|
אַן עפּיזאָד פֿונעם פֿילם "גליקן-זוכער" |
|
מיט 75 יאָר צוריק האָט ביראָבידזשאַן זיך געשניטן אויף עפּעס רעכטס. ענטוזיאַסטן פֿון ביראָבידזשאַן האָבן געגלייבט, אַז דער סטאַטוס פֿון אַ "ייִדישער אויטאָנאָמער געגנט" (באַקומען אין מײַ 1934) איז געווען אַ צײַטווײַליקער, נאָר אַן עטאַפּ אויפֿן וועג צו אַ העכערן סטאַטוס, פֿון אַ "ייִדישער אויטאָנאָמער רעפּובליק". מע האָט שוין ערנסט געטראַכט און גערעדט וועגן פּראָקלאַמירן די שטאָט ביראָבידזשאַן פֿאַרן צענטער פֿון דער סאָוועטישער, און במילא דער גאַנצער "פּראָגרעסיווער", ייִדישער קולטור. די צערעמאָניע גופֿא פֿון דער דאָזיקער פּראָקלאַמירונג האָט געזאָלט פֿאָרקומען דעם 9טן פֿעברואַר 1937.
דאָס איז געווען אַ געוואַלדיק וויכטיקע דאַטע אין דער פֿרישער מסורה פֿון דער ווײַט-מיזרחדיקער ייִדישער מלוכהשאַפֿט: מיט אַ יאָר פֿריִער, אָנהייב פֿעברואַר 1936, האָט זיך קיין ביראָבידזשאַן אַרײַנגעכאַפּט לאַזאַר קאַגאַנאָוויטש, דער מעכטיקער סאַטראַפּ פֿון סטאַלינען. ניט צופֿעליק וועט דערנאָך קאַגאַנאָוויטשעס נאָמען יאָרנלאַנג טראָגן דער היגער ייִדישער טעאַטער. אַזעלכע הויכע געסט האָבן אַהין נאָך קיין מאָל ניט פֿאַרבלאָנדזשעט, אַזוי אַז דעם יום-טובֿ האָט מען באַשלאָסן אָפּצומערקן ווי עס דאַרף צו זײַן — מיט אַ גרויסער צונויפֿקומעניש אין אַ יאָר אַרום.
סוף 1936, ווען די פּרעסע האָט אָנגעהויבן שרײַבן וועגן דער קאָנפֿערענץ, איז ביראָבידזשאַן געווען אָפֿט דערמאָנט ניט נאָר אין דער סאָוועטישער, נאָר אויך אין דער אינטערנאַציאָנאַלער פּרעסע. דער שמועס איז געגאַנגען וועגן אַ גראַנדיעזן פּלאַן פֿון מאַסן-אימיגראַציע פֿון אויסלענדישע ייִדן, בפֿרט פֿון פּוילן, וווּ דער מצבֿ פֿאַר ייִדן איז געווען אַ שלעכטער אָדער אַפֿילו געפֿערלעכער. דער דאָזיקער פּלאַן האָט ניט אויסגעזען ווי אַן אוטאָפּישער, ווײַל די סאָוועטישע רעגירונג האָט געוויזן סימנים פֿון מסכּים זײַן מיט אַזאַ ייִדישער אײַנוואַנדערונג. ניט צופֿעליק איז דווקא אין יאָר 1936 אַרויס דער באַוווּסטער פֿילם "גליקן-זוכער", וועגן דער גליקלעכער (פֿאַר גוטע לײַט) און אומגליקלעכער (פֿאַר שלעכטע לײַט) ייִדישער איבערוואַנדערונג פֿון אויסלאַנד קיין ביראָבידזשאַן.
דער ווילנער דיכטער לייזער וואָלף האָט אָנגעשריבן אַ ליד וועגן דער איבערוואַנדערונג (געדרוקט אין "ווילנער טאָג" דעם 14טן פֿעברואַר 1936):
מנחם-מענדל אין ביראָבידזשאַן
צו מײַן ליבער פֿרוי שיינע-שיינדל!
איך בין שוין מיט מזל אין ביראָבידזשאַן.
גלײַך ווי איך בין אַראָפּ פֿון באַן,
האָט מען מיר געגעבן אַן אָרט אין אַ באַראַק
צום שלאָפֿן.
די פֿעלדער זײַנען דאָ אָפֿן
און פֿול מיט ווינטן.
אַ וואַלד פֿון פֿאָרנט,
אַ וואַלד פֿון הינטן.
אין וואַלד קען מען טרעפֿן אַ בער,
וואָס לעקט האָניק.
אין אַלגעמיין איז דאָ איינטאָניק,
נאָר מע בויט, מע בויט און מע בויט:
שאָסייען, הײַזער, וועגן.
אַמאָל נעמט גיין רעגן,
גייט ער אָפּ וואָכן נאָכאַנאַנד.
די בלאָטע ווערט טיף.
איך בין שוין געווען אין אַ קאָלעקטיוו,
געאַרבעט אויף ערד און בײַ סטאָלערײַ,
געטראָגן ציגל צו אַ געבײַ.
די געגנט איז דאָ זייער פֿרײַ
און רוי.
דער הימל איז אָפֿט בלוי,
נאָר די בירע איז האַסטיק און ברייט.
אין אַלגעמיין איז דאָ דאָ פֿרײַנד.
מע עסט אַרום אַ קאָלעקטיוון טיש
איצטער שטיי איך פֿאַרקאַשערט די הויזן
און איך כאַפּ פֿיש.
די זון קלאַפּט מיר אין רוקן.
דערווײַל איז נאָך דאָ ווייניק אויף וואָס צו קוקן.
די שטאָט ביראָבידזשאַן איז אַ שטעטל,
וווּ מע זעט אַ דאַכלקע, אַ בלעך, אַ ברעטל,
נידעריקע הײַזלעך מיט גערטלעך,
אין אַלגעמיין זײַנען דאָ פֿאַראַן פֿײַנע ערטלעך.
דו גייסט אַרײַן אין טײַגע עטלעכע טריט —
ווייסטו שוין ניט,
וווּ דו געפֿינסט זיך.
די מענטשן זײַנען דאָ פֿאַרשיידענע:
אומצופֿרידענע און צופֿרידענע.
דו קענסט טרעפֿן אַ ייִדענע,
וואָס שילט דעם העק,
און אַ ווײַבל וואָס לייגט דיר אַוועק
אַ לויב פֿאַר די סאָוועטן.
די גראָזן זײַנען הויך,
מע דאַרף זיי נאָך צעטרעטן.
די מאַשינעס רײַסן אויף די ערד.
דו טרעפֿסט דאָ ייִדן מיט בערד
און אָן היטלען
מע וויל אויפֿבויען די געגנט
מיט אַלע גיכע מיטלען.
צי איך בין צופֿרידן? —
דו ווייסט דאָך: מע איז צווישן ייִדן,
איז שוין גוט.
דאָ לויפֿט האַסטיקער דאָס בלוט
אין די אָדערן.
דאָ קען מען פֿאָדערן
און אַלץ זאָגט מען צו.
אין דער נשמה פֿילט מען אַ גרויסע רו,
וואָס קומט משמעות
פֿון די אַרומיקע הויכע בערג.
איך האַלט, אַז ביראָבידזשאַן
וועט זײַן אַ גרויס ווערק.
וואָס שייך דיך מיט די קינדער —
רעכן איך אײַך אָפּצונעמען
נאָך פֿאַר ווינטער,
איידער עס קומען אָן די גרויסע פֿרעסט.
דער ווינטער שטעלט זיך דאָ פֿעסט,
מיט הויכע שנייען,
ער קען פֿאַרווייען
אַ גאַנצן דאָרף,
נאָר ער פֿאַרפֿרירט די בלאָטעס
מיט די זומפּן, וווּ מע שנײַדט טאָרף,
און ער מאַכט אַ צוטריט צו געהיימע ערטער.
דער ווינטער איז דאָ ניט קיין גרויסער מערדער.
די היצן זײַנען היפּשע,
די פֿליגן בײַסן אַ ביסל,
נאָר ווייסט דאָך:
אַבי ס׳איז דאָ אַ פֿולע שיסל.
קיין עסן פֿעלט ניט אויס חלילה.
פּראָסטע עסן אַפֿילו,
נאָר אַכילה
איז דאָ.
לאָמיר זיך נאָר דערלעבן צו זען
אין אַ פֿריילעכער שעה
בײַ דער בירע.
איך וועל שוין צוגרייטן פֿאַר אײַך אַ דירה.
די קינדער, וואָס זיצן אַרעסטירט,
רעכן איך אויסצובײַטן אויף גלחים,
וואָס זיצן בײַ אונדז אַרעסטירט;
דאָ האָט שוין אַזאַ מין בײַטעניש פּאַסירט.
זײַ געזונט.
איך פֿאַרשטיי, אַז דיר פֿעלט.
איך וואָלט דיר צוגעשיקט,
לאָזט מען ניט אַרויס קיין געלט
פֿון מיר, דײַן מאַן
מנחם-מענדל.
אין דער זעלבער צײַט לייענען מיר, דעם 18טן פֿעברואַר 1936, ווי דער באַקאַנטער ייִדישער געלערנטער און פֿאָרשטייער פֿון "פֿאָרווערטס" אין אייראָפּע, יעקבֿ לעשצינסקי, רעדט וועגן דער טראַגעדיע פֿון ייִדן אין ראַטן־פֿאַרבאַנד און בעת-מעשׂה אַנטפּלעקט דעם מיש-מאַש, וואָס איז דעמאָלט געווען אַפֿילו אין די סאַמע ליכטיקע ייִדישע קעפּ:
יאָ, דאָס וואָס עס קומט פֿאָר בײַ די ייִדן אין ראַטן־פֿאַרבאַנד איז די גרעסטע טראַגעדיע. דאָס ערשטע מאָל אין דער געשיכטע קומט אַ מלוכה און גיט ייִדן פֿולע נאַציאָנאַלע רעכט און געלט וויפֿל מ׳דאַרף אויף אויסצולעבן זיך פֿולשטענדיק ייִדיש. און דאָך גייט דאָס ייִדישע קולטור-לעבן אין רוסלאַנד פֿולשטענדיק אונטער. די טראַגעדיע אין היטלער-לאַנד וועלן ייִדן דורכלעבן, עס איז ניט דאָס ערשטע מאָל אין דער ייִדישער געשיכטע. אָבער אין קאָמוניסטישן רוסלאַנד דראָט דעם ייִדישן פֿאָלק אַ פֿולשטענדיקער נאַציאָנאַלער אונטערגאַנג, חוץ אין ביראָבידזשאַן.
* * *
דערווײַל האָט די צײַטונג "ביראָבידזשאַנער שטערן" פֿאַרעפֿנטלעכט דעם סדר-היום פֿון דער קאָנפֿערענץ. די הויפּט-רעדע האָט געדאַרפֿט האַלטן שמעון דימאַנשטיין. אין די 1920ער יאָרן איז ער געשטאַנען בראָש דעם ייִדישן קאָמיסאַריאַט. איצט איז דימאַנשטיין געווען אַ הויכגעשטעלטער פּאַרטיי-פֿונקציאָנער, זיך באַשעפֿטיקט מיט צווישן-נאַציאָנאַלע באַציִונגען בכלל, אָבער אַן אַפּוטרופּוס איבער ייִדישע ענינים איז ער סײַ-ווי-סײַ פֿאַרבליבן. צווישן די רעדנער זײַנען געווען אָנגעוויזן דער הויפּט-רעדאַקטאָר פֿון דער מאָסקווער ייִדישער צײַטונג "דער עמעס", משה ליטוואַקאָוו, און דער גאָר באַרימטער ייִדישער פּראָזאַיִקער דוד בערגעלסאָן.
דער סוף איז, אָבער, געווען, אַז קיינעם פֿון די אויסגערעכנטע רעדנער איז ניט באַשערט געווען אַרויסצוטרעטן אין ביראָבידזשאַן, ווײַל די קאָנפֿערענץ איז אין פֿעברואַר ניט פֿאָרגעקומען. מע האָט אַנאָנסירט, אַז מע טראָגט זי אַריבער אויף מײַ חודש. אין מײַ איז זי ווידער ניט צונויפֿגעקליבן געוואָרן, ווײַל דאָס איז געווען די צײַט, ווען די ערד האָט ממש געברענט אונטער די פֿיס: אין יאָר 1937 האָבן די סטאַליניסטישע "רייניקונגען" אַרומגעכאַפּט דאָס גאַנצע לאַנד. צווישן די "אויסגערייניקטע" אין יענעם יאָר זײַנען געווען אויך דימאַנשטיין, ליטוואַקאָוו און אייניקע אַנדערע פֿאַרפּלאַנירטע אָנטיילנעמער פֿון דער ניט-מקוים-געוואָרענער קאָנפֿערענץ.
וואָס שייך דעם גאַנצן פּלאַן פֿון אַרײַנלאָזן קיין ביראָבידזשאַן טויזנטער אויסלענדישע ייִדן, איז פֿון אים אויך כּמעט גאָרנישט ניט אַרויס. אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד האָט מען דאָך תּמיד געציטערט פֿאַר אויסלענדער. אין יעדן פֿון זיי האָט מען געזען אַ פּאָטענציעלן שׂונא, און אין אַזאַ יאָר ווי 1937 איז די פּאַראַנאָע געוואָרן באַזונדערס שטאַרק. אַזוי אַז נאָר אַ קליינע צאָל ייִדישע אויסלענדער האָט זיך אײַנגעגעבן צו באַזעצן אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד, און אַ סך פֿון זיי זײַנען פֿריִער אָדער שפּעטער אַרײַנגעפֿאַלן אין דעם פֿליישמילכל פֿון רעפּרעסיעס.