פֿאָרווערטס - 110
פֿון גענאַדי עסטרײַך
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
אַלעקסאַנדער פּאָמעראַנץ
אַלעקסאַנדער פּאָמעראַנץ

ניט שטענדיק קען מען פֿאַרשטיין און דערקלערן די לאָגיק, לויט וועלכער אַ פּערזענלעכקייט ווערט דערמאָנט צי ניט דערמאָנט אין אַן ענציקלאָפּעדישן באַנד. צומאָל האָט עס פּשוט צו טאָן מיט דעם צונויפֿשטעלערס פּערזענלעכער באַציִונג. למשל, בײַם שרײַבן די נאָטיצן וועגן דער "פֿאָרווערטס"-געשיכטע נוץ איך די גאַנצע צײַט אליהו שולמאַנס "לעקסיקאָן פֿון 'פֿאָרווערטס’-שרײַבער". דעם אמת זאָגנדיק, איז עס ניט קיין מײַסטער-ווערק. איך גלייב, אַז אַ מאָל וועל איך דערציילן וועגן דעם צונויפֿשטעלער, ד״ר שולמאַן, וואָס איז געווען אַ מומחה אין רוסיש- און סאָוועטיש-ייִדישער געשיכטע, ווי אויך אין אַ סך אַנדערע געביטן פֿון ייִדישער געשיכטע און קולטור. אָבער צום "לעקסיקאָן" האָט ער — אַזוי שײַנט מיר — זיך באַצויגן ניט זייער ערנסט. ניט איין מאָל האָב איך ניט געקאָנט געפֿינען אין אים קיין אינפֿאָרמאַציע וועגן מענטשן, וואָס זײַנען אַ היפּשע צײַט געווען פֿאַרבונדן מיט דער צײַטונג.

אין אייניקע פֿאַלן, אָבער, געפֿינט מען אין דעם "לעקסיקאָן" נעמען פֿון ייִדישע פּען-מענטשן, וואָס האָבן ניט געשפּילט קיין ממשותדיקע ראָלע אין דער "פֿאָרווערטס"-געשיכטע. צו זיי געהערט, למשל, אַלעקסאַנדער פּאָמעראַנץ (1901—1965). דאָך בין איך צופֿרידן, וואָס ד״ר שולמאַן האָט געפֿונען פֿאַר פּאָמעראַנצן אַן אָרט, ווײַל דאָס גיט מיר אַ מעגלעכקייט אָנצושרײַבן עטלעכע הונדערט ווערטער וועגן דעם דאָזיקן אינטערעסאַנטן מענטש.

פּאָמעראַנצעס ביאָגראַפֿיע איז ענג פֿאַרבונדן מיט דער געשיכטע פֿון דער קאָמוניסטישער צײַטונג "פֿרײַהייט", וואָס האָט זיך באַוויזן אין ניו-יאָרק דעם 2טן אַפּריל 1922, דאָס הייסט מיט קאַרגע 85 יאָר צוריק. פּאָמעראַנץ האָט געהערט צו די ניו-יאָרקער ייִדישע יונגע־לײַט, וועלכע זײַנען געווען פֿאַרכּישופֿט פֿון דער רוסישער רעוואָלוציע. מיט די פּאָליטישע געשעענישן אין דער "אַלטער היים" האָט פּאָמעראַנץ אַסאָציִיִרט אויך די צוקונפֿט פֿון קולטור בכלל און דער ייִדישער ליטעראַטור בפֿרט. ער האָט געשריבן לידער אין דעם נוסח פֿון רוסישע רעוואָלוציאָנערע דיכטער, אַזעלכע ווי וולאַדימיר מאַיאַקאָווסקי.

די צרה איז געווען, וואָס די רעדאַקטאָרן פֿון דער "פֿרײַהייט" האָבן אַזעלכע יונגע מחברים ווי פּאָמעראַנץ בדרך-כּלל ווייניק צוגעלאָזט צו דער צײַטונג. די "פֿרײַהייט" האָט אין אירע ערשטע יאָרן צוגעצויגן אַ צאָל באַקאַנטע פּראָזאַיִקער און פּאָעטן און זיך ניט שטאַרק גענייטיקט אין יונגע פּען-מענטשן, דערצו נאָך אַזעלכע וואָס האָבן געוואָלט איבערקערן די גאַנצע ליטעראַרישע וועלט. האָט פּאָמעראַנץ אָרגאַניזירט אַ גרופּע אַזעלכע אָנהייבער ווי ער אַליין, און זיי האָבן גענומען אַרויסגעבן אַן אייגענעם פּראָלעטאַרישן זשורנאַל — "יונג-קוזניע" (1924–1925). דערנאָך האָבן זיי געהאַט אויך אַנדערע אויסגאַבעס.

די "דיסידענטישקייט" זייערע האָט זיך פֿאַרענדיקט אָנהייב 1930ער יאָרן. דעמאָלט האָט די "פֿרײַהייט" אַריבערגעפֿירט אייניקע יונגע מחברים אין דער קאַטעגאָריע פֿון גוטע שרײַבער. פֿאַרבונדן איז עס טיילווײַז געווען מיט דעם, וואָס די יוגנט איז אַרײַן אין די פֿעדערן. נאָך וויכטיקער, אָבער, איז געווען דער גאַנצער מצבֿ אין די לינקע ליטעראַרישע קרײַזן: צו דער צײַט האָבן אַ סך "מיטלויפֿער" פֿאַרלאָזט די קאָמוניסטישע קרײַזן, אָדער מע האָט זיי משלח געווען.

אין 1933–1935 האָט פּאָמעראַנץ זיך געלערנט אין קיִעוו, אין דעם אינסטיטוט פֿון ייִדישער פּראָלעטאַרישער קולטור. אין יענע יאָרן איז עס געווען דער גרעסטער ייִדישער אַקאַדעמישער צענטער אין דער גאָרער וועלט. דאָרטן האָט פּאָמעראַנץ אָנגעשריבן און פֿאַרטיידיקט אַ דיסערטאַציע וועגן די אַמעריקאַנער ייִדישע פּראָלעטאַרישע שרײַבער. זײַן מזל איז געווען, וואָס ער האָט געהאַט גענוג שׂכל ניט צו פֿאַרבלײַבן אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד. ער האָט זיך אומגעקערט קיין ניו-יאָרק און די קומענדיקע 15 יאָר געטרײַ געדינט דער פּראָפּאַגאַנדיסטישער מאַשין פֿון אַמעריקאַנער ייִדישן קאָמוניזם.

אַ סבֿרא, אַז סוף 1940ער יאָרן איז פּאָמעראַנץ געווען צווישן די ערשטע, וואָס האָבן פֿאַרשטאַנען דעם אמתן, טראַגישן באַטײַט פֿונעם שווײַגן פֿון די סאָוועטיש-ייִדישע טוער. אין 1950 האָט ער פֿאַרלאָזט די קאָמוניסטישע קרײַזן. ער האָט געאַרבעט אין פֿאַרשיידענע ערטער, אָבער דער עיקר ווי אַ ביבליאָגראַף — אין ייִוואָ, קאָלומביע-אוניווערסיטעט און ייִדישן טעאָלאָגישן סעמינאַר. דעמאָלט טאַקע, נאָכן פֿאַרלאָזן די "מאָרגן-פֿרײַהייט", האָט ער פֿון צײַט צו צײַט געדרוקט אַרטיקלען אויך אין "פֿאָרווערטס". אָבער אין דער רעדאַקציע גופֿא האָט ער ניט געאַרבעט. אַ סך נעענטער איז מיטן "פֿאָרווערטס" געווען פֿאַרבונדן אַן אַנדער לאַנג-יאָריקער שרײַבער פֿון דער "מאָרגן-פֿרײַהייט". דאָס איז געווען ברוך פֿענסטער (1902–1974), וועלכער איז אויך אין 1950 אַוועק פֿון די קאָמוניסטן און זינט 1957 געווען אַ שרײַבער אין "פֿאָרווערטס".

וואָס שייך פּאָמעראַנצן, האָט ער אין 1962, צום צענטן יאָרצײַט פֿונעם בלוטיקן 12טן אויגוסט 1952, אַרויסגעגעבן אַ בוך, וואָס ער האָט אָנגערופֿן "די סאָוועטישע הרוגי-מלכות". דאָס איז געווען זײַן פּערזענלעכער דענקמאָל נאָך די סאָוועטישע שרײַבער — סײַ די וואָס מע האָט דערשאָסן דעם 12טן אויגוסט, סײַ די וואָס מע האָט אומגעבראַכט אין אַנדערע טעג און יאָרן. אַ סך פֿון די דאָזיקע דיכטער, פּראָזאַיִקער און ליטעראַטור-קענער האָט פּאָמעראַנץ פּערזענלעך געקענט אָדער אַפֿילו זיך מיט זיי געחבֿרט. דאָס בוך איז אויך געוואָרן אַ דענקמאָל פֿאַר דעם ראָמאַנטישן שטראָם אין קאָמוניזם, צו וועלכן עס האָט געהערט פּאָמעראַנץ. ניט צופֿעליק האָט ער אָנגעשריבן אין "די סאָוועטישע הרוגי-מלכות", און אויסגעטיילט די ווערטער: "די בלוטיקע האַנט פֿון קרעמל האָט צעשאָסן ממש אויך די ניו-יאָרקער 'פֿרײַהייט’."