געשיכטע
פֿון גענאַדי עסטרײַך (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

מיט עטלעכע וואָכן צוריק האָט מײַן קאָלעגע הערשל גלעזער געשריבן וועגן דער עטימאָלאָגיע פֿונעם וואָרט "פּאָמידאָרן". פּאָמידאָרן אינטערעסירן מיך אויך, און ניט נאָר ווײַל איך שטאַם פֿון אוקראַיִנע, וווּ עס וואַקסן זייער געשמאַקע פּאָמידאָרן. דער ענין האָט מיך פֿאַראינטערעסירט בײַם לייענען פּרץ מאַרקישעס ראָמאַן "טראָט פֿון דורות". גייט דאָרט די רייד, בפֿרט, וועגן די פּוילישע ייִדן, וועלכע זײַנען אַרײַנגעפֿאַלן אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד בײַם אָנהייב פֿון דער צווייטער וועלט-מלחמה. איינער פֿון די פּליטים האָט באַשלאָסן צו פֿאַרזעצן פּאָמידאָרן. ווײַטער שטייט אין דעם ראָמאַן געשריבן:
"צו פּאָמידאָרן האָבן זיך אַ טייל פּליטים באַצויגן קריטיש. אייניקע האָבן געהאַלטן, אַז פּאָמידאָרן זײַנען טריף. און כאָטש רחמיאל (אויך אַ פּליט — ג.ע.) האָט דערוויזן באותות-ומופֿתים, אַז פּאָמידאָרן זײַנען ניט טריף, ווײַל מע מאַכט אויף זיי אַ ברכה "בורא-פּרי-האדמה", האָט ער דאָך אַליין זיי ניט געגעסן. בײַ אים איז עס געקומען דערפֿון, וואָס ער האָט אַ מאָל, נאָך בײַ זיך אין דער היים, אין פּוילן, פֿאַרבײַגייענדיק אַ קסיאָנדזס שטוב, דערזען אין פֿענצטער אַ שורה פּאָמידאָרן. זיי האָבן זיך געוואַרעמט אויף דער זון. דעמאָלט איז ער געקומען צום אויספֿיר, אַז פּאָמידאָרן איז אַ קאַטוילישע אַכילה. איז גלײַכער זיך אָפּהאַלטן פֿון זיי."
ניט לאַנג צוריק האָב איך זיך דערוווּסט, אַז מיט פּאָמידאָרן האָט זיך אינטערעסירט אויך מאַקס ווײַנרײַך, ער האָט וועגן דעם געשריבן אין "פֿאָרווערטס". איך ברענג דאָ אַן אויסצוג פֿון זײַן אַרטיקל "ווען האָט איר צום ערשטן מאָל געגעסן אַ ‘טריפֿהנעם עפּל’?" (געדרוקט דעם 7טן יולי 1951):

מיט אַ שטיקל צײַט צוריק האָב איך אין "פֿאָרווערטס" געדרוקט אַן אַרטיקל וועגן שלמה דמשקס בוך, וואָס באַשרײַבט דעם מחברס קינדער-יאָרן אין נעסוויזש, ווײַסרוסלאַנד. (די רייד גייט דאָ וועגן דעם בוך "אין יענע יאָרן: פֿאַרצייכענונגען און בילדער פֿון מײַן היים-שטאָט נעסוויזש", אַרויס אין 1950 — ג.ע.). האָב איך דאָרטן איבערגעגעבן, ווי אַזוי מע האָט אין יענעם שטעטל בײַ ייִדן אָנגעהויבן עסן "טאָמאַטן" אָדער "פּאָמידאָרן", ווי מע האָט עס גערופֿן אין אַנדערע ערטער. מיך אַליין האָט דער עפּיזאָד פֿאַראינטערעסירט, ווײַל איך האָב געוווּסט, אַז אין פֿאַרשיידענע געגנטן האָט מען גערופֿן אָט-די פֿרוכטן מיטן נאָמען "טריפֿהנע עפּל", און מע האָט זיי ניט געוואָלט נעמען אין מויל אַרײַן. וועגן דעם האָט אַ מאָל דערציילט דער באַוווּסטער ייִדישער געלערנטער נח פּרילוצקי אין זשורנאַל פֿון ייִוואָ. "טריפֿהנע עפּל" האָט מען געזאָגט אין לאָדזש, אין טשענסטאָכאָוו, אין פּולעוו בײַ דער ווײַסל און געוויס, נאָך אין אַנדערע ערטער. פֿון שטעטל ראַדאָמסק און זלאָטשעוו אין מיזרח-גאַליציע האָט פּרילוצקי געהאַט אינפֿאָרמאַציע, אַז דאָרטן האָט מען די טאָמאַטן געהאַלטן ממש פֿאַר טריף, כאָטש עס איז ניט זייער קלאָר פֿאַר וואָס אַ פֿרוכט, וואָס וואַקסט אין דער ערד, זאָל זײַן אָסור נאָכן ייִדישן דין.
ווי די זאַך זאָל ניט זײַן, די אַלע ערטער, וואָס פּרילוצקי האָט געהאַט דערמאָנט, זײַנען אָדער אין פּוילן אָדער אין מיזרח-גאַליציע. דמשק האָט אונדז געבראַכט אַזאַ גרוס פֿון נעסוויזש, אַ שטעטל וואָס ליגט אַ סך ווײַטער אויף מיזרח, צווישן ווילנע און מינסק. הלל ראָגאָף, דער רעדאַקטאָר פֿון אונדזער צײַטונג, וועלכער שטאַמט אויך פֿון מינסקער געגנט, פֿון שטעטל בערעזין, גיט מיר איבער, אַז ווען ער איז געקומען קיין ניו-יאָרק אין אָנהייב פֿון די 1890ער יאָרן, האָבן זיך ייִדן דאָ אויך געעקלט צו עסן טאָמאַטן. אוקראַיִנע, מיט איר וואַרעמען קלימאַט, האָט קולטיווירט טאָמאַטן פֿריִער. איז אפֿשר האָבן די אוקראַיִנער ייִדן דאָס געגעסן אַלע מאָל, און אויף זיי קוקנדיק האָבן זיך דאָס אויסגעלערנט עסן אַנדערע ייִדן אויך?
אַזוי האָב איך געמיינט. האָב איך אָבער, ווי אַן ענטפֿער אויף אַן אַרטיקל אין "פֿאָרווערטס", באַקומען בריוו פֿון צוויי לייענערינס, וואָס פֿירן מיך אַרויס פֿונעם טעות. עס ווײַזט זיך אַרויס, אַז כאָטשבי אין טיילן אוקראַיִנע האָט מען פּונקט אַזוי ווינציק געהאַלטן פֿון טאָמאַטן ווי אין פּוילן-גאַליציע און אין ווײַסרוסלאַנד.

* * *

אין זײַן צווייטן אַרטיקל, "ווי אַזוי ייִדן האָבן זיך אויסגעלערנט עסן ‘טריפֿהנע עפּל’", געדרוקט דעם 9טן אויגוסט 1951, האָט ווײַנרײַך אַנאַליזירט די נײַע בריוו פֿון די לייענער, וועלכע האָבן זיך אָפּגערופֿן אויף זײַן אַרטיקל. זײַן אויספֿיר איז געווען, אַז ס׳איז געווען אַ גרונט צו רעדן וועגן אַ גאַנג פֿון די גרעסערע שטעט צו די קלענערע, וואָס מע האָט געקענט זען "שוין כּמעט אין אונדזערע צײַטן, אין ליטע און אין פּוילן. אין די גרויסע שטעט, אין מינסק און ווילנע, האָט מען געהאַט מער פֿאַרבינדונגען מיט דער דרויסנדיקער וועלט, האָט מען זיך פֿריִער צוגעכאַפּט צו דעם נײַעם מאכל. אין די קליינע שטעטלעך איז דאָס דערגאַנגען ערשט אין דער צײַט פֿון דער ערשטער וועלט-מלחמה."
לויט פּרץ מאַרקישן אָבער, האָט זיך דער פּראָצעס פֿון "פּאָמידאָריזאַציע" פֿון דער ייִדישער באַפֿעלקערונג גאָר ניט פֿאַרענדיקט אין יענער צײַט. די העלדן פֿון זײַן ראָמאַן הייבן אָן צו עסן פּאָמידאָרן שוין בעת דער צווייטער וועלט-מלחמה. איך האָב געהערט, אַז אייניקע ביז גאָר פֿרומע ייִדן עסן עס ניט אַפֿילו עד-היום. איך ווייס ניט, צי אויף דער אינפֿאָרמאַציע קען מען זיך פֿאַרלאָזן. אפֿשר קען דאָס אונדז אונטערזאָגן עמעצער פֿון די לייענער.