אַ גרופּע פּראָמינענטע סאָציאַליסטן, צווישן זיי: פֿראַנק קראָסווייט, מאַקס ווינטער, אַב קאַהאַן (אין מיטן), וויליאַם קאַרלין, 1920ער יאָרן |
Forward Association |
די באַציִונג צו ציוניזם איז געווען, בלי-ספֿק, איינער פֿון די "אייביקע" ענינים, וואָס האָט תּמיד אַרויסגערופֿן שאַרפֿע וויכּוחים. וולאַדעק און אַנדערע פֿאַרביסענע אַנטי-ציוניסטן האָבן ניט געגעבן דער צײַטונג קיין מעגלעכקייט אין גאַנצן אַריבערצוגיין אויף די פּאָזיציעס פֿון סימפּאַטיע לגבי דער אַנטוויקלונג פֿון דעם ארץ-ישׂראלדיקן פּראָיעקט. אַזעלכע סימפּאַטיעס האָבן זיך גענומען שנײַדן בײַם שעף-רעדאַקטאָר, אַב. קאַהאַן, בפֿרט נאָך זײַן נסיעה קיין ארץ-ישׂראל אין 1925 — פֿון דעם 26סטן סעפּטעמבער ביז דעם 21סטן אָקטאָבער.
קאַהאַנס רײַזע איז צונויפֿגעפֿאַלן מיטן שפּיץ פֿון דער עמיגראַציע־כוואַליע, וועלכע איז באַקאַנט ווי די "פֿערטע עליה". די דאָזיקע עליה איז באַשטאַנען אַ העלפֿט פֿון פּוילישע ייִדן און אויף צוואַנציק פּראָצענט פֿון די געקומענע פֿון סאָוועטן-פֿאַרבאַנד. זי האָט אַרויסגעפֿירט דעם ייִשובֿ פֿון דעם עקאָנאָמישן און סאָציאַל-אידעאָלאָגישן קריזיס, וועלכער איז געווען כאַראַקטעריסטיש פֿאַרן ארץ-ישׂראלדיקן לעבן אין די פֿריִע 1920ער יאָרן. הקיצור, דער שעף-רעדאַקטאָר פֿון "פֿאָרווערטס" האָט געהאַט דאָס מזל צו קומען דווקא אין דעם מאָמענט פֿון נאַציאָנאַלער אייפֿאָריע.
דעם ישׂראלדיקן היסטאָריקער יעקבֿ גאָלדשטיין איז אַ מאָל אײַנגעפֿאַלן אַ גוטע אידעע — צונויפֿצושטעלן אַ באַנד פֿון קאַהאַנס ארץ-ישׂראלדיקע אַרטיקלען, ווי אויך אַרטיקלען פֿון זײַנע קריטיקער און שטיצער, וועלכע האָבן זיך אָפּגערופֿן אויף קאַהאַנס רײַזע-באַשרײַבונגען. דאָס בוך איז אַרויס אין ענגלאַנד אין יאָר 1998 אונטערן טיטל Jewish Socialists in the United States: The Cahan Debate 1925—1926 (ייִדישע סאָציאַליסטן אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן: די קאַהאַן-דעבאַטע). עס זעט אויס, אַז די דאָזיקע פּובליקאַציע האָט מען ווייניק באַמערקט. איך האָב זיך אָנגעשטויסן אויף אַ רעצענזיע, וואָס איז אין 1999 אַרויס אין דעם זשורנאַל Labor History, וועלכע קריטיקירט דאָס בוך ווי אַן "אויבערפֿלעכלעכע פֿאָרשונג" מיט אַ סך איבערחזרונגען.
ברוך וולאַדעק (שטייט אין מיטן), אַ יונגער שמעון וועבער (שטייט אויף לינקס), דער ניו־יאָרקער בירגערמײַסטער לאַ גוואַרדיאַ (זיצט אין מיטן), פֿאָרן אויף אַן ״אי״־באַן לעבן איסט־בראָדוויי, 1930ער יאָרן |
Forward Association |
יעדערער האָט זײַן גוסט. איך האָב דאָס בוך געלייענט מיט גרויס אינטערעס. אמת, מיך האָט עס ווייניק אינטערעסירט ווי אַ פֿאָרשונג. עס האָט דאָך אַן אַנדער מעלה, דהײַנו: פֿון קאָנצענטרירן אונטער איין הילע טעקסטן, וועלכע זײַנען צעוואָרפֿן איבער פֿאַרשיידענע נומערן פֿון דער צײַטונג. שוין אָפּגעשמועסט פֿון דעם, אַז די אומגליקלעכע מענטשן, וואָס קענען ניט לייענען אויף ייִדיש, האָבן באַקומען אַ צוטריט צו דעם וויכטיקן קער-פּונקט אין דער "פֿאָרווערטס"-געשיכטע.
מע קען ניט זאָגן, אַז קאַהאַן האָט זיך געלייגט פֿייגעלעך אין בוזעם, זעענדיק כּלערליי סימנים פֿון דער סאָציאַלער, קולטורעלער און עקאָנאָמישער אַנטוויקלונג פֿון דעם ייִשובֿ. ער האָט אויך געזען און באַשריבן די שאָטנדיקע זײַטן פֿונעם לעבן אין דער דעמאָלטיקער ארץ-ישׂראל. ניט צום האַרצן איז אים געווען, למשל, דער שפּראַכלעכער פֿאַנאַטיזם, וואָס האָט געשאַפֿן אַן אַטמאָספֿער פֿון מורא האָבן צו רעדן ייִדיש. ער האָט געזען אין תּל-אָבֿיבֿ ווי אַן עלטערער ייִד האָט ניט געקענט פֿאַרשטיין די דערקלערונגען, וואָס יונגע תּושבֿים האָבן אים געגעבן אויף העברעיִש. דאָך האָבן די תּל-אָבֿיבֿער יאַטן בשום-אופֿן ניט געוואָלט נוצן ייִדיש. קאַהאַן האָט, בכלל, דערפֿילט צווישן די ארץ-ישׂראלים אַן עקסטרעם שאָוויניזם, וואָס איז מער כאַראַקטעריסטיש פֿאַר אַ פֿאָלק פֿון אַ מלחמה-פֿירנדיקער מדינה.
ווי אַ סאָציאַליסט, האָט ער געשעפּט נחת פֿון די קאָלעקטיווע פֿאָרמען פֿון לעבן און אַרבעט, וועלכע ער האָט געזען אין די קיבוצים און מושבֿים. דאָך האָט ער אויך גוט פֿאַרשטאַנען, אַז די קיבוצניקעס און מושבֿניקעס קענען ניט אַליין אויסבויען אַן אַנטוויקלטע געזעלשאַפֿט. קאַהאַן האָט ניט געקענט זיך פֿאָרשטעלן, ווי אַזוי אַ ריכטיקע אינדוסטריעלע סטרוקטור האָט געקענט זיך באַווײַזן אין לאַנד אָנעם אַנטוויקלען די קאַפּיטאַליסטישע פֿאָרמען פֿון עקאָנאָמיע. ווי אַ פּועל-יוצא, האָט קאַהאַן געזען — און נאָך מער פֿאָרויסגעזען — אַ צוזאַמענשטויס פֿון אידעאַליזם מיט פּראַגמאַטיזם.
די רײַזע האָט ניט געמאַכט קאַהאַנען פֿאַר אַן אָנהענגער פֿון ציוניזם. אין ארץ-ישׂראל זײַנען אים, דער עיקר, געפֿעלן געוואָרן מענטשן און זייערע אויפֿטוען. אָבער זײַנע קריטיקער — בפֿרט די בונדיסטן ברוך וולאַדעק, ב. צבֿיון און אַ. ליטוואַק — האָבן אים ניט געקענט מוחל זײַן די גוטע ווערטער וועגן דעם ציוניסטישן פּראָיעקט. די דעבאַטע אַרום דער פֿראַגע פֿון ציוניזם וועט זיך ניט אײַנשטילן אויך אין די קומענדיקע יאָרן. אַזוי, אין 1936, ווען וולאַדעק האָט זיך אומגעקערט פֿון אַ נסיעה קיין אייראָפּע און נאָענטן מיזרח, האָט די צײַטונג "די ניו-יאָרק טײַמס" ציטירט זײַן אַרויסזאָגונג, אַז די דאָזיקע דערפֿאַרונג האָט אים נאָך שטאַרקער איבערצײַגט אין דעם, אַז ציוניזם איז אַ פּאָליטישער טעות.
כּמעט אַ פֿערטל יאָרהונדערט איז אַדורך זינט יענער ערשטער רײַזע פֿון קאַהאַנען קיין ארץ-ישׂראל, ווען "די ניו-יאָרק טײַמס" האָט אים אינטערוויויִרט און ציטירט זײַנע ווערטער (דעם 7טן יולי 1949): "קיין ציוניסט בין איך קיין מאָל ניט געווען, תּמיד פֿאַרבליבן אַ סאָציאַליסט. אָבער מיר אַלע מוזן איצט שטיצן ישׂראל." דעם 89־יאָריקן רעדאַקטאָר האָט באַזונדערס געפֿרייט דער פֿאַקט, וואָס גראָד די סאָציאַליסטן האָבן געשאַפֿן די ערשטע רעגירונגען אין מדינת-ישׂראל. פּונקט אַזוי האָבן זיך געפֿרייט אויך צענדליקער טויזנטער ייִדישע סאָציאַליסטן סײַ אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן סײַ איבער דער גאָרער וועלט.