געזעלשאַפֿט
פֿון גענאַדי עסטרײַך (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

די אינטערנעץ-תּקופֿה האָט געבראַכט אַזאַ אָנשיקעניש: דו באַקומסט צענדליקער בריוועלעך מיט כּלערליי חכמות און אַנדערע זאַכן, וואָס מענטשן — דײַנע קרובֿים, באַקאַנטע און ווייניק-באַקאַנטע שיקן דיר ווי אַ מין מתּנה. איך האָב דעם דאָזיקן שטראָם כּמעט אין גאַנצן אָפּגעשטעלט, ווײַל כ׳האָב ניט קיין צײַט און געדולד זיך צו גריבלען אין דעם דאָזיקן מיסט. מײַן פֿרוי, אָבער, באַקומט עס טאָג-אײַן טאָג-אויס און, טאָמער זי מיינט, אַז עפּעס קען מיר פֿון דעם צוניץ קומען, שיקט זי מיר עס איבער. די טעג האָב איך אַזוי, דורך איר פֿילטער, געהאַט די זכיה צו לייענען אַן אַרטיקל, אָנגעשריבן ערבֿ די פּרעזידענטישע וואַלן פֿאַר עפּעס אַן ענגליש-שפּראַכיקער צײַטשריפֿט, דורך איינער אַלאַ אַקסעלראָד, וואָס איז געקומען קיין אַמעריקע פֿון סאָוועטן-פֿאַרבאַנד מיט 32 יאָר צוריק.
אויף וויפֿל איך פֿאַרשטיי, איז אַלאַ אַקסעלראָד אַ מוזיקער, און אירע לעבנס-איבערלעבענישן נעמט זי אויף עמאָציאָנעל, בעיקר נאָכן געהער; מער דורך געפֿילן איידער דורך אַ פּראָצעס פֿון זיך ערנסט אַרײַנטראַכטן אין די געשעענישן, וואָס קומען פֿאָר אַרום איר. פֿון סאָוועטן-פֿאַרבאַנד האָט זי, אַ פּנים, אַרויסגעטראָגן אַ טראַוומאַטישע דערפֿאַרונג, וואָס איז בײַ איר באַזונדערס בולט אַסאָציִיִרט געוואָרן מיט שוועריקייטן צו קריגן אַשר-יצר-פּאַפּיר און מיט נוצן צײַטונגען פֿאַר אָט דער באַדערפֿעניש.
מיט אַן אימפּעט דערמאָנט זי זיך וועגן דער דאָזיקער טראַוומע, און מע פֿילט, אַז זי האָט, נעבעך, מורא איבערצולעבן דאָס זעלבע נאָך מאָל, ווײַל אַזאַ געפֿאַר — די געפֿאַר פֿון סאָציאַליזם, און דאָס הייסט, בפֿרט, פֿון פֿאַרלירן צוטריט צו טואַלעט-פּאַפּיר — לויערט אויף אַמעריקע, אויב דאָס לאַנד וועט אויסקלײַבן באַראַק אָבאַמאַן.
ערבֿ די וואַלן, און אַפֿילו גלײַך נאָך די וואַלן, האָט מען אויף אייניקע טעלעוויזיע-קאַנאַלן געדרייט אַ פּירסום פֿון אַ געוועזענעם פּוילישן תּושבֿ, וואָס האָט זיך גוט אַרויפֿגעאַרבעט אין אַמעריקע. מיט אַ שטאַרקן פּוילישן אַקצענט האָט ער דערציילט אַן ערך די זעלבע מעשׂה: אין סאָציאַליסטישן פּוילן איז זײַן לעבן געווען שלעכט און דערפֿאַר איז ער געקומען קיין אַמעריקע, וווּ אים האָט זיך אײַנגעגעבן צו רעאַליזירן זײַן אַמעריקאַנער חלום. דער מוסר-השׂכּל איז געווען אַזאַ: איך שטים פֿאַר מיט ראָמנין, ווײַל איך בין קעגן סאָציאַליזם.
און דאָ קומט שוין מײַן פֿראַגע: וווּ האָבן די דאָזיקע מענטשן דערשמעקט סאָציאַליזם? בײַ אָבאַמאַן? אָבער די איראָניע פֿון דעם אַלץ באַשטייט אין דעם, וואָס נאָר אַן אמתער עם-האָרץ אין פּאָליטישער וויסנשאַפֿט צי געשיכטע קען טענהן, אַז אָבאַמאַ האָט עפּעס צו טאָן מיט סאָציאַליזם, באַזונדערס מיט דעם סאָציאַליזם, מישטיינס געזאָגט, וואָס מע האָט פּראַקטיצירט אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד און זײַנע סאַטעליטן, אַזעלכע ווי פּוילן.
צי פֿאָדערט אָבאַמאַ צו אַנולירן דעמאָקראַטיע, ווי מע האָט עס געטאָן לויטן לעניניסטישן נוסח? צי פֿאָדערט ער אײַנצושטעלן אַ קאָרומפּירטע סיסטעם, אין וועלכער נאָר איין פּאַרטיי איז דערלויבט צו האַלטן די לייצעס אין די הענט? צי פֿאָדערט ער צו נאַציאָנאַליזירן די אויטאָ-אינדוסטריע צי אַנדערע אינדוסטריעס?
אָבאַמאַ איז אַן אויסגעשפּראָכענער אָנהענגער פֿון קאַפּיטאַליזם, אָבער פֿון קאַפּיטאַליזם פֿון אַ ליבעראַלן שניט, אין וועלכן אַ מענטש וואָס האָט שוועריקייטן מוז ניט וואַרטן אויף אַ נדבֿה מצד אַ בר-מזל, נאָר די הילף מוז קומען, דער עיקר, פֿון דער רעגירונג. איז עס סאָציאַליזם? אַוודאי ניט! מיר געפֿעלט באַזונדערס, אַז קעגן אָבאַמאַן האָבן געשטימט, למשל, זייער אַ סך רוסיש-ייִדישע אימיגראַנטן, אַרײַנגערעכנט דעם עולם, וואָס ווערט זייער ברייטהאַרציק אויסגעהאַלטן פֿון דער רעגירונג. צי הייסט עס, אַז זיי ווילן אויך וואַרטן אויף אַ נדבֿה? איך מיין ניט אַזוי. די סיבה איז אַן אַנדערע און זייער אַ פּשוטע, דהײַנו: מע טראַכט ניט, און מע פֿאַרשטייט זייער ווייניק (אויב מע פֿאַרשטייט בכלל עפּעס) אין דעם אַמעריקאַנער לעבן, ווײַל די גאַנצע אינפֿאָרמאַציע קומט נאָר פֿון דער רוסיש-שפּראַכיקער מעדיאַ.
אָפּגעזונדערטקייט איז אַ געפֿערלעכע זאַך. איך האָב ניט קיין טענות צום עלטערן אימיגראַנטישן עולם — זיי זעען די וועלט בכלל, און די אַמעריקאַנער וועלט בפֿרט, דורך אַן אייגנאַרטיקער פּריזמע. זייער באַריר מיטן אַמעריקאַנער עולם איז זייער באַגרענעצט, אייבערפֿלעכלעך. קינדער פֿון אימיגראַנטן פֿירן זיך אויף אָפֿט מאָל אַנדערש; איך זע עס צווישן די סטודענטן. דאָס הייסט ניט, אַז זיי מוזן שטימען פֿאַר אָבאַמאַן — יעדער קען און מוז מאַכן אַן אייגענעם באַשלוס. איך דערוואַרט פּשוט פֿון אַ מענטש אַ באַוווּסטזיניקן באַשלוס:, זי אָדער ער, זאָלן האָבן אַן אייגענע מיינונג און ניט גיין דעם וועג, וווּהין עס פֿירט דיך דײַן סטאַדע.
אַגבֿ, איך מיין, אַז דווקא אָפּגעזונדערטקייט איז די הויפּט-סיבה, פֿאַר וואָס דער ערנסט-פֿרומער ייִדישער עולם האָט געשטימט, אין אַ גרויסער מאָס, קעגן אָבאַמאַן. אין דער וועלט, וואָס איז שוואַרץ-און-ווײַס צעטיילט אויף גוייִש און ייִדיש, קוקט מען אויף דער גוייִשער וועלט זייער ספּעציפֿיש. ס׳איז אַן אַלטע מעשׂה, נאָך פֿון מלך סאָבעצקיס צײַטן: אויף דער גוייִשער וועלט האָט מען געקוקט פֿון אויבן אַראָפּ, אָבער אַ דרך-ארץ האָט מען תּמיד געהאַט צום פּריץ. דער פּריץ האָט דאָך געהערט צו אַ זגאַל, אַן אַנדער קאַטעגאָריע מענטשן — צו פּריצים, ניט צו גויים. אין דעם הײַנטיקן קאָנטעקסט, איז אָבאַמאַ “צו גוייִש" פֿאַרן עולם, וואָס האָט די מידות פֿון מלך סאָבעצקיס צײַטן.
און צום סוף וויל איך זיך ווידער אומקערן צו דער פֿראַגע פֿון סאָציאַליזם. מע קען, און ס׳איז דאָ פֿאַר וואָס, צו האָבן פֿאַרשיידענע טענות צום פּרעזידענט אָבאַמאַ. אָבער מע דאַרף עס טאָן קאָמפּעטענט, מיט קאָפּ. אַזעלכע באַגריפֿן ווי מאַרקסיזם און סאָציאַליזם האָבן צו אים קיין שום שײַכות ניט.