געזעלשאַפֿט

דער רוסישער פּרעמיער וולאַדימיר פּוטין (לינקס) מיטן הויפּט־רבֿ בערל לאַזאַר (רעכטס) און אַ נישט־אידענטיפֿיצירטן רבֿ, אינעם רוסישן
דער רוסישער פּרעמיער וולאַדימיר פּוטין (לינקס) מיטן הויפּט־רבֿ בערל לאַזאַר (רעכטס) און אַ נישט־אידענטיפֿיצירטן רבֿ, אינעם רוסישן
Credit: Getty Images
מײַן אַמעריקאַנער קאָלעגע האָט די טעג מיך געפֿרעגט, ווי אַזוי איז עס מעגלעך, אַז אַ טייל פֿון דער רוסישער, און רוסיש-ייִדישער, אינטעליגענץ שטיצט פּוטינען. איך ווייס ניט, וווּ זי — די קאָלעגע — האָט עס אויסגעלייענט, ווײַל קיין רוסיש קען זי ניט. איך קען אָבער די שפּראַך און זע די גאַנצע צײַט אויף דער רוסישער טעלעוויזיע אַזאַ בילד: אַן אינטעליגענטער מענטש, גאָר ניט קיין נאַר, טענהט, אַז אָן פּוטינען וועט רוסלאַנד ניט האָבן קיין ליכטיקע צוקונפֿט, אַזוי אַז מע דאַרף שטימען פֿאַר אים, און נאָר פֿאַר אים, אין די פּרעזידענטישע וואַלן, וואָס וועלן פֿאָרקומען ווייניקער ווי אין אַ חודש אַרום, דעם 4 מאַרץ.
מיך חידושט דווקא ניט אַזאַ ברייט-פֿאַרשפּרייטע לאָיאַליטעט, וואָס דער אינטעליגענטער עולם ווײַזט פּוטינען. אַנדערש קען עס ניט זײַן, ווײַל רוסלאַנד האָט זיך נאָך לחלוטין ניט באַפֿרײַט פֿון סאָוועטישקייט, און דער באַגריף, "סאָוועטישקייט", נעמט אין זיך אַרײַן אַ סך זאַכן. איינע פֿון זיי איז די אָרגאַנישע פֿאַרבינדונג, וואָס די אינטעליגענץ האָט געהאַט מיט דער מלוכה. שוין אָפּגעשמועסט פֿון דעם וואָס די מלוכה גופֿא איז דאָך געשאַפֿן געוואָרן דורך דער אינטעליגענץ, לכל-הפּחות, דורך אַ טייל פֿון איר. די סאָוועטישע מאַכט איז, אין תּוך אַרײַן, ווי אַ פּראָיעקט, וואָס איז אויסגעחלומט און רעאַליזירט געוואָרן דורך אינטעלעקטואַלן: לענין, טראָצקי, לונאַטשאַרסקי און אַזוי ווײַטער.
וווּ נאָך — סײַדן אין די סאָוועטישע סאַטעליטן — האָט מען אויסגעמײַסטרעוועט אַזאַ סטרוקטור פֿון אינטעלעקטועלן לעבן, וואָס איז געווען אין גאַנצן אינטעגרירט אין דעם מלוכה-אַפּאַראַט? דער שרײַבער-פֿאַראיין און אַנדערע אַזוי-גערופֿענע שאַפֿערישע פֿאַראיינען האָבן גאַראַנטירט, אַז אַ פּען-מענטש, אַ מוזיקער, אַ קינסטלער, אַ טוער פֿון קינאָ און טעאַטער, האָט באַדינט דעם רעזשים. און דער רעזשים האָט גוט געצאָלט דעם שאַפֿערישן עולם, געצאָלט סײַ מיט געלט סײַ מיט דרך-ארץ. אין דער דאָזיקער סבֿיבֿה זײַנען, פֿאַרשטייט זיך, געווען דיסידענטן, וועלכע האָבן ניט געוואָלט זינגען מה-יפֿית לידער, אָבער זייער צאָל איז תּמיד געווען זייער אַ קליינע. אָבער ניט נאָר דער שאַפֿערישער עולם איז געווען פֿאַררעכנט פֿאַר אינטעליגענטן. אַ ציין-דאָקטער, אַ וועטערענאַר צי אַ פֿיזיקער איז אויך געווען אַ טייל פֿון דעם אינטעליגענטן צווישן-קלאַס — צווישן די אַרבעטער און פּויערים. אַזאַ אָרט האָבן די מאַרקסיסטיש-לעניניסטישע טעאָרעטיקער אויסגעטיילט אין דעם סאָוועטישן סאָציאַלן סענדוויטש פֿאַר די הויך-קוואַליפֿיצירטע לײַט. בפֿרט נאָך, אַז די דאָזיקע לײַט — דער זעלבער ציין-דאָקטער וכ׳ — האָט געדאַרפֿט באַרעכטיקן זײַן אָנגעהעריקייט צו אינטעליגענטן. ווי אַזוי? דורך לייענען שיינע ליטעראַטור, גיין אין טעאַטער, און בכלל האָבן גײַסטיקע אינטערעסן און אַספּיראַציעס. זיי האָבן זיך דאָך געשניטן אויף די מענטשן פֿון דער קומענדיקער, קאָמוניסטישער געזעלשאַפֿט, אין וועלכער מע האָט פֿאָרויסגעזען זייער אַ שטאַרקן קולטורעלן קאָמפּאָנענט. עס האָט זיך באַוויזן אַזאַ באַגריף ווי "פֿיזיקער-ליריקער" — מענטשן פֿון וויסנשאַפֿט, וואָס האָבן געשפּילט אַ ראָלע אויך אין דער קולטור.
און אָט קומט די איבערקערעניש פֿון די 1990ער יאָרן; די סאָוועטישע סיסטעם צעפֿאַלט זיך, און צוזאַמען מיט איר ווערט חרובֿ אויך דער גאַנצער בנין פֿון דעם אינטעלעקטועלן לעבן. די שאַפֿערישע פֿאַראיינען פֿאַרלירן זייער השפּעה און אַנשטאָט די צענטראַלע ערטער, וואָס זיי האָבן געהאַט פֿריִער, דרייען זיי זיך ערגעץ אין שאָטן, וווּ מע זעט זיי כּמעט ניט. פֿאַראַיאָרן בין איך געווען אין מאָסקווע און האָב זיך אַרײַנגעכאַפּט אין דעם צענטראַלן בנין פֿון דעם שרײַבער-פֿאַראיין. האָב איך דאָרטן דערזען, אַז דער פֿאַראיין גופֿא האָט זיך פֿאַררוקט אין עטלעכע צימערן, בעת דער איבעריקער רוים איז פֿאַרנומען דורך גאָר אַנדערע אָרגאַניזאַציעס און דורך אַ גרויסן רעסטאָראַן. אויף דער זעלביקער גאַס איז געשטאַנען פֿאַרמאַכט די געבײַדע פֿון דעם פֿאַרלאַג פֿונעם שרײַבער-פֿאַראיין.
קיין חידוש ניט, אַז גאָר ניט ווייניק שאַפֿערישע לײַט — באַזונדערס, עלטערע — בענקען נאָך די "אַלטע גוטע צײַטן", ווען די מלוכישע סיסטעם האָט זיי געגעבן אַ מעגלעכקייט צו פֿירן אַ נאָרמאַל, צי אַפֿילו בעסער פֿון אַ נאָרמאַל, לעבן. ציִען זיי זיך צו וולאַדימיר פּוטינען, ווערן זײַנע חסידים, ווײַל ער דערמאָנט זיי אָן די "גוטע צײַטן", האָדעוועט זיי אונטער מיט שיינע ווערטער, מיט דרך-ארץ, און אַזוי, אָדער אַנדערש, מיט געלט אויך. עס ציט זיי אויך צו פּוטינען, ווײַל זײַנע ווערטער לייגן זיך כאָטש אויפֿן שׂכל, בפֿרט אויף אַ סאָוועטיש-אויפֿגעצויגענעם שׂכל. דער איבעריקער פּאָליטישער עולם איז אין בעסטן פֿאַל לײַטיש, אָבער אַפֿילו דער לײַטישער טייל פֿון פּוטינס אָפּאָזיציע לייגט ניט פֿאָר קיין קלאָרע פּראָגראַם. אַפֿילו גינגריטש, מיט זײַן אײַנפֿאַל פֿון בויען אַ קאָלאָניע אויף דער לבֿנה, וואָלט צווישן די רוסישע פּאָליטיקער ניט אויסגעזען ווי אַ פּלאַפּלער.
אַ טראַגישער מצבֿ האָט זיך געשאַפֿן אין רוסלאַנד. אַ טייל פֿון דער באַפֿעלקערונג, דער עיקר, שטאָטישע מענטשן, זײַנען ניט צופֿרידן מיטן רעזשים. מע גייט אַרויס אין דרויסן, מע שרײַט, מע פּראָטעסטירט. אָבער קיין אַלטערנאַטיוון, אָרגאַניזירטן כּוח זעט מען ניט דערווײַל. בלײַבט זיי נאָר פֿאָדערן "ציכטיקע", ניט-פֿאַלסיפֿיצירטע וואַלן, און דאָס איז אַ פּאַראַדאָקס, ווײַל אַלע ווייסן דאָך, אַז דער המון וועט אויסקלײַבן פּוטינען. און צווישן די וואָס וועלן דעם 4טן מאַרץ שטימען פֿאַר אים, וועלן אויך זײַן אַ סך טויזנטער אינטעליגענטן.