"איך האָב מורא געהאַט, אַז אין די אַכט און דרײַסיק יאָר האָבן זיי [די גאַסן] זיך געענדערט, און איך וועל מײַן ווילנע ניט דערקענען. ניו-יאָרק האָט זיך פֿאַר דער צײַט דרײַ מאָל אין גאַנצן געביטן. איך האָב אָבער אומזיסט מורא געהאַט. ווילנע איז תּמיד צו אָרעם, צו פֿאַרדלותט זיך צו ענדערן. מען האָט צוגעבויט נײַע גאַסן אַנדערשוווּ, אָבער די אַלטע ווילנע איז געבליבן מיט איר פֿאַרצײַטיקייט, מיט איר אײַנגעפֿונדעוועטן קבצנות, מיט איר אָפּגעשטאַנענקייט. אַזוי ווי אומישנע (בכּיוון), כּדי איך זאָל מײַן שטאָט דערקענען." אַזוי האָט געשריבן אין זײַנע רײַזע-נאָטיצן אַב. קאַהאַן אין סעפּטעמבער 1919, וועגן זײַן באַזוך אין ווילנע.
הגם איך בין ניט געבוירן געוואָרן אין מאָסקווע, האָט די שטאָט אָפּגעשפּילט אַ ממשותדיקע ראָלע אין מײַן לעבן. איך האָב דאָרטן געוווינט אין משך פֿון פֿופֿצן יאָר און האָב ליב געהאַט די דאָזיקע שטאָט. דאָך קיין שום נאָסטאַלגישע געפֿילן באַמערק איך בײַ זיך ניט. צוליב דעם זײַנען דאָ אַ צאָל סיבות. איינע פֿון זיי איז אַזאַ: די שטאָט גופֿא האָט זיך אין די לעצטע יאָרן גאַנץ ראַדיקאַל געביטן און בשעת-מעשׂה פֿאַרלוירן אַ היפּשן חלק פֿון "מײַן אַמאָליקער מאָסקווע". עפּעס ענלעכס הער איך אויך אָפֿט מאָל פֿון אַנדערע געוועזענע מאָסקווער תּושבֿים.
דער איצטיקער פּרצוף פֿון מאָסקווע ווערט, בדרך-כּלל, אַסאָציִיִרט מיט יורי לוזשקאָוו, דעם הויפּט־שטאָטישן מייאָר אין משך פֿון די לעצטע 18 יאָר. מיט לוזשקאָווס ממשלה פֿאַרבינדט מען אי דעם סוחרישן גלאַנץ, וואָס די שטאָט האָט באַקומען, אי די קאָרופּציע, וואָס האָט ממש דורכגעדרונגען אין אַלע ווינקלען פֿון דעם שטאָטישן אָרגאַניזם. דאָס פֿאַנטאַסטישע, אויגן-רײַסנדיקע עשירות פֿון לוזשקאָווס ווײַב — זי איז געוואָרן די רײַכסטע פֿרוי אין רוסלאַנד! — האָט שוין לאַנג סימבאָליזירט דעם מצבֿ אין די הויכע פֿענצטער פֿון דער רוסישער הויפּט־שטאָט.
אַזוי צי אַזוי, האָט דער רוסישער פּרעזידענט, דמיטרי מעדוועדיעוו, לוזשקאָוון אַראָפּגענומען. מע האַלט, אַז דערמיט האָט דער פּרעזידענט געוואָלט ווײַזן, אַז ער איז שטאַרק, זיכער אין זיך און וועט קיינעם ניט דערלויבן שפּײַען אין זײַן טעלער באָרשט. די זאַך איז, אַז לוזשקאָוו האָט זיך אויפֿגעפֿירט מעשׂה באַלעבאָס, וואָס קען זיך פֿאַרגינען צו קריגן זיך אַפֿילו מיט מעדוועדיעוון. דער סוף איז געווען, אַז מע האָט לוזשקאָוון, ווי אויך אַנדערע, געוויזן, ווער דער אמתער באַלעבאָס איז. עס בלײַבט ניט קלאָר, ווי אַזוי — און צי — די גאַנצע געשיכטע איז פֿאַרבונדן מיט דער קאָנקורענץ צווישן די צוויי כּנופֿיאות — דמיטרי מעדוועדיעווס און וולאַדימיר פּוטינס. אָבער וועגן דעם וועל איך דאָ אַפֿילו ניט אָנהייבן זיך צו חקירהן.
מיך אינטערעסירט מער דער בימקום, וואָס האָט דערווײַל פֿאַרביטן לוזשקאָוון. דאָס איז דער 74־יאָריקער וולאַדימיר רעסין, וועמענס משפּחה שטאַמט פֿון דעם ווײַסרוסיש-ייִדישן שטעטל רעטשיצע. זײַנע עלטערן — יוסף און ראָזע — האָט מען אַרעסטירט אין 1937, בעת די סטאַליניסטישע רייניקונגען, אָבער עס האָט זיי אָפּגעגליקט: מע האָט זיי באַפֿרײַט (אַזוינס פֿלעגט אויך טרעפֿן). יוסף רעסין האָט פֿאַרנומען גאַנץ הויכע מלוכישע שטעלעס אין ווײַסרוסלאַנד, און דעם זון זײַנעם, וולאַדימיר, איז אויך באַשערט געווען זיך אויפֿהייבן אין דער סאָוועטישער היעראַריכיע.
עמעצער מוז אַ מאָל אָנשרײַבן אַ בוך וועגן ייִדן אין דער סאָוועטישער בוי-אינדוסטריע. איך ווייס ניט פּינקטלעך, ווי אַזוי אַזאַ זאַך האָט זיך באַקומען, אָבער אַ סך ייִדן האָבן פֿאַרנומען גוטע, צי אַפֿילו זייער הויכע, שטעלעס אין דעם דאָזיקן אָפּצווײַג פֿון דער עקאָנאָמיע. לאָמיר זיך דערמאָנען, אַז דווקא בנימין דימשיץ, וואָס האָט געהאַט געמאַכט אַ קאַריערע אין דער בוי-אינדוסטריע, איז געווען דער איינציקער ייִד, וואָס האָט פֿאַרנומען אַ מיניסטערישע פּאָזיציע אין לעאָניד ברעזשנעווס צײַטן.
איך האָב פּערזענלעך געקענט אַ צאָל ייִדן אויף נידעריקערע, פֿאַרשטייט זיך, אָבער גאָר ניט אויף דעם סאַמע דנאָ, שטעלעס פֿון אַזאַ בויערישן סאָרט. וולאַדימיר רעסין, לוזשקאָווס פֿאַרטרעטער אין די פֿראַגן פֿון בויונג, האָט אין זײַן ביאָגראַפֿיע אויך פֿאַרקערפּערט דעם דאָזיקן אינטערעסאַנטן פֿענאָמען פֿון ייִדישן לעבן אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד. פֿאַר אַ פּראָפּאַגאַנדיסט פֿון דער סאָוועטישער תּקופֿה וואָלט אַזאַ מענטש געגעבן אַ גוטן מאַטעריאַל צו ווײַזן, ווי גוט עס האָט זיך געלעבט די ייִדן אין דער קאָמוניסטישער מדינה.
אַגבֿ, זײַן ייִדישקייט האָט רעסין קיין מאָל ניט באַהאַלטן, און אין די לעצטע יאָרן איז ער אַקטיוו געוואָרן אין דעם רוסיש-ייִדישן קאָנגרעס. רעסינס נאָמען באַווײַזט זיך אויך אין שײַכות מיט פֿאַרשיידענע ישׂראל-רוסישע אונטערנעמונגען.
רעסין האָט זיך אויסגעצייכנט ניט נאָר מיט זײַנע פֿאַרדינסטן אין בויען כּלערליי אָביעקטן. מיט אַ יאָר צוריק איז ער באַקאַנט געוואָרן ווי אַ מלוכה-אָנגעשטעלטער, וואָס האָט פֿאַרשטעקט אַלעמען אין גאַרטל מיטן זייגער, DeWitt, וואָס ער טראָגט אויף זײַן האַנט. לאָזט זיך אויס, אַז אַזאַ צאַצקע קאָסט מער ווי אַ מיליאָן שווייצאַרישע פֿראַנק. מע זאָגט אויך, אַז דאָס איז ניט דער איינציקער טײַערער זייגער אין זײַן פּריוואַטער קאָלעקציע. אינטערעסאַנט, אַז קיינעם איז, דאַכט זיך, אַפֿילו ניט אײַנגעפֿאַלן צו פֿרעגן רעסינען, פֿון וואַנען ער האָט גענומען אַזאַ זייגערל. אַ סבֿרא, אַז אין איצטיקן, דורכויס קאָרומפּירטן רוסלאַנד שטעלט מען ניט אַזעלכע פֿראַגעס.