ליטעראַטור
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון גענאַדי עסטרײַך

איך האָב זיך יאָרנלאַנג געקליבן איבערצולייענען שמ״רס "גלות-מאָסקווע: אַ ראָמאַן פֿון דעם ייִדישן לעבן אין רוסלאַנד אין אַלכּסנדר דעם דריטנס צײַטן". אָבער וווּ נעמט מען צײַט און געדולד אויף אַריבער 1,600 זײַטלעך, דערצו פֿון אַ געדיכטן טעקסט? דעם זומער, אָבער, האָב איך די צוויי בענד גענומען אין אַ רײַזע און האָב, סוף-כּל-סוף, אַרײַנגעשלונגען — און טיילווײַז פּשוט דורכגעמישט — דעם ראָמאַן. דאָס איז געווען די ניו-יאָרקער אויסגאַבע פֿון יאָר 1928, וואָס איז בלי-ספֿק ניט די ערשטע אויפֿלאַגע פֿונעם מאָנומענטאַלן ווערק. די בענד, וועלכע כ׳האָב געלייענט, זײַנען אַריבער קיין אָקספֿאָרד פֿון אַן עפֿנטלעכער ביבליאָטעק אין לאָנדאָן, און אויף דער הילע האָבן זיך אָפּגעהיט שטעמפּלען מיט דאַטעס, וועלכע זײַנען קלאָרע סימנים פֿון אַ היפּשן אינטערעס מצד די לייענער נאָך אין די 1960ער יאָרן.

עס זײַנען, פֿאַרשטייט זיך, געווען אויך אַנדערע אויפֿלאַגעס, נאָך בײַם לעבן פֿון נחום-מאיר שײַקעוויטש (1846—1905), וואָס איז מער באַקאַנט ווי שמ״ר. אַן אויסערגעוויינטלעך פּראָדוקטיווער פּען-מענטש, האָט שמ״ר געשפּילט אַ ממשותדיקע ראָלע אין דעם פּראָצעס פֿון פֿאָרמירן דעם ייִדישן בעלעטריסטישן מאַרק אין רוסלאַנד און אויך אין אַנדערע לענדער. הגם מיר האָט זיך ניט אײַנגעגעבן צו געפֿינען קיין פּינקטלעכע אינפֿאָרמאַציע וועגן דעם יאָר פֿון שאַפֿן דעם ראָמאַן, קען מען זײַן כּמעט זיכער, אַז די רייד קען גיין, אַ פּנים, וועגן 1894. אין דעם ראָמאַן אַליין האָב איך זיך אָנגעשטויסן אויף אַ שורה, וואָס זאָגט וועגן דער "אומגליקלעכער לאַגע, אין וועלכער מיר געפֿינען זיך זײַט די לעצטע צוועלף יאָר אין רוסלאַנד". אַ סבֿרה, אַז שמ״ר פֿירט זײַן חשבון פֿון די אַנטי-ייִדישע געזעצן, אָנגענומען אין מײַ 1882.

דער סוזשעט פֿונעם ראָמאַן איז פֿאַרבונדן מיט די יאָרן פֿון גירוש-מאָקסווע, אין 1891 און 1892, ווען פֿון דער שטאָט האָט מען אַרויסגעטריבן ס׳רובֿ ייִדישע תּושבֿים. אמת, דעם גירוש גופֿא זײַנען געווידמעט ניט קיין סך זײַטלעך. דער סיפּור-המעשׂה דרייט זיך אַרום אַ טוץ אַנדערע אינטריגעס, אין וועלכע עס זײַנען אַרײַנגעמישט צענדליקער מענטשן, ייִדן און ניט-ייִדן, אָרעמע און רײַכע, לײַטישע און קרימינעלע. די געשעענישן קומען פֿאָר סײַ אין מאָסקווע סײַ אין דאָרף ניט ווײַט פֿון דער ווײַסרוסישער שטאָט אָרשע. בכלל, די סטרוקטור פֿונעם ראָמאַן דערמאָנט זייער אַ ביליקע זייף-אָפּערע, געמאַכט מיט צוויי קינאָ-קאַמערעס — אין שטאָט און אין דאָרף. ניט ווייניקער פֿון 70 פּראָצענט פֿונעם טעקסט פֿאַרנעמען דיאַלאָגן, וואָס זײַנען געשריבן אָדער אין אַ גאַנץ אידיאָמאַטישער שפּראַך (אויב די העלדן זײַנען פּראָסטע ייִדן צי גויים), אָדער מיט אַ סך דײַטש-שטאַמיקע ווערטער (אויב די העלדן געהערן צו העכערע שיכטן פֿון דער געזעלשאַפֿט).

איך קלײַב זיך ניט דאָ איבערדערציילן די מעשׂה, בפֿרט נאָך, אַז כ׳האָב מורא זיך פּשוט פֿאַרפּלאָנטערן. שוין אָפּגעשמועסט; אַז די געשעענישן און דיאַלאָגן האָבן זייער אַ קליינע ווערט, סײַדן ווי סחורה פֿאַר לינגוויסטישן אַנאַליז. אָבער פֿון מאָל צו מאָל פֿלעגט דער מחבר אָפּשטעלן די פּלאַפּלערײַ פֿון זײַנע העלדן, כּדי צו דערקלערן דעם לייענער, וואָס ער אַליין, נחום-מאיר שײַקעוויטש, האָט געמיינט מכּוח כּלערליי אָנגעווייטיקטע פֿראַגן פֿון דער צײַט.

לאָזט זיך אויס, למשל, אַז דער ראָמאַניסט האָט זיך זייער ערנסט באַצויגן צו רעליגיע:

זאָלן די אַטעיִסטן לאַכן פֿון די וואָס גלויבן אין גאָט וויפֿל זייער האַרץ גלוסט. דער ריינער פֿאַרשטאַנד באַווײַזט אונדז, אַז דאָס גלויבן אין יענער געהיימער קראַפֿט, וואָס הייסט "גאָט", איז אַ גליק פֿאַר דער מענטשהייט.

מיר וועלן ניט רעדן פֿון דעם, וואָס דאָס גלויבן אין גאָט פֿאַרהיט טויזנטער מענטשן פֿון די גרעסטע זינד, ווי צום בײַשפּיל: מאָרד, גנבֿה און רויב. מיר ווייסן אַלע, אַז קיין זאַך איז אַזוי ניט אין שטאַנד צו פֿאַרהיטן די אַלע זינד, ווי די פֿורכט [שרעק] פֿאַר גאָטס שטראָף.

אָבער אויסער דעם איז דאָס גלויבן אין גאָט אַ גאָטווענדיקע זאַך פֿאַר דעם אָרעמען מענטשן-קינד.

אַז אונדזער לעבן איז אַ וועכסל [וועקסל] פֿון גליק און אומגליק — דאָס איז אַן אַלטע באַקאַנטע זאַך. די איינציקע זאַך, וואָס שטיצט דעם מענטשן אין זײַן אומגליק, איז די האָפֿענונג, און ווער קען נאָך אַזוי פֿעסט האָפֿן, ווי דער וואָס גלויבט אין גאָט. יאָ, דער אומגליקלעכער גלויבן באמונה-שלמה, אָז גאָט קען קיין עוולה זען און פֿאַרלאָזט ניט אויף אימער [שטענדיק] דעם מענטשן אין אומגליק, אַז מיט איין האַנט שטראָפֿט ער און מיט דער צווייטער היילט ער. דאַרום [דערפֿאַר] ווערט ער ניט פֿאַרצווייפֿלט זאָגאַר [אַפֿילו] דאַן, ווען אויף זײַן האַלדז ליגט אַ שאַרפֿע שווערד, ווען די וואַסער איז איבער זײַן האַלדז געשטיגן. אויך אין די שרעקלעכסטע מאָמענטן האָפֿט ער צו גאָט, אַז ער וועט אים רעטן [ראַטעווען]; ער גלויבט, אַז תשועת ה׳ כהרף עין, ד״ה. גאָטס הילף קומט אין איין אויגנבליק.

מיליאָנען אומגליקלעכע זײַנען דורך זייער גלויבן אין גאָט פֿון גרעסטן אומגליק גערעטעט געוואָרן. דעם באַווײַז האָבן מיר פֿון אונדזערע ייִדן. מיר אַלע ווייסן דעם וווּנדער, וואָס נאָך טויזניאָריקע פֿאַרפֿאָלגונגען איז אונדזער פֿאָלק געבליבן אַ פֿאָלק און קען זיך האַלטן אויף די פֿיס. דער וווּנדער נעמט זיך נאָר פֿון דעם, וואָס די ייִדן האָבן געגלויבט אין זייער גאָט, און זייער גרויסע האָפֿענונג, אַז ער וועט זיי פֿון אַלע זייערע ליידן באַפֿרײַען, האָט זיי פֿון די גרעסטע אומגליקן, פֿון די טיפֿסטע אָפּגרונטן גערעטעט.

שמ״רס פֿאַרדרייטער סיפּור-המעשׂה ברענגט פֿון אָדעס, דער שטאָט מיט אַ היפּש ביסל מאָדערניזירטע ייִדן, דעם יונגן אַדוואָקאַט יאַקאָב פֿײַן. ער שנײַדט זיך טאַקע גלײַך אויף אַ פֿײַנעם יאַט:

יאַקאָב פֿײַן, וועלכער האָט זיך דערצויגן בײַ אָרטאָדאָקסישע עלטערן, איז יעצט געווען אַ ייִד אין פֿולן זין פֿון דעם וואָרט. אָבוואָל [כאָטש] ער האָט געענדיקט אַן אוניווערסיטעט און האָט זיך באַשעפֿטיק געפֿונען אין דער געזעלשאַפֿט פֿון קריסטן, איז ער דאָך געבליבן צוגעבונדן צו זײַן פֿאָלק מיט לײַב און זעלע [נשמה]. ער האָט זיך מיט דעם נאָמען ייִד ניט געשעמט. אין קעגנטייל [פֿאַרקערט], ער האָט פֿאַר אַלעמען געזאָגט, אַז ער איז אַ ייִד, און קוים האָט יעמאַנד [עמעצער] אין זײַן קעגנוואַרט געוואַגט אויף ייִדן אַ שלעכט וואָרט רעדן, איז אים יאַקאָב באַפֿאַלן מיט אַ ווילדן כּעס און האָט אים אויפֿגעוויזן, אַז נאָר אַ פֿאַרדאָרבענער מענטש קען רעדן שלעכטס אויף דאָס בעסטע פֿאָלק פֿון דער וועלט.

דאָך באַמערקט ניט יאַקאָב פֿײַן, ווי גוט — ממש אַ שטיק גאָלד — איז רבֿקה ראַטבלום, די טאָכטער פֿון זייער לײַטישע מאָסקווער ייִדן. עס ציט אים צו אַן אַנדער מיידל, וואָס איז דווקא ניט קיין וווילע, כאָטש צום סוף פֿונעם ראָמאַן וועט זי אויך גיין מיט אַ ריכטיקן וועג. אָבער רבֿקה און איר משפּחה שטעלן מיט זיך פֿאָר אַ מוסטער פֿון מאָדערנער ייִדישקייט:

עס איז פֿרײַטיק פֿאַרנאַכט.

דער עכטער פֿרומער אָרטאָדאָקסישער ייִד פֿילט בײַ דעם אָנקונפֿט [אָנקום] פֿונעם שבת, ווי אַ גרויסע שווערע לאַסט איז פֿון זײַנע שולטערן [פּלייצעס] העראונטערגעפֿאַלן. עפּעס ווײַזט אים אויס, אַז ער טרעט אַרײַן אין אַ בעסערער וועלט. אַ וועלט שכלו שבת, וואָס אין איר איז אַן אייביקע רו און מען ווייס אין איר גאָר ניט פֿון די ביטערע ליידן, וועלכע מען פֿילט אין יענער טעטיקער וועלט, וווּ מען באַדאַרף באַשטענדיק אַרבעטן און זיך דרייען דעם קאָפּ וועגן פֿאַרדינען געלט.

זײַן אייגן הויז דערשײַנט אום שבת גאָר אַנדערש אין זײַנע אויגן. דוכט זיך קיין נײַעס איז דאָ ניט צוגעקומען. די זעלבע ווענט, די זעלבע מעבל און די אייגענע ליכט וואָס ברענען אַ גאַנצע וואָך, און דאָך ווײַזן זיי אום שבת גאָר אַנדערש אויס. יעדע זאַך וואָס געפֿינט זיך אין שטוב ווײַזט אויס פֿיל שענער און הערלעכער, און ווען ער קומט פֿרײַטיק צו נאַכטס פֿון שול אַ היים און זאָגט שלום-עליכם, גלייבט ער באמונה-שלמה, אַז יעצט שפּאַצירן טאַקע גוטע ענגעלן [מלאכים] אַרום איבערן גאַנצן הויז.

ווען זאָגאַר איינער פֿון די גרעסטע פֿרײַ-דענקער זאָל געווען אַרײַנקומען פֿרײַטיק צונאַכטס אין באָריס ראַטבלומס הויז, וואָלט ער זיך געפֿילט אַנדערש אַלס אין אַן אַנדער צײַט.

די גאַנצע וואָך איז אויך בײַ ראַטבלומען אין הויז געווען אַ פֿאַרגעניגן צו זיצן, דען זײַן ווײַב מלכּה וואַר [געווען] אַ זעלטענע ווירטין [באַלעבאָסטע]. בײַ איר אין די צימער האָט זיך ניט געטאָרט קיין שטויב געפֿינען. אַלץ האָט געגלאַנצט, יעדע זאַך האָט ווי געפֿינקלט. נאָר פֿרײַטיק צונאַכטס האָט בײַ איר אין הויז אויסגעזען ווי אין אַ גן-עדן. איבעראַל האָט געשמעקט, אין אַלע ווינקעלעך איז געווען ליכטיק. דער גרויסער טיש אין דעם עס-צימער וואַר באַדעקט מיט אַ טישטעך, וואָס איז געווען בלענדנד-ווײַס; צוועלף זילבערנע לײַכטער זײַנען בײַם ברעג טיש געשטאַנען און האָבן אַזוי געפֿינקלט, וואָס מען האָט געקענט מיינען, אַז זיי זײַנען די מינוט פֿון דער פֿאַבריק אַרויס; אויבנאָן זײַנען געלעגן צוויי גרויסע חלות, וואָס זײַנען אַזוי קונסטפֿול געמאַכט געוואָרן, וואָס מען האָט פֿאַסט [כּמעט] געשלונגען מיט די אויגן און עס האָט אויסגעזען, אַז זיי בעטן זיך מען זאָל זיי עסן. פֿון דעם געמאָלטן סופֿיט האָט זיך אַראָפּגעלאָזט אַ גרויסער פּראַכטפֿולער זשעראַנדל [קאַנדעלאַבער], וואָס האָט מיט זײַן פֿײַער אַזאַ זאַפֿטע ליכטיקייט איבער דעם גרויסן צימער פֿאַרברייטערט, וואָס מען האָט געקענט פֿאַרגעסן, אַז יעצט איז נאַכט.

ראַטבלום אַליין, ווי אויך זײַן ווײַב מלכּה און זייער טאָכטער רבֿקה, האָבן אויך גאַנץ אַנדערש אויסגעזען ווי אין מיטן דער וואָך. קוקנדיק אויף זיי, האָט מען געקענט מיינען, אַז זיי זײַנען אַזעלכע זאָרגלאָזע פּערזאָנען, וואָס זײַט זייער לעבן האָבן זיי ניט געוווּסט וואָס עס הייסט זאָרג. זיי וואַרן, דוכט זיך, גאַנץ איינפֿאַך געקליידעט, אָבער די קליידער זײַנען געווען אַזוי ריין, אַז מען האָט זיך זאָגאַר די קליידער פֿון גוטע ענגלען שענער ניט געקענט אין דער פֿאַנטאַזיע פֿאָרשטעלן.

ראַטבלום איז געווען אַ וואַרער [אמתער] אָרטאָדאָקסישער ייִד; אָבוואָל ער איז געווען אַ העכסט געבילדעטער מאַן, האָט ער דאָך אָפּגעהיט אַלע ייִדישע זיטן ווי אַ הייסער פֿרומער ייִד. אַזוי איז אויך געווען זײַן פֿרוי מלכּה. זי וואַר אַ פֿײַן געבילדעטע דאַמע און איז דאָך געווען אַזוי פֿרום, אַז זי האָט אַפֿילו געטראָגן אַ פּאַרוק אויפֿן קאָפּ. ניט אַזוי אויס פֿרומקייט, זאָנדערן אויס געוווינהייט; אַזוי האָט זי געזען איר באָבען, איר מוטער און אַלע אירע פֿאַרוואַנדטע. זי האָט אַ מאָל יאָ געפּרובירט אויסטאָן דעם פּאַרוק, האָט איר אָבער אויסגעזען ווי איר פֿעלט אַזאַ נויטווענדיקע זאַך, וואָס אָן דעם קען זי ניט אויסקומען. דאַרום האָט זי אים צוריק אָנגעטאָן. זי האָט אָפּגעהיט די ווײַבערישע מיצוות ווי אַ צדקנית און איז פֿון דעסטוועגן בײַ אַלע אירע באַקאַנטע הײַנטמאָדישע פֿרויען דערמיט ניט אַראָפּגעפֿאַלן. אין קעגנטייל, זיי האָבן געפֿילט צו איר מער אַכטונג אַלס צו אַלע אַנדערע פֿרויען און האָבן זיך אַליין קיין רעכנונג געקענט אָפּגעבן, וואַרום [פֿאַר וואָס] דאָס איז אַזוי.

זי איז געווען זייער אַ שיינע געזונטע פֿרוי און ווען זי פֿלעגט זיך לכּבֿוד שבת אָנטאָן אין אַ ווײַס זיידן קלייד, האָט זי אויסגעזען מאַיעסטעטיש ווי אַ קעניגין.

רבֿקה איז געווען געראָטן אין דער מוטער, זאָ, וואָס דער מענטש וואָס האָט ניט געוווּסט, אַז דאָס איז אַ מוטער מיט אַ טאָכטער, האָט עס מיט איין בליק אויף זיי ביידע געקענט לײַכט דערקענען. ווען זי איז געזעסן מיט דער מוטער צוזאַמען, האָבן זיי אויסגעזען ווי פֿון איין פֿאָרם געגאָסן.

זי איז שוין געווען אין מאַנכע באַציִונגען [אַ סך הינזיכטן] פֿרײַער פֿון דער מוטער, אָבער דאָך האָט זי זיך געהאַלטן שטרענג אָרטאָדאָקסיש. זי האָט אויך אַלע פֿרײַטיק צונאַכטס געבענטשט ליכט און האָט פֿון אַ גרויסן "קרבן-מינחה" מקבל-שבת געווען.

שמ״ר אַנטפּלעקט ניט קיין מײַסטערשאַפֿט פֿון באַשרײַבן אַ פּאָזיטיוון פֿרויען-געשטאַלט. "אַ שיינע געזונטע פֿרוי" איז כּמעט דאָס שטאַרקסטע, וואָס אים גיט זיך אין דעם פּאָרטרעט פֿון רבֿקהס מוטער. בעסער באַקומען זיך בײַם מחבר נעגאַטיווע געשטאַלטן פֿון פֿרויען. עס שאַפֿט זיך אַן אײַנדרוק, אַז אים זײַנען ניט צום האַרצן געווען עמאַנסיפּירטע פֿרויען, וועלכע זײַנען אַוועק פֿון דרך-הישר. גאָר אַ מיאוסער געשטאַלט אַזאַ שפּילט די צענטראַלע ראָלע אין שמ״רס קורצן ראָמאַן "האַלב-מענטש האַלב-אַפֿע [מאַלפּע], אָדער וווּ זוכט מען דעם אמת?" די דאָזיקע "וואַרע [אמתע] דערציילונג" איז געווען פֿאַרעפֿנטלעכט אין ווילנע אין 1888, וואָס איז געווען דאָס יאָר, ווען שלום-עליכם איז אַרויס מיט זייער אַ שאַרפֿער קריטיק פֿון שמ״רס ווערק.

דער הויפּט-העלד פֿון "האַלב-מענטש האַלב-אַפֿע" האָט געטראָפֿן אַ פֿרוי, פֿאַר וועלכער איך האָב מיך אָנפֿאַנגס שטאַרק דערשראָקן. איר האָט גיכער געפּאַסט דער נאָמען אוראַנג-אוטאַנג (איינע אַפֿע) אַלס דער נאָמען פֿרוי. ני [קיין מאָל] אין מײַן לעבן האָב איך אַזאַ העסלעכקייט געזען. שטעלט אײַך פֿאָר אַ פּערזאָן הויך און דאַר ווי איינע אַלטמאָדישע קאָטשערע, שוואַרץ ווי איינע נעגערין, מיט גרויע קאַצן-אויגן. אַ נאָז (אַזעלכע נעז זאָל מען ניט זען אין קיין ייִדישער שטוב), אַז אין יעדן פֿון די צוויי לעכער קאָן אַרײַנפֿאָרן אַן עקיפּאַזש מיט פֿיר פֿערד נאַשפּיץ. דאָס ברייטע פּנים איז געשטופּלט פֿול מיט גריבעלעך, זאָ דאָס אין יעדן גרובֿ קאָן אַרײַן אַ וועלשענער נוס. קורץ גערעדט, ווען יעמאַנד וואָלט די קאַריקאַטור אַרומגעפֿירט אין דער וועלט, און וואָלט זי געוויזן פֿאַר געלט, בין איך ניט מסופּק אַז ער וואָלט זיך אַ רײַכטום פֿאַרשאַפֿט, דען אַזאַ משונהדיקע בריאה איז ווײַט צו געפֿינען.

זײַענדיק אין אַמעריקע, ווײַט פֿון דער רוסישער צענזור, האָט שמ״ר געקענט זיך דערלויבן צו קריטיקירן פֿאַרשיידענע זײַטן פֿונעם רוסישן לעבן. פֿון רוסלאַנד, וואָס ער רופֿט עטלעכע מאָל "חזיר-לאַנד", איז ער אַוועק מיט אַ ביטערן האַרץ. די דאָזיקע באַציִונג איז אָפּגעשפּיגלט געוואָרן אין דעם ליד, וואָס עפֿנט איינעם פֿון די קאַפּיטלען (נומער 86):

ווען דו, זאָנע [זון], האָסט געקענט
לײַכטן אין דעם חזיר-לאַנד,
ביסטו אַ פֿײַער וואָס ס׳ברענט
אין דער העלע [גיהנום], צו דײַן שאַנד.
און ווען דער מאָנד [לבֿנה] מיט די שטערן
האָבן קאַלט אַלץ צוגעזען,
מעגן זיי פֿאַרטונקלט ווערן;
פֿלוכן [זידלען] זאָל זיי ווער עס קען.

אין זײַן ראָמאַן לאַכט שמ״ר אויס די נאַיִווקייט פֿון די לײַט, וועלכע האָבן בימי אַלכּסנדר דער צווייטער געגלייבט, אַז רוסלאַנד איז געוואָרן אַ גוט לאַנד פֿאַר די ייִדן. שמ״ר האָט באַזונדערס ניט געהאַלטן, אַ שטייגער, פֿון די אַריסטאָקראַטישע שיכטן פֿון דער געזעלשאַפֿט:

אונטער דעם וואָרט "אַריסטאָקראַטן" פֿאַרשטייט מען אין רוסלאַנד אַ-הויך-קלאַס-מענטשן, וואָס זײַנען אין אַלע הינזיכטן ניט גלײַך צו די איבעריקע בשׂר-ודמניקעס. אונטער דעם קלינגענדיקן שיינעם נאָמען "אַריסטאָקראַט" שטעלט מען זיך פֿאָר אַ מאַן וואָס איז קלוג, זיטלעך, איידל און גוטמוטיק; ליידער אָבער האָבן די בלינדע מענטשן אויך אין דעם פֿאַל אַ גרויסן אירטום [טעות], דען גראַדע בײַ לײַט וואָס הייסן בײַ אונדז אַריסטאָקראַטן געפֿינט מען אַלע פֿאַרדאָרבנסטע זיטן, אַלע נידערטרעכטיקייטן און אוממענטשלעכקייטן. [...]

אין פֿיל לענדער האָט שוין אַן ענד גענומען צו דער מאַכט פֿון די דעספּאָטישע מאָנאַרכן, מען האָט פֿון זיך אַראָפּגעוואָרפֿן די לאַסט פֿון די געקרוינטע הערשער; אָבער די קראַפֿט פֿון די זאָגענאַנטע [אַזוי-גערופֿענע] אַריסטאָקראַטן איז נאָך ניט אָפּגעשוואַכט געוואָרן. אין די פֿרײַסטע לענדער שפּילן זיי נאָך די גרעסטע ראָלע.

באַזונדערס איז זייער מאַכט גרויס אין די לענדער וואָס ליגן אונטער אַ קייזער אָדער קעניגטום. דאָרט באַגעגנט מען אויף שריט און טריט אַריסטאָקראַטישע סוביעקטן וואָס שטאָלצירן שטאַרק מיט שיינע נעמען: גראַפֿן, קניאַזן, באַראָנען און ריטער.

מיט דער צאַרישער משפּחה און דער אַריסטאָקראַטיע זײַנען דירעקט פֿאַרבונדן די רדיפֿות, וואָס ייִדן האָבן געליטן אין רוסלאַנד אין סוף 19טן יאָרהונדערט, אַרײַנגערעכנט דאָס אַרויסטרײַבן די ייִדן פֿון מאָסקווע. ס׳רובֿ פּראָסטע מאָסקווער ייִדן האָבן דעמאָלט געוווינט אין דער געגנט פֿון זאַריאַדיע, וואָס איז געווען ניט ווײַט פֿון קרעמל. שמ״ר האָט זיך באַזעצט אין ניו-יאָרק אין 1899, אַזוי אַז דעם גירוש האָט ער אַליין ניט געקענט זען. ער האָט געשעפּט די אינפֿאָרמאַציע פֿון דער פּרעסע און פֿון זײַן אייגענער שרײַבערישער פֿאַנטאַזיע:

רויִק זײַנען זיך די ייִדן געזעסן פֿיל יאָרן אין מאָסקווע. זיי האָבן זיך דאָרט אַזוי אײַנגעוואָרצלט, אַז זיי איז גאָר אין געדאַנק ניט געקומען, אַז מען וועט זיי פּלוצלונג הייסן אויסוואַנדערן. פֿאַרקערט, אַלע האָבן זיכער געגלייבט, אַז די רעגירונג וועט אָנערקענען די גרויסע נוצן וואָס זיי ברענגען דער רוסישער באַפֿעלקערונג.

נאָר פּלוצלונג האָבן זיי זיך פֿון זייערע זיסע חלומות אויפֿגעכאַפּט און האָבן דערזען, ווי ווײַט זיי האָבן געלעבט אין טעות.

אין אַ פֿינצטערער מיטן-נאַכט זײַנען פֿיל פּאָליציאַנטן באַפֿאַלן די גאַס זאַריאַדיע, דאָרט וווּ דער גרעסטער טייל פֿון די ייִדישע קויפֿלײַט האָבן זיך באַזעצט. מען האָט אַלע אײַנוווינער אויפֿגעריסן פֿון שלאָף, און אָן יעמאַנדן עטוואָס צו פֿרעגן האָט מען זיי פֿאַסט נאַקעטערהייט מיט ווײַבער און קינדער אַוועקגעשלעפּט אין געפֿענגעניש.

עס האָט ניט געהאָלפֿן קיין בעטן, קיין טרערן. עס האָט ניט געהאָלפֿן, ווען מען האָט דערקלערט, אַז יעמאַנד איז קראַנק אָדער אַ פֿרוי ליגט אין קינדבעט [קימפּעט]. ווי די הונגעריקע וועלף וואָס באַפֿאַלן אַ סטאַדע שאָף, זײַנען די בלוטגיריקע פּאָליציי-באַאַמטע באַפֿאַלן די שוואַכע, אָרעמע ייִדן און האָבן זיי מיט דער גרעסטער גרויזאַמקייט געשלעפּט נאָך דער פּאָליציי. דער וואָס האָט ניט געוואָלט אָדער ניט געקאָנט אַזוי גיך גיין, דעם האָט מען געשלאָגן אומערבאַרעמלעך [אומברחמנותדיק].

קיין פֿעדער איז ניט אין שטאַנד צו באַשרײַבן די שרעקלעכע סצענע, וואָס אין יענער נאַכט האָט זיך אָפּגעשפּילט. [...] מען האָט געזען הונדערטער האַלב-נאַקעטע מענער, פֿרויען און קינדער געשלעפּט און געטריבן פֿון ווילדע קאָזאַקן און סאָלדאַטן, ריכטיק ווי מען טרײַבט אָקסן. מען האָט געהערט אַ האַרץ-רײַסנדיקן יאָמער פֿון קראַנקע, שוואַכע פֿרויען; אַ קוויטשערײַ פֿון קליינע קינדער און דערבײַ דאָס ווילדע טריִומפֿירנדע געלעכטער פֿון די קאַצאַפּעס [רוסן], וואָס זײַנען געשטאַנען אין די גאַסן און האָבן געקוואָלן קוקנדיק אויף די סצענעס.

ווי פֿון דער ערד איז אויסגעוואַקסן אַ באַרפֿוסע [באָרוועסע] קאָמאַנדע, הונדערטער רוסישע לויפֿערס [גראָבע יונגען] וואָס האָבן זיך נאָך ניט אויסגעניכטערט פֿון די פֿילע שנאַפּס וואָס זיי האָבן געטרונקען, און ווען זיי האָבן דערזען דיזע [די דאָזיקע] שרעקלעכע סצענע, האָבן זיי אַזוי פֿיל פֿאַרגעניגן געהאַט, אַז זיי האָבן אָנגעהויבן צו שרײַען "אוראַ!" און האָבן דערבײַ געוואָרפֿן מיט שטיינער אויף די אומגליקלעכע, הילפֿלאָזע נפֿשות.

— בעיטי זשידאָוו (שלאָגט די זשידעס)! — האָט מען געהערט ווילדע שטימען שרײַען פֿון אַלע זײַטן.

— וואַרפֿט זיי מיט שטיינער!

— צעשפּאַלט זיי די קעפּ!

— טרײַבט זיי אויס פֿון דער הייליקער שטאָט מאָסקווע!

און די אַלע קולות האָט באַגלייט אַ ווילדער געלעכטער.

שמ״ר האָט זיך אַזוי צעשריבן בײַם שילדערן די סצענעס פֿון אַרויסטרײַבן די מאָסקווער ייִדן, אַז ער האָט (ווי עס האָט זיך בײַ אים אָפֿט געמאַכט) פֿאַרלאָרן דאָס געפֿיל פֿון אַ פּראָפּאָרציע:

ווען טיטוס-הרשע האָט אין די אַלטע, פֿינצטערע צײַטן רויִנירט די טויערן פֿון ירושלים און האָט אַלע אײַנוווינער פֿון דיזער שטאָט געשלעפּט געפֿאַנגען, האָט זיך געוויס קיין שרעקלעכערע סצענעס ניט אָפּגעשפּילט ווי אין דעם ענד פֿונעם 19טן יאָרהונדערט אין אַ שטאָט, וועלכע טראָגט אויף זיך דעם נאָמען "ציוויליזאַציע".

טיטוס-הרשע האָט נאָך געהאַט אַ תּירוץ — די ייִדן זײַנען מיאַטעזשניקעס (רעוואָלוציאָנערן), זיי זײַנען קריגס-געפֿאַנגענע, און מיט קריגס-געפֿאַנגענע האָט זיך קיינער אין יענער צײַט בעסער באַגאַנגען. אָבער וואָס פֿאַר אַ תּירוץ קען האָבן אַלכּסנדר הרשע [...]?

שמ״ר איז, אָבער, צופֿרידן, וואָס דער גירוש האָט געבראַכט מיט זיך אויך פּראָבלעמען פֿאַר דער מאָסקווער עקאָנאָמיע. היסטאָריש איז עס, אין תּוך אַרײַן, ריכטיק, כאָטש דער פֿאַרנעם פֿונעם קריזיס איז, אַ פּנים, איבערגעטריבן געוואָרן — אָבער דאָס איז, בכלל, כאַראַקטעריש פֿאַר שמ״רן, בײַ אים איז אַלץ איבערגעטריבן:

אין רוסלאַנדס גרעסטער און רײַכסטער שטאָט, מאָסקווע, האָט זיך אָנגעפֿאַנגען אַ שרעקלעכער קריזיס. אַ גרויסע טייל פֿאַבריקן האָבן אין גאַנצן אײַנגעשטעלט [אָפּגעשטעלט] די אַרבעט, אַנדערע האָבן דערווײַל נאָר אָפּגעזאָגט האַלב אָדער צוויי-דריטל פֿון זייערע אַרבעטער, ווײַל זיי האָבן נאָך גערעכנט, אַז דער פּלוצלונגער קריזיס וועט שנעל איבערגיין און די געשעפֿטן וועלן צוריק אויפֿלעבן ווי געווען; אָבער די אמתע קלוגע געשעפֿטסלײַט, וועלכע האָבן גוט פֿאַרשטאַנען פֿון וואַנען דער פּלוצלונגער קריזיס האָט זיך גענומען, האָבן ניט פֿיל געהאָפֿט אויף דער צוקונפֿט. אין קעגנטייל, זיי האָבן פֿיל מער זיך געשראָקן פֿאַר דער קומענדער צײַט. זיי האָבן געזען, אַז פֿון אַלע זיד-וועסטלעכע [דרום-מערבֿדיקע] פּראָווינצן האָט פֿאַסט אין גאַנצן אויפֿגעהערט די פֿאָדערונג אויף מאָסקווער מאַנופֿאַקטורן און די באַנקראָטן מערן זיך פֿון טאָג צו טאָג; דאָס צוטרויען צו דער געשעפֿטס-וועלט האָט אין גאַנצן אויפֿגעהערט און ווער עס האָט נאָר אַ מזומנעם רובל, פֿאַרשטעקט דאָס אין די זאָקן און וויל דאָס קיינעם אַנטרויען. [...] אַזוי ווי די ייִדן אין מאָסקווע זײַנען די איינציקע פֿאַרמיטלער צווישן די מאָסקווער פֿאַבריקאַנטן און די פּראָווינציעלע סוחרים, און קיינער פֿון דיזע פֿאַרמיטלער ווייס ניט וואָס מאָרגן וועט מיט אים זײַן, דאַרום האָבן די פּראָווינציעלע סוחרים צו זיי פֿאַרלוירן דאָס צוטרויען און האָבן אײַנגעשטעלט מיט זיי דעם האַנדל [...]

לויט שמ״רס cherche la femme-ווערסיע, האָט מען די גזירה פֿונדעסטוועגן אָפּגעשריגן (ניט אין גאַנצן, אָבער טיילווײַז האָט זיך די מאָסקווער קהילה אָפּגעהיט) נאָר אַ דאַנק דעם, וואָס יאַקאָב פֿײַן האָט פֿאָרגעלייגט צו געפֿינען אַ שיינע פֿרוי פֿאַר דעם אַנטיסעמיטישן "גרויספֿירסט" סערגיי. דער ברודער פֿונעם קייסער און דער גענעראַל-גובערנאַטאָר פֿון מאָסקווע, איז יענער געווען באַקאַנט ווי אַ ווײַבערניק (אַזוי איז, יעדנפֿאַלס, אין ראָמאַן). האָט מען טאַקע באַצאָלט אַ ייִדישער יפֿת-תּואר, און יענע האָט פֿאַרדרייט דעם קאָפּ דעם רוסישן המן. בעת-מעשׂה אַנטפּלעקט שמ״ר זײַן באַציִונג צו ייִדישע יום-טובֿים:

אַ שׂימחה, אַ גדולה, אַ ישועה אויף ייִדן. מען האָט זיי אויפֿגעהערט צו טרײַבן פֿון מאָסקווע. מען האָט איבעראַל דערציילט, אַז דער נײַער גענעראַל-גובערנאַטאָר האָט אַ באַפֿעל געגעבן, מען זאָל די ייִדן וואָס וווינען אין מאָסקווע זײַט אייניקע יאָר אויפֿהערן צו טרײַבן און לאָזן ווײַטער אומגעשטערט זיצן אויף זייערע ערטער.

אַזעלכע ישועות האָבן מיר אין דער צײַט פֿון אונדזער גלות זייער פֿיל געהאַט. אונדזער ביטערע געשיכטע וואָס איז פֿול מיט בלוט, טרערן, מערדערײַען און גוואַלדטאַטן, דערציילט אונדז אַ סך אַזעלכע ישועות, אָדער ווי מיר רופֿן עס אָן — ניסים. עס איז ניטאָ קיין לאַנד וואָס מען האָט אונדזערע ברידער אין איר ניט געשלאַכטעט ווי די לעמער, פֿאַרפֿאָלגט ווי די ווילדע חיות און אַז די מענטשן-פֿרעסער זײַנען שוין זאַט געוואָרן פֿון אונדזער פֿלייש און בלוט און האָבן אַן ענד געמאַכט צו זייערע גרויזאַמקייטן, האָט דאָס געהייסן "אַ ישועה אויף ייִדן". מיר האָבן גאָט געדאַנקט פֿאַר דעם גרויסן חסד וואָס ער האָט מיט אונדז געטאָן, און דעם טאָג אין וועלכן די "ישועה" איז געקומען, האָט מען געמאַכט פֿאַר אַ יום-טובֿ.

מיר האָבן אַפֿילו קיין מאָל זיך ניט צוגעכאַפּט פֿון גרויס שׂימחה באַלד צו עסן און טרינקען; נאָר פֿריִער האָבן מיר אַ ביסל אונטערגעפֿאַסט און זיך אָנגעזאָגט מיט סליחות. דערנאָך, אַז מיר האָבן שוין גאָט אָפּגעגעבן זײַן חלק פֿון אונדזער בלוט און פֿעטס, האָבן מיר זיך גענומען פֿרייען אויף דער גרויסער ישועה וואָס גאָט האָט געבראַכט אויף זײַן געליבט פֿאָלק ישׂראל.

ווען אַלע דיזע ימים-טובֿים זאָלן געווען בלײַבן, וואָלטן אַלע טעג פֿונעם יאָר ווייניק געווען פֿאַר פֿײַערטעג צו מאַכן. עפּעס אַ קלייניקייט וויפֿל ישועות עס איז שוין געקומען אויף גאָטס בן-יחיד! קען מען דען איבערציילן די פֿילע צרות פֿון וועלכע ער האָט אונדז גערעטעט, נאָך דעם אַז אונדזער בלוט האָט זיך אין אַלע גאַסן ווי וואַסער געגאָסן!

פֿון וואַנען אָבער האָבן זיך גענומען צו אונדז אַזעלכע נאַרישע, קינדערשע שׂימחות? פֿון אונדזערע ימים-טובֿים וואָס מיר האָבן אַ ירושה פֿון משהן. זעען מיר אין יעדן יום-טובֿ אַ שטאָלץ פֿון אַ פֿרײַ, זעלבסטשטענדיק פֿאָלק. הײַנט פֿון וואַנען האָט זיך צו אונדז שפּעטער גענומען אַזאַ יום-טובֿ ווי פּורים? צום אָנדענק ווען גאָט האָט מיט אונדז געטאָן אַ נס דורך אַ שיין מיידל, און די גזירה, וואָס אַ מלך טיפּש האָט אויף אונדז אַרויסגעגעבן, איז דורך אַ באַל, וואָס דאָס מיידל האָט געמאַכט, בטל געוואָרן? מען קען ניט זאָגן, אַז דאָס איז זייער אַ שטאָלצער יום-טובֿ פֿאַר אַן אַלטער שטאָלצער נאַציע! מיר מוזן קומען צו דעם באַשלוס, אַז ישׂראל סבֿא, דער אַלטער ישׂראליק, איז שוין אויסגעוועפּט, און וואַרענד [ווײַל] די יונגע פֿעלקער מאַכן יום-טובֿים, ווי אַ פֿערטער יולי, דעם טאָג ווען דאָס אַמעריקאַנישע פֿאָלק איז געוואָרן זעלבסטשטענדיק, פֿײַערן מיר ל״ג-בעומר, צום אָנדענק ווען די הרוגי-ביתּר זײַנען געקומען צו קבֿר-ישׂראל!

וואַרענד די שׂימחה פֿון אַלע פֿעלקער באַשטייט אין דער פֿאַרגרעסערונג פֿון זייער גליק, באַשטייען דעם ייִדנס שׂימחות אין דער באַגרענעצונג פֿון זײַנע אומגליקן. ער פֿרייט זיך ווען מען באַרויבט אים, נאָר צוזאַמען מיט זײַן געלט האָט מען זײַן נשמה ניט צוגענומען.

אַזוי צי אַזוי, אָבער דער סוף פֿון דער 1,600-זײַטיקער געשיכטע איז אַ גוטער, לכל-הפּחות פֿאַר די פּאָזיטיווע העלדן. מיר איז באַזונדערס געפֿעלן געוואָרן, אַז איינער פֿון די רוסישע אַריסטאָקראַטן, גראַף דאַנילאָוו, וואָס איז אַ צענטראַלע פֿיגור אין ראָמאַן, האָט צום סאַמע סוף זיך מגייר געווען. צוזאַמען מיט זײַן ווײַב (זי האָט זיך דערוווּסט, אַז אירע עלטערן זײַנען געווען ייִדן) האָט ער זיך באַזעצט אין אויסלאַנד און געוואָרן אַ ייִדישער כּלל-טוער.

A groise farvirung in idish

A sach fun di verter vos har Estreich batzeicnet als "daitch" zainen eigentlech dermont in dem Harkavy verterbuch fun idish vi idishe verter. Ich muz zogn az itzt keiner veist nisht genoi velche verter zainen "daitche" un velche zainen "idishe". Idish haint tzu tog iz a zeer tzemishte, tzetumelte un farvirte(daitch?) shprach on harte reglen.