויי הונדערט ייִדישע לענדלאָרדס, אַ דוצן (טוץ) האָטעלן, וווּ מען פֿאַררענט (פֿאַרדינגט) צימערן אויפֿן זומער, און אַרום און אַרום דערגרייכט דאָרטן די באַפֿעלקערונג ביז אַ דרײַ טויזנט.

פֿאַרוואַלטעט ווערט סי-גייט פֿון אַן אַסאָציאַציע, וועלכע ווערט אויסגעוויילט פֿון די אײַנוווינער. די אַסאָציאַציע באַשטייט פֿון אַ פֿופֿציק לײַט, און כאָטש די קריסטלעכע באַפֿעלקערונג אין סי-גייט באַשטייט בלויז פֿון אַ צען פּראָצענט, קומט אַלע מאָל אויס אַזוי, אַז אין דער אַסאָציאַציע האָבן די קריסטן אַ מאַיאָריטעט און זיי פֿירן דורך אַלץ, וואָס זיי געפֿעלט.

די ייִדישע באַפֿעלקערונג פּראָטעסטירט, אָבער עס העלפֿט ניט; די אַסאָציאַציע שאַפֿט אַלע מאָל אַ נײַע גזירה, און הײַנטיקן זומער האָט מען געשאַפֿן אַ גזירה, אַז אַפֿילו אויף באָדן זיך אין ים, מוז מען האָבן אַ "פּאַספּאָרט"; געסט, וואָס קומען באַזוכן זייערע פֿרײַנד אין סי-גייט, קענען בלויז קוקן אויפֿן ים, אָבער זיך באָדן אין ים — דאָס ניט.

די ערשטע צײַט האָט מען געמיינט, אַז די ייִדן אין סי-גייט וועלן מאַכן אַ רעוואָלוציע קעגן דעם. מען האָט זיך אָרגאַניזירט, מען האָט געשאַפֿן אַ פֿאָנד, געדונגען אַדוואָקאַטן, זיך גערעשט און געטומלט. אָבער עס איז דערפֿון גאָרנישט ניט געוואָרן — מען מוז ווײַזן אַ "פּאַספּאָרט", ווען מען גייט זיך באָדן.

די סיבה פֿון דעם פֿאַר וואָס עס הערשט ניט קיין מאָל קיין שלום צווישן דער באַפֿעלקערונג אין סי-גייט, זעט מיניע עדעלמאַן אין דעם וואָס די באַפֿעלקערונג פֿון דער קליינער מדינהלע, וואָס האַלט זיך אין גאַנצן אָפּגעזונדערט, באַשטייט פֿון דרײַערליי סאָרטן מענטשן.

די ערשטע — שטילע, סאָלידע און רויִקע קריסטן, וועלכע וווינען שוין יאָרנלאַנג אין סי-גייט און האָבן זיך זייער אייגענעם אַרט לעבן. אַ גאַנצן טאָג איז מען פֿאַרנומען. אין אָוונטן עסט מען אָפּ וועטשערע, מען קוקט איבער די טעגלעכע צײַטונג, מען גייט זיך דורך אַ ביסל שפּאַצירן. אָבער פֿריִער לייגט מען שלאָפֿן די קינדער און נאָכן שפּאַציר גייט מען אַליין שלאָפֿן, און — עס איז שאַ-שטיל אין זייערע הײַזער. עס זײַנען אין סי-גייט פֿאַראַן אַזעלכע ייִדן אויך, וואָס לעבן זיך אַזוי שטיל און רויִק, אָבער זייער פּראָצענט איז זייער קליין.

דער צווייטער סאָרט סי-גייטער אײַנוווינער באַשטייט פֿון אויפֿגעקומענע ייִדישע "אָלרײַטניקעס", וועלכע זײַנען דורך אַ צופֿאַל געוואָרן רײַך, אָבער זײַנען געבליבן בײַ זייער פּראָסטקייט, און זיי לעבן אַזוי:

די מענער זײַנען דעם גאַנצן טאָג פֿאַרנומען מיט זייערע געשעפֿטן, און די פֿרויען מיט די קינדערלעך זײַנען אַ גאַנצן טאָג אויפֿן ביטש (פּליאַזשע). די פֿרויען באַגנוגענען זיך ניט מיט רעדן, נאָר זיי באַרעדן אַלעמען. זיי ווייסן, וואָס עס טוט זיך אין יעדן ווינקעלע. נאָך דער וועטשערע קומען זיך צונויף אַלע אָלרײַטניקעס און אָלרײַטניצעס און מען זעצט זיך אַוועק שפּילן אין קאָרטן. מען שרײַט, מען טומלט. אַרום האַלבע נאַכט דערמאָנט זיך אַ מאַמע, אַז סעמקעלע שלאָפֿט נאָך ניט, אַז ער לויפֿט נאָך ערגעץ אַרום. צעשרײַט זי זיך אויפֿן קול: "סעמקע! סעמקע!" אַן אַנדערע צעשרײַט זיך: "אייבי! אייבי, גיי שוין שלאָפֿן!" איבער גאַנץ סי-גייט הערט מען זייערע קולות.

דער דריטער סאָרט סי-גייטער אײַנוווינער באַשטייט פֿון קינסטלער: אַקטיאָרן, שרײַבער, זשורנאַליסטן און פּאָעטן — לויטער ייִדישע. זייער אַרט לעבן איז שוין גאָר אַן אַנדערער — זיי לעבן "אינטערעסאַנט". שלאָפֿן שלאָפֿן זיי ביז אַרום איינס-צוויי אַ זייגער בײַטאָג און צום ביטש קומען זיי ניט אַליין, נאָר מיט אַ גאַנץ געזינדל "חסידים" און "חסידות". איר קענט אויפֿן ביטש אין סי-גייט גאַנץ אָפֿט זען ווי אַ "סטאַר" פֿון אַ ייִדישן טעאַטער זיצט זיך אַזוי ווי אַ "קעניג" און אַרום אים — אַ גאַנצע כאָפּטע מיידלעך און ווײַבלעך מיט געפֿאַרבטע ליפּלעך און אונטערשמירטע אויגן. מען רויכערט סיגאַרעטלעך, מען בראָקט וויצן און מען מאַכט אַזאַ טומל, נאָר טויב צו ווערן.

אין אָוונט גייט דאָס קינסטלער-געזינדל אַרויס צו שפּאַצירן אויפֿן "באָרדוואָק" — אַלע, סײַ די מענער און סײַ די פֿרויען, אָנגעטאָן און אויסגעפּוצט אין עסיק און אין האָניק. אַהיים קומט מען ערשט אַרום איינס-צוויי אַ זייגער בײַנאַכט. מען עסט אָפּ וועטשערע און דאַן זעצט מען זיך ערשט אַוועק אויפֿן פּאָרטש (גאַנעק) פֿאַרברענגען אַ ביסל. און ווי אַזוי פֿאַרברענגט מען? מען זינגט, און יעדער איינער ווײַזט, וואָס ער קען. איינער הייבט אָן זינגען "דער יאָלד איז מיר מקנא", און באַלד העלפֿן אים אַלע אונטער. אַ צווייטער צעלאָזט זיך מיט דעם באַקאַנטן לידעלע "שאַ, שטיל, מאַך ניט קיין גערודער", און באַלד ווערט אַזאַ גערודער, אַז גאַנץ סי-גייט גייט כאָדאָראָם. אַ דריטער הייבט אָן זינגען "גוואַלד, ייִדן, עס איז מיר גוט". ווערט די גדולה נאָך גרעסער. און אַזוי גייט עס אַוועק ביז פֿאַרטאָג. עס איז לעבעדיק און פֿריילעך אין סי-גייט.

און זײַט בײַ זײַט וווינען די אַלט-געזעסענע סי-גייטער תּושבֿים, וועלכע ווייסן ניט ווי אַזוי מען לעבט "אינטערעסאַנט". שטילע מענטשן, רויִקע מענטשן, וועלכע שלאָפֿן בײַנאַכט און זײַנען באַשעפֿטיקט בײַטאָג — מענטשן, וואָס געדענקען נאָך ווי אין סי-גייט איז אַלע מאָל געווען שטיל און רויִק און קיינער האָט ניט געוואַגט די שטילקייט און רויִקייט צו צעשטערן. נו, קען זײַן שלום צווישן אַזאַ געמישטער באַפֿעלקערונג אין אַזאַ קליין שטעטל, וווּ יעדער שאָרך טראָגט זיך אַריבער פֿון הויז צו הויז און פֿון גאַס צו גאַס?