פּובליציסטיק

קיין מאָסקווע איז געקומען אַ נײַער אַמעריקאַנער אַמבאַסאַדאָר, מײַקל מאַקפֿאָל, וואָס איז גאָר ניט קיין צופֿעליקער מענטש אויף אַזאַ שטעלע. ער האָט לאַנגע יאָרן שטודירט רוסיש און רוסישע פּאָליטיק, פֿאַרבראַכט אַ היפּש ביסל צײַט אין רוסלאַנד גופֿא, און געווען פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַס עצה-געבער; געשפּילט אַ צענטראַלע ראָלע אין די באַמיִונגען צו געפֿינען אַ נײַעם, מער פֿרײַנדלעכן צוגאַנג צו די באַציִונגען צווישן וואַשינגטאָן און מאָסקווע. איז דאַכט זיך — גוט. דערצו זעט אויס מאַקפֿאָל ווי אַ סימפּאַטישער מענטש.
אָבער כּמעט גלײַך פֿון אָנהייב איז מיטן אַמבאַסאַדאָר ניט צופֿרידן געוואָרן דער עולם, וועלכער שטעלט יעדן טאָג ליכטלעך אין צערקוועס, בעטנדיק גאָט עס זאָל זיך ניט איבעררײַסן די ממשלה פֿון וולאַדימיר פּוטינען. די זאַך איז, אַז אין די סאַמע ערשטע טעג אויף זײַן שטעלע, האָט דער אַמעריקאַנער פֿאָרשטייער זיך באַגעגנט מיט עטלעכע פֿירנדיקע פֿיגורן אין דער אָפּאָזיציע. געטאָן האָט ער עס זייער דיפּלאָמאַטיש, מע קען זאָגן איידל — קיין באַזונדערס גיפֿטיקע קריטיקער פֿון פּוטינען זײַנען צווישן די אײַנגעלאַדענע טוערס ניט געווען. אָבער די מלוכה-קאָנטראָלירטע טעלעוויזיע און פּרעסע האָבן עס אונטערגעטראָגן ווי אַ באַזוך פֿון אַ גרופּע פֿאַררעטערס, וועלכע האָבן באַקומען פֿרישע אינסטרוקציעס מצד דער אַמעריקאַנער רעגירונג, ווי אַזוי בײַטן דעם רעזשים אין לאַנד. און אַזאַ פּראָפּאַגאַנדע שרײַבט זיך זייער גוט אַרײַן אין דער באָבע-מעשׂה, אַז די אָפּאָזיציע צאָלט די מענטשן, וועלכע באַטייליקן זיך אין די מיטינגען, און מע צאָלט עס, פֿאַרשטייט זיך, פֿון די געלטער, וועלכע מע קריגט, כּלומרשט, פֿון אַמעריקע.
אַנטי-אַמעריקאַנער שטימונגען זײַנען שטאַרק אין רוסלאַנד, בפֿרט נאָך אַז די מלוכישע פּראָפּאַגאַנדע וואַרעמט זיי שטענדיק אונטער. קיין חידוש ניט, אַז נאָר 37 פּראָצענט רוסן פֿילן פֿרײַנדשאַפֿט צו די פֿאַראייניקטע שטאַטן, וואָס איז נידעריקער ווי אין אייראָפּע, וווּ דער דאָזיקער אינדעקס פֿון פֿרײַנדשאַפֿט איז אויסגעוואַקסן זינט באַראַק אָבאַמאַס נצחון אין די פּרעזידענטישע וואַלן און בײַט זיך איצט פֿון 58 (אין שפּאַניע) ביז 75 (אין פֿראַנקרײַך). אַפֿילו אין ישׂראל, וווּ אַ סך מענטשן בלאָזן זיך אויף דער איצטיקער אַדמיניסטראַציע, איז אָט דער אינדעקס העכער פֿון 70 פּראָצענט.
איך האָב שוין געשריבן, אַז די טעג אַרום סילוועסטער האָבן מיר, מײַן ווײַב און איך, פֿאַרבראַכט אין אונגאַרן. אין איינעם פֿון די אָוונטן, זיצנדיק אין דעם באַר פֿון אונדזער האָטעל, האָבן מיר זיך צערעדט מיט אַ פּאָרפֿאָלק, וואָס וווינט אין יעקאַטערינבורג, אָבער די פֿירמע, מיט וועלכער עס קאָמאַנדעוועט דער מאַן, געפֿינט זיך אין סיביר. זיי האָבן געמאַכט אַן אײַנדרוק פֿון סימפּאַטישע מענטשן, וואָס שטייען פֿעסט אויף די פֿיס, פֿאָרן אָפֿט קיין מערבֿ-אייראָפּע, וווּ עס לערנט זיך זייער טאָכטער — הקיצור, מאָדערנע מענטשן. אָבער ווען איך האָב זיי געזאָגט, ענטפֿערנדיק אויף עפּעס אַ פֿראַגע, אַז די יאָרן, וואָס איך האָב פֿאַרבראַכט אין אַמעריקע, האָבן מיך אָנגעלערנט צו שאַצן הויך דאָס אַמעריקאַנער פֿאָלק, האָבן זיי ביידע עפּעס מאָדנע אויף מיר אַ קוק געטאָן, גלײַך ווי זיי האָבן מיך געכאַפּט בײַ אַ ליגן.
דער שמועס איז אַוועק אין אַן אַנדער ריכטונג, אַזוי אַז איך האָב זיי ניט געזאָגט וועגן די טענות, וואָס איך האָב צו די אַמעריקאַנער פּאָליטיקער. איינע פֿון זיי איז פֿאַרבונדן מיטן פֿאַרעלטערטן געזעץ, וואָס מע רופֿט לויט די נעמען פֿון דעם סענאַטאָר הענרי דזשעקסאָן (1912—1983) און דעם קאָנגרעסמאַן טשאַרלס וועניק (1913—2007). איך האָב שוין געשריבן וועגן דער דאָזיקער לעגאַלער נאַרישקייט — קיין אַנדער וואָרט קען איך ניט אונטערקלײַבן. אָנגענומען האָט מען דאָס געזעץ, און די עקאָנאָמישע מניעות אינעם האַנדל מיטן סאָוועטן-פֿאַרבאַנד, כּדי אויסצופּועלן פֿון מאָסקווע בעסערע באַדינגונגען פֿאַר אַזעלכע ווי איך, וואָס האָבן געוואָלט פֿאַרלאָזן דאָס לאַנד פֿון סאָציאַליזם. זינט דעמאָלט זײַנען אַלע וואָס האָבן געוואָלט, שוין לאַנג אַוועקגעפֿאָרן, און אייניקע האָבן זיך אַפֿילו אומגעקערט. אָבער דאָס געזעץ בלײַבט.
די טעג האָט דער אויסערן-מיניסטער פֿון רוסלאַנד, סערגיי לאַווראָוו, גערעדט וועגן דעם געזעץ. בדרך-כּלל, האָב איך פֿײַנט זײַנע סאָוועטיש-קלינגענדיקע ריידערײַען, אָבער דאָס מאָל בין איך געווען מסכּים מיט אים. דער איצטיקער מצבֿ איז זייער אַנדערש אין פֿאַרגלײַך מיט 1974, ווען מע האָט אָנגענומען דאָס דאָזיקע געזעץ. איצט איז עס פּשוט אַ רויטע שמאַטע פֿאַר רוסלאַנד, נאָך איין אַרגומענט אין די הענט פֿון אַנטי-אַמעריקאַנער פּראָפּאַגאַנדיסטן. בפֿרט נאָך, אַז נאָך אין יאָר 1994 האָט אַמעריקע אָפֿיציעל אָנערקענט, אַז רוסלאַנד האָט ניט קיין באַגרענעצונגען פֿאַר עמיגראַציע, און אין יאָר 2002 — אַז רוסלאַנד איז אַ לאַנד פֿון מאַרק-עקאָנאָמיע. נאָך מער: אַמעריקע האָט געשפּילט זייער אַ ממשותדיקע ראָלע, כּדי רוסלאַנד זאָל, סוף-כּל-סוף, ווערן אַ מיטגליד אין דער וועלט-אָרגאַניזאַציע פֿאַר מיסחר, WTO. אָן אַ קוועטש פֿון אַמעריקע און אייראָפּע וואָלט גרוזיע (דאָס לעצטע לאַנד וואָס האָט בלאָקירט די מיטגלידערשאַפֿט) עס קיין מאָל ניט דורכגעלאָזט.
ס’איז קלאָר, אַז די אַמעריקאַנער אַדמיניסטראַציע וויל עס טאָן. אָבער מע דאַרף דאָך אײַנרעדן דעם קאָנגרעס, וואָס איז פֿול מיט לײַט וואָס וווינען נאָך אין די צײַטן פֿון דער קאַלטער מלחמה צי אַפֿילו נאָך פֿריִער. און מע מוז עס טאָן, ווײַל וואָס ווייניקער אַמוניציע וועט זײַן אין די הענט פֿון די קאָנסערוואַטיווע רוסישע אידעאָלאָגן אַלץ בעסער וועט ווערן דער אימאַזש פֿון אַמעריקע. און דאָס וועט זײַן גוט אי פֿאַר די רוסן, אי פֿאַר די אַמעריקאַנער, און ממילא פֿאַר דער גאָרער וועלט.