געזעלשאַפֿט
פֿון גענאַדי עסטרײַך (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אין מײַנע סטודענטישע יאָרן איז געווען אַזאַ זאַך ווי אַ "גרופּע" — עטלעכע און צוואַנציק יונגע לײַט, מיט וועלכע איך האָב זיך געלערנט אין משך פֿון פֿינף יאָר. אין מערבֿדיקע אוניווערסיטעטן עקזיסטירט עס, בדרך-כּלל, ניט, ווײַל יעדער סטודענט קלײַבט פֿאַר זיך אויס אַן אייגענע טראַיעקטאָריע פֿון קלאַסן און לעקציעס. איך קלײַב זיך ניט אַרומרעדן דאָ די מעלות און חסרונות פֿון דער אָדער יענער סיסטעם פֿון העכערער בילדונג. איך דערמאָן עס נאָר כּדי צו זאָגן, אַז פֿינף יאָר פֿון לערנען זיך בשותּפֿות האָט געשאַפֿן אַ געפֿיל פֿון נאָענטער פֿרײַנדשאַפֿט מיט אייניקע געוועזענע סטודענטן. ביזן הײַנטיקן טאָג, האַלטן מיר אונטער קאָנטאַקטן, געוויינטלעך, דורך אינטערנעץ. און ווען מע באַגעגנט זיך, ווערן גלײַך ווי פֿאַרשוווּנדן די כּמעט פֿערציק יאָר, וועלכע זײַנען אַדורך זינטן פֿאַרענדיקן דעם אוניווערסיטעט.
אין דער גרופּע בין איך געווען דער איינציקער "גאַנצער" ייִד, אָבער עס זײַנען נאָך געווען עטלעכע האַלבע ייִדן. אויב איך פּלאָנטער ניט, זײַנען געווען דרײַ אַזעלכע יאַטן, מיט ייִדישע טאַטעס. איינער פֿון זיי, האָט געטראָגן זײַן מוטערס משפּחה-נאָמען, אָבער דאָס האָט אים גאָר ניט געהאָלפֿן צו מאַכן עפּעס אַ געוואַלדיק וויכטיקע קאַריערע, ווײַל אים האָט תּמיד געצויגן צו דער כּוסה. דאָס לעצטע מאָל האָב איך אים טאַקע געזען ווען ער איז געווען שיכּור ווי לוט — אַזאַ האָט ער זיך מיט אַ יאָר פֿינף-און-צוואַנציק צוריק אַרײַנגעשטעלט אין מײַן מאָסקווער דירה. מע זאָגן, אַז ער שיכּורט נאָך אַלץ, כאָטש אין גאַנצן האָט ער זיך אויפֿן דנאָ ניט אַראָפּגעלאָזט — ער האָט פֿונדעסטוועגן אַן אַרבעט און, דאַכט זיך, אַ ווײַב.
זײַן נאָענטסטער חבֿר (ער איז אויך געווען אין אונדזער גרופּע) האָט אויך געטראָגן אויף זיך אַ ייִדישן שטעמפּל, ווײַל זײַן מוטער האָט מען געהאַלטן פֿאַר אַ ייִדישער.ערשטנס, זײַנען אַלע אירע און איר מאַנס פֿרײַנד געווען ייִדישע. צווייטנס, האָט זי געטראָגן אַ ייִדישן משפּחה-נאָמען. אָבער עס האָט זיך אויסגעלאָזט, אַז דער נאָמען האָט געשטאַמט פֿון איר שטיף-פֿאָטער. זי און איר מאַן זײַנען שוין געווען געשטאָרבן, ווען זייער זון האָט איבערגעקערט די וועלט — געזוכט כאָטש עפּעס אַ סימן פֿון זײַן ייִדישקייט, כּדי אַרויסצופֿאָרן קיין ישׂראל. דער סוף איז געווען, אַז דער גאַנצער "ייִדישער פּראָיעקט" איז דורכגעפֿאַלן, אָבער אים האָט געלונגען צו באַזעצן זיך אין קאַנאַדע. מיר האָבן זיך געזען דאָרטן מיט עטלעכע יאָר צוריק.
מיט ביידע אַנדערע האַלב-ייִדישע פֿרײַנד מײַנע האַלט איך אונטער אינטערנעץ-קאָנטאַקטן, און צו מאָל — זייער זעלטן — זעען מיר זיך. ביידע טראָגן אויף די פּלייצעס טיפּישע ייִדישע פּנימער, אָבער קיין שום ייִדישע אינטערעסן האָבן זיי פֿריִער ניט געהאַט, און זייערע ווײַבער זײַנען ניט קיין ייִדישע. מיט די יאָרן, האָט זיך דער מצבֿ געביטן. בײַ איינעם פֿון זיי האָט דער בן-יחיד — אויף אַ פֿערטל ייִדישער — זיך באַזעצט אין ישׂראל, אַזוי, אַז מײַן חבֿר און זײַן ווײַב (זי האָט זיך ממש פֿאַרליבט אין ישׂראל) פֿאַרברענגען אַ סך צײַט אין נתּניה און טראַכטן וועגן באַזעצן זיך דאָרטן.
פֿון דעם צווייטן (אָדער דריטן, אויב מע נעמט אַרײַן אין דעם חשבון אויך דעם שיכּור) האַלב-ייִדישן פֿרײַנד באַקום איך תּמיד פֿראַגעס וועגן ייִדישער געשיכטע. ער לייענט איצט אַ סך אַזעלכע זאַכן, אָפֿט מאָל גאָר שמאַטעס. און מיט עטלעכע טעג צוריק האָט ער מיר אָנגעשריבן, אַז דאָס גאַנצע לעבן טראָגט ער אין זיך עפּעס אַ צעשפּאָלטנקייט, וועלכע ער פֿילט באַזונדערס שטאַרק איצט, ווען ער וועט אָט-אָט ווערן אַ בן-שישים. הקיצור, ס’איז ווי אין דעם אַלטן אַנעקדאָט, ווען אין אַ באָד זאָגט איינער דעם אַנדערן: "אָדער טו אָן די גאַטקעס, אָדער נעם אַראָפּ דעם צלם".
ניט אין אַ באָד, נאָר אין אַ גרויסן באַסיין, האָב איך זיך באַקענט נאָך מיט איינעם אַזאַ מטושטשן מענטש. דער באַסיין איז געווען אין אונגאַרן, און דער מענטש איז געווען אַ האַלבער אונגאַרישער ייִד און אַ האַלבער רוס. האָט ער דערציילט, אַז ער האָט חתונה געהאַט מיט אַ רוסישער פֿרוי, זיי האָבן דרײַ זין, שוין דערוואַקסענע, אָבער מיט עטלעכע יאָר צוריק האָבן זיי זיך געגט. די סיבה איז געווען אַזאַ: זײַן פֿרוי איז בהדרגה געוואָרן געוואַלדיק רעליגיעז, דאָס הייסט, פּראַוואָסלאַוונע פֿרום, און פֿון אָט דער קריסטלעכער פֿרומקייט אירער האָט אָנגעהויבן ציִען מיט אַנטיסעמיטיזם. נאָך מער: דער ייִנגערער זון זײַנער האָט אויך גענומען רעדן אַנטיסעמיטישע רייד.
מיט דעם נײַעם באַקאַנטן האָבן מיר — מײַן ווײַב און איך — פֿאַרבראַכט אַן אָוונט אין דעם באַר פֿונעם האָטעל, וווּ מיר האָבן געווײַלט. אַ סימפּאַטישער און, לויט אַלע סימנים, אַ הצלחהדיקער מאַנצביל, איז ער געווען שרעקלעך בייז אויף אַלע רעליגיעס און איבערגעחזרט עטלעכע מאָל אַז "רעליגיע האָט אָפּגעסמט מײַן לעבן, געמאַכט אוממעגלעך צו זײַן אונטער איין דאַך מיט אַ פֿרוי, וואָס איך האָב נאָך אַלץ ליב". ער וואָלט אויך ווײַטער, דאַכט זיך, גערעדט רק אויף דער דאָזיקער אָנגעווייטיקטער טעמע, נאָר דאָ איז געקומען זײַן נײַע געליבטע, פֿון אוקראַיִנע, און דער שמועס איז אַוועק אויף גאָר אַנדערע דרכים.