פּובליציסטיק

הײַנטיקע טעג שרײַבט מען אַ סך וועגן דעם קריזיס פֿון דעם ביכער-מאַרק. אייניקע טענהן אַפֿילו, אַז די ביכער-קולטור איז נאָענט צו איר גסיסה. אָבער גלײַכצײַטיק האָט זיך אַנטוויקלט נאָך איין זאַך: אַליין-פֿאַרעפֿנטלעכטע ביכער. אַזעלכע "סאַמאָיִזדאַט"-אויסגאַבעס האָבן, פֿאַרשטייט זיך, עקזיסטירט אויך פֿריִער (מחוץ די לענדער, וווּ אַלץ איז געווען אונטער דעם מלוכישן קאָנטראָל), אָבער איצט איז געוואָרן אַ סך גרינגער אַרויסצולאָזן אַ בוך — די נײַע טעכנאָלאָגיע מאַכט עס ביליקער.
טיילווײַז איז עס אַ גוטער קער אין דער געשיכטע פֿון פֿאַרלעגערײַ, אָבער עס האָט, ממילא, געעפֿנט אַ טיר פֿאַר כּלערליי גראַפֿאָמאַנישע מחברים; און דאָך, איז דאָס אויך ניט געפֿערלעך. שרײַבט עמעצער לידער אָדער זכרונות, דרוקט עס אָפּ פֿאַר אייגן געלט (צי די קינדער צעבײַטלען זיך אויף אַזאַ מתּנה), און דאָס בוך, מישטיינס געזאָגט, ווערט צעטיילט אין דער משפּחה, צווישן פֿרײַנד און שכנים. איך האָב עטלעכע אַזעלכע ביכער, ס׳רובֿ פֿון זיי האָב איך קיין מאָל ניט געעפֿנט, אָבער זיי שטערן ניט, ווײַל זיי פּרעטענדירן ניט אויף קיין ראָלע פֿון אַ "ריכטיק בוך". נאָך מער — איך האָב אײַנגערעדט איין ייִדישע פֿונדאַציע צו זאַמלען אַליין-געדרוקטע זכרונות פֿון מלחמה-וועטעראַנען, מחמת אַזעלכע מאַטעריאַלן שטעלן מיט זיך פֿאָר אַ פֿאַרשריבענעם נוסח פֿון דעם, וואָס מע רופֿט "מינדלעכע געשיכטע".
גאָר אַנדערש זעט עס אויס, ווען די מחברים האָבן גרויסע פּרעטענזיעס און האַלטן, אַז זייערע ווערק קענען ממש בײַטן, צי לכל-הפּחות פֿאַרריכטן, דעם גאַנג פֿון דער געשיכטע. אויף אַזאַ בוך שנײַדן זיך אויך איסידאָר לעווינס 123 זײַטלעך, פֿאַרפּאַקעוועט אונטער דער הילע מיטן ערנסטן, ממש אַקאַדעמישן, טיטל — אויף רוסיש — "ייִדיש אין פּעטערבורג (קולטורעל-היסטאָרישע ידיעות)". איסידאָר לעווין איז, ווי מע קען פֿאַרשטיין פֿון דער באַשרײַבונג (אויך אויף דער הילע), אַ קענער אין פֿאַרשיידענע געביטן פֿון וויסנשאַפֿט. און דאָס אַלץ, צוזאַמען מיט זײַן קענען ייִדיש פֿון קינדווײַז אָן, האָט אים, און אפֿשר נאָך עמעצן, איבערצײַגט, אַז ער איז אויך גרייט צו שרײַבן אָט אַזאַ פֿאָרשונג. איז טאַקע — פֿאַר וואָס ניט? די צרה איז, אַז ער האָט עס געטאָן כּמעט אָן צורירן זיך צו די פֿאָרשונגען, וואָס זײַנען שוין פֿאַראַן. אַנשטאָט אַזאַ, דאַכט זיך, גראָדליניקן צוגאַנג, האָט איסידאָר לעווין באַשלאָסן, אַ פּנים, אַז דאָס וואָס ער ווייסט, איז פֿאַרלאָזלעכער פֿון אַלע אַנדערע פֿאָרשונגען. ווי אַ פּועל-יוצא, איז אָנגעשריבן געוואָרן אַ מין פֿאַנטאַסמאַגאָריע, וואָס האָט זייער אַ קנאַפּן שײַכות צו דער רעאַלקייט.
דערצו האָט דער טעקסט אַ גאַנץ כאַאָטישע סטרוקטור סײַ כראָנאָלאָגיש און סײַ טעמאַטיש. שוין אָפּגעשמועסט פֿון דעם, וואָס וועגן ייִדיש גופֿא שרײַבט דער מחבר ניט קיין סך און, אויב שוין יאָ, בדרך-כּלל מיט עפּעס אַ ביטול אי צו דער שפּראַך, אי (נאָך מער) צו די מענטשן וואָס באַשעפֿטיקן זיך מיט ייִדיש. איך חזר איבער נאָך אַ מאָל: זײַן טעקסט איז פֿול מיט זייער מאָדנע "פֿאַקטן". אַ היסטאָריקער פֿון ייִדיש וואָלט זיך פּשוט ניט אָפּגעשטעלט לאַכן פֿון דר. לעווינס דרייסטע געדאַנקען. אָבער שרײַבנדיק וועגן אַ מאָדערנער צײַט, האָט זיך דער מחבר אויך אַרויסגעשטעלט אויף לײַטיש געלעכטער.
בײַ אים באַקומט זיך, אַ שטייגער, אַז שלום-עליכם האָט אָנגענומען זײַן ליטעראַרישן פּסעוודאָנים אין די סאָוועטישע צײַטן, דאָס הייסט, בערך אין אַ פּאָר יאָר אַרום נאָך זײַן פּטירה. שמעון דובנאָוו איז "געשטאָרבן" אין די ערשטע טעג פֿון דער דײַטשישער אָקופּאַציע. קיין ייִדישע פּרעסע איז אין פּעטערבורג כּמעט ניט געווען (דער "פֿרײַנד" און אַנדערע צײַטונגען ווערן ניט דערמאָנט). און קיין ייִדישער טעאַטער האָט דאָרטן אויך קיין שפּור ניט איבערגעלאָזט. גלײַכצײַטיק, האָט ער זיך ניט געפֿוילט אָנצושרײַבן אַ היפּש ביסל ווערטער וועגן דער רעפֿאָרם פֿון דער רוסישער שפּראַך, וועלכע האָט ניט אײַנגעפֿירט קיין אות, וואָס זאָל איבערגעבן דעם קלאַנג "ה". דערפֿאַר זײַנען די רוסן, נעבעך, אַפֿילו ניט געווען זיכער (אַזוי טענהט ער!) ווי אַזוי אויסצורעדן "היטלער" און "הײַנע".
דער מחבר ווייסט ניט, אָדער וויל ניט וויסן, אַז ער איז ניט גערעכט, ווען ער שרײַבט, אַז די סאָוועטיש-ייִדישע סיסטעם פֿון בילדונג האָבן געבויט "היגע אַמאַטאָרן", ווײַל קיין אמתע לערער זײַנען, כּלומרשט, ניט געווען. זיכער, אַ דוחק אין קוואַליפֿיצירטע קאַדרען האָט זיך תּמיד געפֿילט, בפֿרט אין די ערשטע יאָרן. אָבער עס זײַנען אויך געווען ניט ווייניק אויסגעשולטע און דערפֿאַרענע לערער, ווײַל די צוגרייטונג האָט זיך אָנגעהויבן נאָך פֿאַר דער רעוואָלוציע, און זייער אַ גרויסע אַרבעט האָט דורכגעפֿירט די "קולטור-ליגע". דער סוף איז געווען, אַז דווקא די ייִדישע שולן האָבן אָפֿט מאָל געהאַט ווייניקער "אַמאַטאָרישע לערער" איידער אַנדערע שולן.
אין אַ בוך וועגן ייִדיש אין פּעטערבורג וואָלט ניט געשטערט צו דערציילן, למשל, וועגן דער גרופּע ייִדישיסטן, וואָס האָט זיך קאָנצענטרירט אין דער שטאָט בעת דער ערשטער וועלט-מלחמה, וועגן דעם היסטאָריקער פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור ישׂראל צינבערג, וועגן דעם ייִדישן לינגוויסט לייזער ווילענקין, וועגן נחמה ליפֿשיץ און אַנדערע ייִדישע אַקטיאָרן פֿון דער לענינגראַדער פֿילהאַרמאָניע, וועגן דעם אַמאַטאָרישן ייִדישן טעאַטער אין לענינגראַד, וועגן דעם קינסטלער תּנחום קאַפּלאַן, ווי אויך וועגן די מענטשן וואָס האָבן יאָ געלייענט דעם מאָסקווער זשורנאַל "סאָוועטיש היימלאַנד" און געשריבן פֿאַר אים, וועגן די לענינגראַדער לייענער פֿון דער פּוילישער ייִדישער פּרעסע, און וועגן די פּעטערבורגער תּושבֿים וואָס באַשעפֿטיקן זיך הײַנט מיט ייִדיש.
הקיצור, ס׳איז דאָ וועגן וואָס צו שרײַבן. דר. לעווין האָט אָבער אויסגעקליבן אַן אַנדער וועג, דהײַנו: צו איגנאָרירן אָדער איבערדרייען כּמעט אַלץ, וואָס האָט טאַקע אַ שײַכות צו דער טעמע "ייִדיש אין פּעטערבורג".