|
בעת דער דיסקוסיע צווישן באָריס סאַנדלער, דער רעדאַקטאָר פֿון "פֿאָרווערטס" (רעכטס)
און דעם רעדאַקטאָר פֿון "אַלגעמיינער זשורנאַל", גרשון יאַקאָבסאָן אויף "מאַמע־לשון", 1999 |
|
די דאָזיקע געשיכטע קען מען אָנהייבן אין יאָר 1953, ווען אין ניו-יאָרק האָט זיך געביטן דער מצבֿ פֿון דער ייִדישער פּרעסע. אין יענעם יאָר האָבן זיך צונויפֿגעגאָסן צוויי טאָג־צײַטונגען: דער ליבעראַלער "דער טאָג" און דער פֿרומער "מאָרגן-זשורנאַל". דער נײַער "טאָג-מאָרגן-זשורנאַל" האָט געהאַט אַ געמישטע לייענערשאַפֿט — טיילווײַז אַ וועלטלעכע און טיילווײַז אַ טראַדיציאָנעלע. ניט אַלעמען איז עס, פֿאַרשטייט זיך, געווען צום האַרצן.
דווקא אין יאָר 1953 איז אויפֿגעקומען די צײַטונג "דער ייִד", אָדער "דער איד" — אַזאַ אויסלייג שפּיגלט אָפּ בעסער די קאָנסערוואַטיווקייט פֿון דער אויסגאַבע, וואָס האָט צוגעצויגן דעם פֿרומען לייענער.
דער מענטש, וואָס האָט מיסד געווען די נײַע צײַטונג, האָט געהייסן אַהרן ראָזמאַרין (1896—1977). ער האָט שפּעטער געשפּילט אַ ראָלע אויך אין דער ענגליש-שפּראַכיקער אַמעריקאַנער ייִדישער פּרעסע. דער ערשטער רעדאַקטאָר פֿון "דער איד", אוריאל צימער (1921—1962), האָט געהאַט אַ שם פֿון אַן אַנטי-ציוניסטישן זשורנאַליסט. זינט 1955 איז די צײַטונג געוואָרן אַ וועכנטלעכע טריבונע פֿון די סאַטמאַרער חסידים. די בלי-תּקופֿה פֿון דער צײַטונג איז פֿאַרבונדן מיט איר לאַנג־יאָריקן רעדאַקטאָר אַלכּסנדר (סענדער) דײַטש (1922—1998). דעם איצטיקן טיראַזש פֿון "דער איד" שאַצט מען אָפּ צווישן 30 און 50 טויזנט קאָפּיעס.
סוף 1990ער יאָרן האָבן זיך די סאַטמאַרער צעשפּאָלטן. "דער איד" איז פֿאַרבליבן אין די הענט פֿון דעם טייל ("זאַלאָנים"), וואָס האַלט פֿון ר׳ זלמן טייטלבוים. די קעגנער ("אַהרונים"), וואָס אָנערקענען זײַן ברודער, ר׳ אַהרן טייטלבוים, זײַנען פֿאַרבליבן אָן אַ צײַטונג. ווי אַ פּועל-יוצא, איז אין יאָר 2000 אויפֿגעקומען "דער בלאַט". די דערמאָנטע צײַטונגען שעפּן ניט אויס די רשימה פֿון די ניו-יאָרקער חרדישע ייִדישע צײַטשריפֿטן. למשל, זינט 1988 גייט אַרויס די צײַטונג, וואָס הייסט טאַקע "די צײַטונג: נײַעס באַריכט". בכלל, מע זעט ניט קיין סימנים פֿון אונטערגאַנג פֿון ייִדיש אין דער דאָזיקער סבֿיבֿה. אַן אַנדער זאַך, אַז די שפּראַך פֿונקציאָנירט בײַ זיי גאָר ניט אַזוי, ווי מע האָט געחלומט בעת דער טשערנאָוויצער קאָנפֿערענץ. דער פֿאַקט אַליין פֿון ניט האָבן קיין טעגלעכע צײַטונג פֿאַר אַזאַ גרויסער ייִדיש-רעדנדיקער מאַסע זאָגט אַ סך וועגן די באַדערפֿענישן זייערע אין אינפֿאָרמאַציע, שוין אָפּגערעדט וועגן קולטור.
אויב די סאַטמאַרער און ס׳רובֿ אַנדערע חסידים איזאָלירן זיך, ווי ווײַט עס איז מעגלעך, פֿון דער איבעריקער וועלט, קומט עס פֿאָר בײַ די ליובאַוויטשער, פֿאַרקערט — זיי ציִען זיך ביסלעכווײַז צו דער מאָדערנער וועלט. זיי — די איינציקע געבוירענע אין ליטע חסידישע סבֿיבֿה — זוכן, ווי אַזוי צו בלײַבן חרדיש פֿרום, אָבער גלײַכצײַטיק "מאָדערן" — אין דער אמתן, פֿאַרשטייט זיך, כּמו־מאָדערן — אין דער גלאָבאַליזירטער וועלט. דערצו זײַנען זיי די איינציקע חסידים, וואָס באַשעפֿטיקן זיך ערנסט מיט מיסיאָנערישער טעטיקייט. זיי פֿירן אַן אַרבעט אין צענדליקער לענדער. בפֿרט זײַנען זיי זייער אַקטיוו צווישן די רוסיש-רעדנדיקע ייִדן, אין רוסלאַנד גופֿא און אין אַנדערע לענדער. אַ סימבאָל פֿון דער ליובאַוויטשער "בייגעוודיקייט" זעט מען אָפֿט מאָל אין ברוקלינער רוסישע געשעפֿטן, וואָס האַנדלען מיט חזיר-פֿלייש: בײַ דער קאַסע שטייט אַ פּושקע מיט אַ בילד פֿון דעם ליובאַוויטשער רבין.
ס׳איז גאָר ניט צופֿעליק, אַז דווקא פֿון דער ליובאַוויטשער סבֿיבֿה איז אַרויס אַזאַ מענטש ווי הרבֿ שמואלי בוטח, וואָס האָט, למשל, דעם 29סטן סעפּטעמבער דערציילט אין דער "סי-ען-ען" פּראָגראַם פֿון לאַרי קינג וועגן זײַן נײַ בוך, באַזירט אויף זײַנע שמועסן מיט מײַקל דזשעקסאָן. אַ סבֿרא, אַז פֿון — אַ שטייגער — אַ סאַטמאַרער רבֿ איז שווער צו דערוואַרטן אַזאַ מין פֿאַרבינדונג.
קולטור איז ניט קיין מיאוס וואָרט פֿאַר די ליובאַוויטשער. זייער פּרעסע באַהאַנדלט פֿראַגן פֿון הײַנטיקן לעבן, פֿון נײַע ביכער, קולטור-אונטערנעמונגען, פֿון געשיכטע. אמת, עס שאַפֿט זיך אַן אײַנדרוק, אַז אַ קאָמבינאַציע פֿון חרדישער פֿרומקייט און מאָדערנער קולטורעלקייט איז כאַראַקטעריסטיש, דער עיקר, פֿאַר די נײַ-צוגעקומענע ליובאַוויטשער. זייערע קינדער באַנעמען שוין די וועלט אַנדערש, קודם-כּל, ווײַל זיי באַקומען פֿון קינדווײַז אָן אַן אַנדער מין צוגרייטונג, זייערע לערנשולן שטעלן פֿאַר זיך גאָר אַנדערע צילן.
מיר איז ניט באַוווּסט קיין סטאַטיסטיק פֿון דער צאָל ליובאַוויטש-געבוירענע קינדער, וואָס גייען דערנאָך אין אוניווערסיטעטן. אָבער די רייד קען גיין, פֿאַרשטייט זיך, נאָר וועגן אַ קליינעם חלק. איך וויל ניט זאָגן דערמיט, אַז דער וועג צום פֿולבלוטיקן מאָדערנעם קולטור-לעבן ליגט אומבאַדינגט דורך אַ קאָלעדזש צי אַן אוניווערסיטעט, אָבער דאָס איז, פֿון דעסטוועגן, דער "דרך-המלך", בעת אַנדערע וועגן זײַנען פֿאַרפּלאָנטערטע און צופֿעליקע.
אויף דער ליובאַוויטשער ייִדישער גאַס פֿאַרנעמט אַ חשובֿ אָרט די צײַטונג "אַלגעמיינער זשורנאַל", וועלכע עס האָט אין יאָר 1972 געשאַפֿן גרשון יאַקאָבסאָן (1933—2005) — אַ מענטש מיט אַ סאָלידער וועלטלעכער בילדונג און דערפֿאַרונג. די צײַטונג איז, אין אַ געוויסן זין, אויפֿגעקומען אויפֿן יסוד פֿון דעם "טאָג-מאָרגן-זשורנאַל", וואָס איז דעמאָלט אונטערגעגאַנגען. בײַנאַנד מיט אַרטיקלען פֿון רעליגיעזן אינהאַלט, דרוקט די צײַטונג מאַטעריאַלן וועגן ייִדישער קולטור און געשיכטע. שוין אַ לענגערע צײַט האָט די צײַטונג אַן ענגלישע סעקציע. די ליובאַוויטשער זײַנען דאָך, בכלל, גאָר ניט "דאָגמאַטיש" מכּוח ייִדיש. ווידער אַ מאָל, האָב איך ניט קיין סטאַטיסטיק. אָבער עפּעס אַ דערפֿאַרונג האָב איך פֿון רעדן מיט די "כאַפּערס" — די יונגע ליידיקגייער, וואָס שטייען אויף די גאַסן און טשעפּען זיך צו מיט דער פֿראַגע "איר זײַט אַ ייִד?". ווייס איך, אַז דער יונגער ליובאַוויטשער עולם רעדט, בדרך-כּלל, זייער ווייניק ייִדיש; אַ סך פֿון זיי קענען זי קוים-קוים צי אין גאַנצן ניט.
אין דעם נומער פֿון "אַלגעמיינעם זשורנאַל", וואָס איז אַרויס דעם 11טן סעפּטעמבער, האָט דער לייענער דערזען גאַנץ ראַדיקאַלע שינויים, דהײַנו: די ענגלישע סעקציע האָט באַקומען אַן אויסזען פֿון אַ באַזונדערער צײַטונג, אויף 12 זײַטן פֿון אַ טאַבלאָיד-פֿאַרנעם. דער עדיטאָריאַל פֿון דעם פֿאַרלעגער, שמעון יאָקאָבסאָן, האָט געטראָגן אין זיך אַ דערקלערונג וועגן די נײַע ווינטן, וואָס בלאָזן איצט אויף דער ייִדישער גאַס. ער האָט אונטערגעשטראָכן, אַז דער נײַער פֿאָרמאַט האָט גאָרנישט צו טאָן מיטן עקאָנאָמישן מצבֿ פֿון דער צײַטונג, ווײַל ער האָט פּשוט אָפּגעשפּיגלט דעם אונטערגאַנג (כאָטש ער נוצט ניט דאָס וואָרט) פֿון ייִדיש אין דער "ייִדישער וועלט" (מיינענדיק די ליובאַוויטשער סבֿיבֿה?). אַ וואָך שפּעטער, אויך אין אַן ענדיטאָריאַל, האָט שמעון יאַקאָבסאָן געשריבן עפּעס וועגן פֿאַרוויקלען ענגליש אין ייִדיש, צי ייִדיש אין ענגליש. אַזוי צי אַזוי, אָבער ייִדיש גייט אַוועק פֿון דער דאָזיקער חצי-מאָדערנער — צי כּמו־מאָדערנער — חסידישער באַוועגונג.