פּובליציסטיק

לעצטנס איז יום-טובֿדיק געווען אין גרויס-בריטאַניע — מע האָט געפֿײַערט דעם 60סטן יובֿל פֿון דער מלכּהס ממשלה. אייניקע, און בסך-הכּל אַ סך, לײַט נעמען עס אויף ערנסט. אין מײַנע אויגן זעט אויס דער גאַנצער טאַראַראַם קאָמיש, כאָטש איך פֿאַרשטיי, אַז עס זײַנען דאָ געשעענישן וואָס זײַנען ניט צו פֿאַרגלײַכן ווילדער, לכל-הפּחות — עסטעטיש. ס׳איז גענוג צו דערמאָנען דעם אייראָפּעיִשן פֿוסבאָל-פֿאַרמעסט מיט די צונויפֿשטויס צווישן רוסישע און פּוילישע פֿאַנאַטיקער. אַזוי צי אַזוי, מיט יאָרן צוריק האָב איך געגעבן אַ שבֿועה צו זײַן געטרײַ דער מלכּה. אָן דעם וואָלט מען מיך ניט נאַטוראַליזירט אין דעם פֿאַראייניקטן מלכות.
און דאָך האָבן מיר באַשלאָסן צו פֿאַרלאָזן דאָס לאַנד אויף דער צײַט פֿון די יובֿל-פֿײַערונגען. מײַן ווײַב האָט באַשלאָסן, אַז אַזוי וועט זי קענען אײַנשפּאָרן צוויי טעג פֿון אירע וואַקאַציעס. דאָס האָט אויך געמיינט, אַז פֿאָרן האָט מען געדאַרפֿט ערגעץ באמת דרומדיק, וווּ אָנהייב יוני איז שוין אַ ריכטיקער זומער. הקיצור, האָבן מיר אויסגעקליבן מאָנטענעגראָ, דאָס לאַנד פֿון "שוואַרצע בערג". געפֿאָרן זײַנען מיר אַהין, האָבנדיק געוויסע באַוואָרענישן וועגן דער מדינה. אָבער איצט, נאָכן פֿאַרברענגען דאָרט כּמעט צוויי וואָכן, זײַנען מיר געוואָרן ענטוזיאַסטן פֿון אָט דעם געוואַלדיק שיינעם ווינקל פֿון אייראָפּע. דערצו האָט זיך בײַ אונדז געשאַפֿן אַן אײַנדרוק, אַז מענטשן זײַנען דאָרטן זייער סימפּאַטישע און גאַסטפֿרײַנדלעכע.
אַ חוץ דער נאַטור, שאַפֿט מאָנטענעגראָ אַ שטאַרקן אײַנדרוק ווי אַ "רוסיש אָרט". אמת, אין דער געגנט פֿון דער שטאָט קאָטאָר, וווּ מיר האָבן זיך אָפּגעשטעלט, איז די "רוסישקייט" געווען ניט שטאַרק אויסגעשפּראָכן. אפֿשר איז עס פֿאַרבונדן מיט דעם וואָס דאָס איז ניט קיין "קוראָרט", ווײַל עס האָט ניט קיין גרויסע פּלאַזשעס און אַנדערע זאַכן, וואָס פֿאַרוואַנדלען אַ נאָרמאַל אָרט אין אַ קוראָרט. קאָטאָר איז אַן אַלטע שטאָט, וווּ דער מיטלעלטער האָט זיך אָפּגעהיט הינטער דער הויכער וואַנט. אָבער גלײַכצײַטיק איז עס ניט קיין טויטער מוזיי, נײַערט אַ באַפֿעלקערטער ייִשובֿ — מיט דירות, געשעפֿטן, רעסטאָראַנען וכ׳. און לעבן דער שטאָט, פּאַזע דעם ים, שטייען אַלטע, ווי אויך נײַע, ווילעס און צו מאָל פּשוט פּאַלאַצן. אין איינער פֿון די ווילעס האָבן מיר געדונגען אַ דירה.
אין דער געגנט פֿון קאָטאָר איז מיטן היגן עולם גרינגער זיך צונויפֿצורעדן אויף ענגליש איידער אויף רוסיש. זייער אייגענע שפּראַך רופֿן זיי סערביש אָדער מאָנטענעגריש. דער אונטערשייד צווישן אָט די צוויי שפּראַכן איז ניט גרעסער ווי דער אונטערשייד צווישן דעם ענגליש, וואָס מע רעדט, אַ שטייגער, אין אַמעריקע און קאַנאַדע. אָבער זינט מאָנטענעגראָ האָט זיך אָפּגעטיילט, זומער 2006, פֿון סערביע, וויל עס האָבן אַן אייגענע שפּראַך. צוליב דעם ברענגט מען אַרײַן אין איר ליטעראַרישן סטאַנדאַרט כּלערליי לאָקאַלע עלעמענטן, בפֿרט ווערטער פֿון איטאַליעניש. בעת סערביש ווערט געשריבן מיט קירילישע אותיות, נוצט מאָנטענעגריש ביידע — די קירילישע און די לאַטײַנישע — שרײַב-סיסטעמען. אַזוי דערלויבט דאָס געזעץ צו טאָן. אָבער אויף די גאַסן און די וועגן זעט מען, דער עיקר, לאַטײַנישע אויפֿשריפֿטן. און קיריליש באַווײַזט זיך, בדרך-כּלל, נאָר אין רוסישע אויפֿשריפֿטן.
רוסיש זעט מען און מען הערט אומעטום, ווען מע פֿאָרט אַרײַן אין די קוראָרטן, באַזונדערס אין דער שטאָט בודוואַ און אַרום איר. דאָרטן האָט מען לעצטנס געעפֿנט אַ רוסישע לערנשול. אין דעם אויטאָ האָבן מיר געכאַפּט אַ רוסישן ראַדיאָ. גאַנץ אָפֿט זיצן אין אַ רעסטאָראַן נאָר רוסיש-רעדנדיקע טוריסטן פֿון רוסלאַנד גופֿא, ווי אויך פֿון אוקראַיִנע צי אַפֿילו ישׂראל. קעלנערס אין אַזעלכע רעסטאָראַנען רעדן אָפֿט מאָל אַ פֿליסיקן רוסיש, כאָטש ס׳רובֿ היגע לײַט קענען ניט די שפּראַך.
זייער לשון איז אויך סלאַוויש, אָבער פֿון אַן אַנדער שניט. אַזוי, אַז ס׳איז שווער, צי אַפֿילו אוממעגלעך, צו פֿאַרשטיין איינער דעם אַנדערן, סײַדן די רייד גייט וועגן זייער פּשוטע באַגריפֿן. מיר האָבן געהאַט צרות מיטן באַלעבאָס פֿון אונדזער דירה און זיך געקענט צונויפֿרעדן נאָר מיט זײַן ווײַב, וואָס רעדט עפּעס אַן ענגליש. רוסישע טעקסטן אין די מעניועס פֿון רעסטאָראַנען איז שווער צו לייענען אָן אַ געלעכטער. אַ סבֿרא, אַז מע זעצט זיי איבער מיט דער הילף פֿון google.
אין מאָנטענעגראָ איז די גאַנצע באַפֿעלקערונג בערך אַזאַ ווי אין באָסטאָן — 620 טויזנט נפֿשות. עס האָט טיילווײַז, אויפֿן שפּיץ מעסער, עפּעס אַן אינדוסטריע. אָבער טוריזם שאַפֿט דעם יסוד פֿון דער עקאָנאָמיע. מע האַלט, אַז קיין אַנדער מדינה קען זיך הײַנט ניט באַרימען מיט אַזאַ טעמפּאָ פֿון דער אַנטוויקלונג פֿונעם טוריסטישן סעקטאָר. אומעטום בויט מען נײַע הײַזער.
אין דער מעדיאַ קען מען געפֿינען זשורנאַליסטישע אויספֿאָרשונגען, וועלכע ווײַזן, אַז אַרום 40 פּראָצענט פֿון די דאָזיקע הײַזער ווערן געקויפֿט דורך רוסישע בירגער, כאָטש דײַטשן, עסטרײַכער, בריטישע און אַנדערע קויפֿן זיי אויך. אייניקע האַלטן עס ווי זייערע זומער-דאַטשעס, אַנדערע — ווי אינוועסטיציעס. איך ווייס ניט צי ס׳איז דאָ נאָך אַ לאַנד אויף דער וועלט, וווּ די רוסישע "קאָלאָניזאַציע" האָט אָנגענומען אַזאַ פֿאַרנעם. עס העלפֿט אויך, אַז רעליגיעז געהערן ביידע פֿעלקער צו דער זעלבער קריסטלעכער קירך. אין דעם דאָזיקן "גלות-דאַטשע" זעט מען אַ סך באָבעס מיט אייניקלעך, מיט די עלטערן פֿון די קינדער צי אָן זיי. אַן ערך אַן ענלעכע רוסישע "גלות-דאַטשע" האָבן מיר מיט אַ פּאָר יאָר צוריק געזען לעבן ריגע, בײַם באַלטישן ים.
אַ בחור פֿון דעם אַמעריקאַנער באַנק, וווּהין איך האָב געקלונגען צו וואָרענען, אַז איך וועל נוצן מײַן "מאַסטערקאַרד" אין מאָנטענעגראָ, האָט בײַ מיר גלײַך געפֿרעגט, צי איך פֿאָר אַהין צו שפּילן אין קאַזינאָס. ער האָט געדענקט, אַז אין דעם פֿילם "קאַסינאָ ראָיאַל" קומען פֿאָר די געשעענישן אין מאָנטענעגראָ. די רעאַלקייט איז, פֿאַרשטייט זיך, זייער ווײַט פֿון דער באָבע-מעשׂה וועגן דזשיימס באָנד. אָבער ס׳איז זייער שיין, געשמאַק און פֿרײַנדלעך אין דעם פּיצעלע לאַנד, וואָס געפֿינט זיך צווישן די שוואַרצע בערג פֿון דער אַמאָליקער יוגאָסלאַוויע.