פּערזענלעכקײטן
פֿון גענאַדי עסטרײַך (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

משה נאַדיר
משה נאַדיר
עס ציט מענטשן צו עטימאָלאָגיע. אייניקע — געציילטע — באַשעפֿטיקן זיך מיט דעם פּראָפֿעסיאָנעל. ס׳רובֿ, אָבער, טראַכטן צו עפּעס וואָס לייגט זיך אויף זייער שׂכל. אין מערבֿ-אוקראַיִנע, וואָס מע האָט אַ מאָל גערופֿן גאַליציע, איז דאָ אַ דאָרף וואָס הייסט נאַראַיעוו. קען מען שוין איבערלייענען, אַז דעם דאָזיקן געאָגראַפֿישן נאָמען קען מען, כּלומרשט, צעלייגט אויף "נאַ" און "ראַיעוו" און באַקומען פֿון דעם (אויף רוסיש צי אוקראַיִניש) דעם באַטײַט "אויפֿן גן-עדן". אין דער אמתן, האָט דער נאָמען קיין שום שײַכות ניט צו סלאַוויש. עס שטאַמט פֿון קורדיש און מיינט אַ "משפּחה-פֿײַער".
אין נאַראַיעוו איז אין יאָר 1885 געבוירן געוואָרן דער ייִדישער שרײַבער משה נאַדיר. אָבער דאָס איז געווען זײַן פּסעוודאָנים, וואָס צעלייגט זיך טאַקע אויף "נאַ דיר" (ווי, אַ שטייגער, אין "נאַ דיר אַ מתּנה"). נאַדירס אמתער נאָמען האָט געקלונגען גאָר אַנדערש: יצחק רײַז. איצט איז נאַדיר כּמעט פֿאַרגעסן געוואָרן, אָבער אַ מאָל, איז ער געווען אַ גאַנץ וויכטיקע פֿיגור אין ייִדישן ליטעראַרישן לעבן פֿון אַמעריקע. אין 1929, ווען אַ צאָל באַקאַנטע ייִדישע שרײַבער זײַנען אַוועק פֿון די קאָמוניסטן, איז נאַדיר פֿאַרבליבן אין דער ראָלע פֿונעם פֿירנדיקן ייִדישן קאָמוניסטישן מחבר. מיט די שרײַבער, וואָס זײַנען אַוועק, האָט ער זיך געזעגנט דורך זייער אַ בייז ליד (וועגן דעם "אַוועקגיין" גופֿא האָב איך געשריבן מיט אַ חודש צוריק — זען "אַ הײַנטיקער קוק אויף די געשעענישן פֿון 1929", געדרוקט אין "פֿאָרווערטס" דעם 23סטן דעצעמבער
איך קען אײַך גוט, איך קען אײַך אויסגעבונדן,
איר טעמפּע ייִדיש-שרײַבער פֿון דער שטאָט ניו-יאָרק;
איר לעקט די האַנט, וואָס מאַכט אונדז טויטע וווּנדן,
און נעמט אומשטערבלעכקייט בײַם פֿאָלק אויף באָרג...
איך קען אײַך לאַנג. איך וויל אײַך מער ניט קענען,
איר פֿינצטערע פֿאַררעטער פֿון אַ קלאַס;
בײַם פֿײַער פֿון צוויי וועלטן, וועלכע ברענען,
פֿאַררויכערט איר זיך שטיל אַ פּאַפּיראָס.

דאָס דאָזיקע ליד האָב איך צום ערשטן מאָל איבערגעלייענט נאָך מיט יאָרן צוריק און עס ציטירט, דאַכט זיך, ניט איין מאָל. איך האָב אַפֿילו געמיינט, אַז נאַדיר איז דעמאָלט געוואָרן אַ מיטגליד פֿון דער פּאַרטיי, ווײַל ער האָט געשריבן וועגן זײַן פֿאַרלאַנג עס צו טאָן. אָבער אַנומלטן האָב איך זיך אָנגעשטויסן אויף צוויי בריוו פֿון נאַדירן, וואָס זײַנען אָנגעשריבן געוואָרן אין אַ יאָרצענדליק אַרום נאָכן ליד, אין 1939, גלײַך נאָך דעם פּאַקט פֿון מאָלאָטאָוו-ריבענטראָפּ. נאַדיר האָט פֿאַרבראַכט דעם זומער אין סי געיט, וואָס איז אין ברוקלין, ניט ווײַט פֿון קאָני-אײַלענד (אָדער "קוני-אײַלענד", ווי ייִדן האָבן עס גערופֿן אין יענע יאָרן) און ברײַטאָן-ביטש. די בריוו ליגן אין איינער פֿון די טעקעס פֿון אַב. קאַהאַנס אַרכיוו, וואָס ווערט אָפּגעהיט אין ייִוואָ:

1.
סי געיט, דעם 24סטן אויגוסט 1939

חשובֿע רעדאַקציע "פֿאָרווערטס":
אין אָנגעזיכט פֿונעם סאָוויעט-נאַצי פּאַקט, וואָס איז אויסגערעכנט אויף איבערצוענטפֿערן דעם באַלדיקן גורל פֿון אייראָפּע צום הענקער אין די הענט, אין אָנגעזיכט פֿון דעם סאַדיסטיש-גרויזאַמען ענטפֿער מצד מאָסקווע אויף די אַלע קרבנות וואָס מיליאָנען מענטשן איבער דער וועלט האָבן געבראַכט אויפֿן מזבח פֿון קאָמוניזם, האָב איך הײַנט רעזיגנירט מײַן שטעלע אין דער "מאָרגן-פֿרײַהייט" — דורך דעם בריוו וואָס איך לייג דאָ בײַ, און וועלכן איך בעט אײַך אַזוי גוט זײַן און איבערדרוקן אין אײַער חשובֿער צײַטונג.
(אַ קאָפּיע פֿון אָט דעם בריוו האָב איך צוגעשיקט צו אַלע דרײַ ייִדישע טאָג-צײַטונגען אין ניו-יאָרק.)

מיט דרך-ארץ,
משה נאַדיר

2.
סי געיט, דעם 24סטן אויגוסט 1939

חשובֿע רעדאַקציע "מאָרגן-פֿרײַהייט",
עס האָט מיר גענומען עטלעכע יאָר פֿון "טאַפּן די טריט", איידער איך בין אָנגעקומען אַלס סימפּאַטיקער צום קאָמוניזם (אין דער קאָמוניסטישער פּאַרטיי, ווי איר ווייסט, האָב איך מיך קיין מאָל נישט אָנגעשלאָסן, און שוין זײַענדיק אַ לענגערע צײַט אויפֿן סטעף פֿון דער "פֿרײַהייט", האָב איך בײַ דער געלעגנהייט פֿון אײַערס אַ גרויסער פֿײַערונג "לכּבֿוד 50 יאָר משה נאַדיר" עפֿנטלעך אויסגעדריקט דעם ספֿק צי איז ניט אַמאָל דער קאָמוניזם אַ רעליגיע פֿון בלויז ברויט מיט פּוטער?) און עס געדויערט מיר שוין אַ היפּשע צײַט דאָס אַוועקגיין. דער באַווײַז דערפֿון איז: וואָס זײַט דער ערשטער פּאָליטישער עקזעקוציע אין מאָסקווע, האָב איך מער מיט קיין 1 וואָרט נישט פֿאַרטיידיקט אײַערע "שטאַנדפּונקטן", וואַרטנדיק כּסדר עס זאָל מיר קלאָר ווערן וווּהין דער קאָמוניזם פֿירט.
איצט איז מיר ענדלעך קלאָר געוואָרן — אַזוי קלאָר, אַז ס׳איז מיר פֿינצטער געוואָרן אין די אויגן און כ׳האָב אויפֿגעציטערט.
איצט קען שוין אַ בלינדער אויך זען (אויב ער איז נאָר נישט פֿאַרבלענדט פֿון דעם שטראַל וואָס איז דערגאַנגען צו אים פֿון דער פּלאַנעטע קאָמוניזם, בעת די פּלאַנעטע אַליין איז שוין צעשאָסן) אַז קאָמוניזם און נאַציזם זענען צוויי קלינגען פֿון דער זעלבער שער, וועלכע צילט זיך איבערצושנײַדן דעם האַלדז פֿון דעם דעמאָקראַטישן שוץ-בלאָק.
אין משך פֿון די ביטערע דרײַ יאָר, האָב איך דערווײַל, בײַ יעדער געלעגנהייט, אויסגעדריקט מײַנע ספֿקות און פֿאַרדאַכטן וועגן די פּאַרפֿומירטע תּירוצים אײַערע, מיט וועלכע איר האָט געדעקט יעדן שלעכטן גרוס פֿון דאָרטן. אין מאָנטרעאָל לעצטן ווינטער, האָב איך אויף אַן אָפֿענער פֿאַרזאַמלונג אויסגעדריקט מײַן מיינונג אַז "אויב בערלין איז בערלין און מאָסקווע — מאָסקווע, און רוים — רוים, איז ירושלים — ירושלים".
געמיינט האָב איך דערמיט צו זאָגן אַז אויב אַ צוריקקער צום נאַציאָנאַליזם, בין איך צום אַלעם ערשטן אַן אַמעריקאַנער ייִד און נישט קיין רוס. פֿאַר אַזוינע און ענלעכע אַפּיקורסישע געדאַנקען מײַנע, האָב איך מיר אויף אַלע פֿראָנטן אָפּגעצאָלט מיט "איזאָלאַציע" מצד די פֿאַרלאַגן אײַערע, לעקטאָרן-ביזנעס און ... אַ חלק "עולם-הבא" אין אײַער "איקוף".
איצט בין איך שוין גאַנץ זיכער — צו מײַן גרויסן שוידער! — אַז איך האָב קיין טעות נישט געהאַט.
איצט ווייס איך שוין אַקוראַט וווּ עס האַלט מיט אײַער אַזוי-גערופֿענעם "קאָמוניזם".
דער "אָקעי"-סיגנאַל פֿון מאָסקווע קיין בערלין, אין אַ רגע פֿון דער מענטשהייטס גרעסטער נויט, איז עפּעס אַזוינס, דאַכט זיך מיר, וואָס האָט צו זיך נישט קיין גלײַכן אין דער געשיכטע פֿון אַלע פֿאַרראַטן אין דער וועלט.
אַ פֿאַרביטערטער, אין גאַנצן ווי 1 גרויסע וווּנד, רעזיגניר איך דאַרום מײַן לאַנג-יעריקע שטעלע אין דער "מאָרגן-פֿרײַהייט".
פֿון הײַנט אָן און ווײַטער וועלן מײַנע אינטערעסן ליגן דורכויס אין דער ריכטונג פֿון אמת-אַמעריקאַנישער דעמאָקראַטיע און פֿון ייִדישן פֿאָלק.
מײַן גרויס ווייטיק דאַרויף וואָס איך האָב מיט מײַנע קליינע מיטלען געהאָלפֿן וואַרעמען אויף אונדזער ברוסט אַ שלאַנג, וואָס האָט אין אָנהייב אויסגעזען ווי אַ טויב, און מיט וואַרעמען גרוס צו אַ טייל מיטפֿילנדיקע קאָלעגן פֿון רעדאַקציע,

פֿאַרבלײַב איך,
משה נאַדיר


אַ טראַגישע געשיכטע. נאַדיר איז געשטאָרבן ווייניקער ווי אין פֿיר יאָר אַרום. איך ווייס ניט, צי זײַן טויט, אין עלטער פֿון 58 יאָר, איז געווען אַ פּועל-יוצא פֿון דער אידעאָלאָגישער דראַמע. אַזוי, יעדנפֿאַלס, זעט עס אויס.