ייִדיש־וועלט, ליטעראַטור

מיט אַן ערך פֿערציק יאָר צוריק האָב איך צום ערשטן מאָל איבערגעלייענט אַ גאַנצן ראָמאַן אויף ייִדיש. צו לייענען אַ טעקסט, אין סאָוועטישן אויסלייג, האָבן די עלטערן מיך אויסגעלערנט נאָך אין 1961, ווען עס האָט אָנגעהויבן צו דערשײַנען דער זשורנאַל "סאָוועטיש היימלאַנד". אָבער כ'האָב געהאַט גרויסע שוועריקייטן מיט פֿאַרשטייען, וואָס איך האָב געלייענט. מײַן וואָקאַבולאַר איז דאָך געווען באַגרענעצט מיט דעם וואָס איך האָב געהערט אין מײַן משפּחה, און קיין ווערטערבוך האָב איך ניט געהאַט.

דאָך, האָב איך, סוף-כּל-סוף, איבערגעלייענט דעם ראָמאַן "טראָט פֿון דורות". פּרץ מאַרקיש האָט עס ניט באַוויזן אַרויסצוגעבן, און דעם כּתבֿ-יד האָט מען געראַטעוועט נאָך זײַן אַרעסט אין יאַנואַר 1949. דער ראָמאַן איז אַרויס אין מאָסקווע אין 1966, אין אַ יאָרצענדליק אַרום נאָך מאַרקישעס אָפֿיציעלער רעהאַביליטאַציע. דורכגעאַקערט האָב איך דאָס בוך (כּמעט 700 זײַטלעך) אַ דאַנק מײַן עקשנות און מײַן טאַטנס געדולד: איך האָב געלייענט אויפֿן קול, און ער האָט געשפּילט די ראָלע פֿון אַ ווערטערבוך. פֿאַקטיש, איז ער געווען מער ווי אַ "ווערטערבוך", ווײַל ער האָט מיר בעת-מעשׂה דערציילט וועגן די געשעענישן, וואָס מאַרקיש האָט אָפּגעשפּיגלט אין זײַן דריטן — און לעצטן — גרויסן פּראָזע-ווערק.

"טראָט פֿון דורות" איז דער עיקר וועגן דעם אויפֿשטאַנד אין וואַרשעווער געטאָ. קיין סך האָט מען וועגן דעם אויפֿשטאַנד אין דער סאָוועטישער ליטעראַטור ניט געשריבן, אָבער אין גאַנצן האָט מען די דאָזיקע טעמע ניט פֿאַרבאָטן, בפֿרט אויב מע האָט עס אַרומגערעדט אויף ייִדיש און ניט אויף רוסיש. כ'בין ניט זיכער, צי איך האָב בכלל געהערט וועגן דעם אויפֿשטאַנד איידער איך האָב אָנגעהויבן לייענען מאַרקישעס בוך. סײַדן, מיר האָט וועגן דעם דערציילט דער טאַטע, וועמען די מלחמה-וועגן האָבן געבראַכט קיין וואַרשע, אָבער שוין שפּעטער, ווען די רויטע אַרמיי איז אַרײַן אין דער פּוילישער הויפּטשטאָט.

מאַרקישעס באַנד האָט זיך בײַ מיר אָפּגעהיט, און אין יוני האָב איך דעם ראָמאַן גענומען אין איטאַליע, כּדי עס איבערצולייענען פֿון דאָס ס‘נײַ, זיצנדיק בײַם ים. כ'וויל גלײַך זאָגן, אַז געטאָן האָב איך עס לחלוטין ניט צוליב נאָסטאַלגיע, נאָר ווײַל איך האָב צוגעזאָגט צו שרײַבן אויף דער טעמע אַן אַקאַדעמישן אַרטיקל.

אַגבֿ, וויפֿל מענטשן לייענען איצט מאַרקישן? צען? צוואַנציק? ער איז דאָך געוואָרן אַ נאָמען אָן אַן אינהאַלט — מע דערמאָנט אים (צוזאַמען מיט דוד בערגעלסאָנען, דוד האָפֿשטיינען און עטלעכע אַנדערע סאָוועטישע שרײַבער) בדרך-כּלל נאָר אין שײַכות מיטן 12טן אויגוסט 1952. שוין אָפּגעשמועסט פֿון דעם, וואָס זייער אַ קליינער חלק פֿון זײַנע ווערק — פּאָעטישע, ניט קיין פּראָזאַיִשע — זײַנען אַרויס אויף ענגליש. די טעג האָב איך זיך אָנגעשטויסן אויף אַן אַרטיקל, וואָס ווײַזט מאַרקישן ווי אַ קעמפֿער מיטן סאָוועטישן רעזשים. דאָס איז שוין אַ שטיקל מיטאָלאָגיע, געשאַפֿן דורך אויבערפֿלעכלעכע זשורנאַליסטן.

איך האָב קיין מאָל ניט געהאַלטן פֿון מאַרקישעס לאַנגער פּראָזע. זײַן דערציילונג "חבֿרים קוסטאַרן", אָנגעשריבן סוף 1920ער יאָרן, איז דאָס איינציקע פּראָזע-ווערק, וואָס איך האָב געלייענט מיט פֿאַרגעניגן און בין צופֿרידן, אַז מײַן קאָלעגע און פֿרײַנד יוסף שערמאַן האָט עס איבערגעזעצט אויף ענגליש, אַזוי אַז עס וועט אין קורצן ווערן צוטריטלעך אויך דעם ענגליש-לייענענדיקן עולם. דאָך "טראָט פֿון דורות" איז אַ סך ערגער פֿון מאַרקישעס פֿריִערדיקע ראָמאַנען, איך מיין "דור אויס דור אײַן" און "איינס אויף איינס".

אינטערעסאַנט, אַז הערש רעמעניק, וואָס איז בשעתּו געווען דער פֿירנדיקער סאָוועטיש-ייִדישער ליטעראַטור-קריטיקער, האָט אין זײַן נאָכוואָרט צום ראָמאַן געשריבן: "ליטעראַרישע פּיגמייען, וואָס האָבן מיט זייער שאַפֿונג ניט דערהויבן זיך אַפֿילו ביז צו דעם קנעכל פֿון מאַרקישן דעם קינסטלער, 'קוואַליפֿיצירטע' מבֿינים, וואָס אורטיילן וועגן ליטעראַטור לויט לערנביכלעך פֿאַר דער מיטלשול, וועלן שוין מן-הסתּם האָבן אַ מעגלעכקייט צו ריידן וועגן ראָמאַן, אַז ער איז 'צעצויגן'."

איך ווייס ניט, צי עמעצער פֿון די "פּיגמייען" האָט טאַקע אַרויסגעזאָגט אַזעלכע טענות; און איך — וועמען רעמעניק וואָלט בלי-ספֿק אויך אײַנגעשלאָסן אין אָט דער קליינוווּקסיקער קאַטעגאָריע — האָב דווקא ניט געהאַט קיין גרויסע פּראָבלעמען מיט דער "צעצויגנקייט". צו דעם בין איך געווען גרייט. מאַרקיש האָט אויך פּאָעמעס געשריבן זייער לאַנגע.

מיך האָט אַנטוישט אין דעם ראָמאַן גאָר אַן אַנדער זאַך, דהײַנו: די סכעמאַטישקייט, וועלכע האָט איבערגעלאָזט זייער ווייניק אָרט פֿאַר קונסט. גאָרנישט איז ניט פֿאַרבליבן פֿון דעם "בונטאַר", פֿאַר וועלכן מע האָט מאַרקישן תּמיד געהאַלטן, פֿון דעם דיכטער, וואָס פֿלעגט איבערקערן די וועלט אין די וואַרשעווער ליטעראַרישע קרײַזן. אין די ערשטע צײַט נאָך זײַן קומען קיין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד, אין 1926, האָט ער אויך געהאַט דעם שם פֿון אַ שטערער. אָבער צוויי יאָרצענדליקער פֿון סאָוועטישן לעבן האָבן פֿון דעם ווייניק איבערגעלאָזט. כאַראַקטעריש, אַז איליאַ ערענבורג, וואָס באַשרײַבט מאַרקישן אין 1919 ווי אַ "בונטאַר", נוצט גאָר אַנדערע ווערטער פֿאַר מאַרקישן אין די שפּעטערדיקע יאָרן — מאַרקיש איז געווען "אַ סאָוועטישער פֿון קאָפּ ביז די פֿיס". באמת: אַ "לענין-אָרדען"-טרעגער, דער ראָש פֿון דער ייִדישער סעקציע בײַם סאָוועטישן שרײַבער-פֿאַראיין (אין 1939–1943), אַ מיטגליד פֿון דער פּאַרטיי זינט 1942.

געפֿינט מען אין דעם ראָמאַן "טראָט פֿון דורות" אַ פֿולע פֿאַרקריפּלונג פֿון דער רעאַלקייט. באַזונדערס קאַריקאַטוריש ווערט באַשריבן די פּוילישע רעגירונג אין לאָנדאָן און אירע פֿאָרשטייער אין פּוילן. דער גאַנצער אויפֿשטאַנד אין וואַרשעווער געטאָ ווערט (לויט מאַרקישן) דורכגעפֿירט נאָר אַ דאַנק די קאָמוניסטן, ייִדישע און פּוילישע. אייניקע ציוניסטן העלפֿן זיי (דער סאָוועטן-פֿאַרבאַנד האָט דאָך דעמאָלט געשטיצט אין די "פֿאַראייניקטע פֿעלקער" דעם ציוניסטישן פּראָיעקט), אָבער דער "בונד" פֿאַרנעמט גאָר אַ פֿאַררעטערישע פּאָזיציע. נאָך מער: דער "בונד" געהערט צו "די אייראָפּעיִשע דעמאָקראַטיעס, וואָס האָבן אויסגעכאָוועט דעם פֿאַשיזם". ווען אַלע פּאָליטישע גרופּעס האָבן זיך פֿאַראייניקט אַרום די געטאָ-קאָמוניסטן, "איז דער פֿאָרשטייער פֿון 'בונד' געבליבן בײַ אַ רעזערווירטער מיינונג וועגן אָפֿענע קעגן-אַקציעס". מאַרקיש באַשולדיקט די בונדיסטן אויך אין אונטערהאַלטן דעם "יודענראַט".

באַנאַל-הילצערנע העלדן, וואָס זאָגן באַנאַל-הילצערנע פֿראַזעס, באַפֿעלקערן דעם ראָמאַן. די גוטע מענטשן זײַנען אויסערגעוויינטלעך גוט. די שלעכטע מענטשן זײַנען אויסערגעוויינטלעך שלעכט. דאָס איינציקע, וואָס איז נאַטירלעך אין דעם ראָמאַן, איז דער ווייטיק פֿונעם מחבר — מאַרקיש שרײַבט דאָך וועגן וואַרשע, וווּ ער האָט געלעבט אין די 1920ער יאָרן, וווּ אַ סך ליטעראַטן און לייענער האָבן אים ליב געהאַט. באַוויינט ער דאָס ייִדישע וואַרשע.

צי איז מאַרקיש געווען ניט אויפֿריכטיק בײַם שרײַבן דעם ראָמאַן לויט פּאָליטיש-קאָרעקטע סכעמעס? איך גלייב, אַז ער איז געווען אין גאַנצן אויפֿריכטיק. אין דעם באַשטייט די טראַגעדיע פֿון אַזעלכע שרײַבער ווי מאַרקיש. אין דער גײַסטיקער אַטמאָספֿער פֿון סטאַליניסטישער געזעלשאַפֿט פֿלעגט אַ שרײַבער זיך אויסלערנען אויפֿצונעמען די אָפֿיציעלע מיטאָלאָגיע ווי די רעאַלקייט און שאַפֿן ווערק פֿאַר איבערגעבן די דאָזיקע "רעאַלקייט" דעם ברייטן לייענער. דער סוף איז, אַז דעם גרעסטן טייל פֿון דער סאָוועטישער פּראָזע לייענט איצט קיינער ניט, אַ חוץ דעם שמאָלן קרײַז פֿאָרשער. דער סאָוועטישער רעזשים האָט פֿריִער דערשטיקט דעם ליטעראַרישן טאַלאַנט פֿון פּרץ מאַרקיש (און אָן אַ שיעור אַנדערע טאַלאַנטן), און דערנאָך גענומען פּײַניקן אים פֿיזיש.