געזעלשאַפֿט
פֿון גענאַדי עסטרײַך (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אין משך פֿון דעם פֿאַרגאַנגענעם יאָר האָב איך פֿאַרבראַכט אַ היפּש ביסל צײַט בײַם, וואָס איך רוף, “אָפּאַטאָשעווען" — לייענען און שרײַבן וועגן יוסף אָפּאַטאָשו, איינעם פֿון די בעסטע ייִדישע פּראָזאַיִקער. איך טו עס נאָך אַלץ, און אַ צאָל מענטשן טוען עס אויך, ווײַל ביז סוף יאָר מוז אָפּגעגעבן ווערן אין פֿאַרלאַג אַ קאָלעקטיוו בוך, געווידמעט דעם דאָזיקן שרײַבער. אין מײַן קאַפּיטל פּרוּוו איך זיך פֿאַנאַדערקלײַבן, וועלכע סיבות האָבן געשטופּט אָפּאַטאָשון אין דעם פּראָ-סאָוועטישן לאַגער, כאָטש ער האָט זיך גלײַכצײַטיק געהאַלטן גאַנץ ווײַט פֿון די קאָמוניסטן, בפֿרט פֿון די אַמעריקאַנער ייִדישע קאָמוניסטן.
פֿון סאַמע אָנהייב האָב איך עס פֿאַרטײַטשט ווי זײַן (און, אַגבֿ, גאָר ניט אוניקאַל “זײַן") רעאַקציע אויף דער גוואַלדיקער סאָציאַלער און קולטורעלער איזאָלירטקייט, וואָס ער (און — נאָך אַ מאָל — ניט נאָר ער אַליין) האָט געפֿילט אין אַמעריקע. אַזעלכע ווי אָפּאַטאָשו האָבן זיך געקאָכט אין די אייגענע — אידעאָלאָגיש־צעברעקלטע און גאַנץ אָפּגעריסענע פֿון זייערע לייענער — אינטעלעקטועלע קרײַזן. און די דאָזיקע קרײַזן זייערע האָבן ווייניק, צי גאָרנישט, געהאַט צו טאָן מיטן ענגליש-רעדנדיקן הויפּטשטראָם. דער מצבֿ איז געווען, און נאָך מער אויסגעזען, אַנדערש אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד, וווּ טויזנטער קינדער האָבן זיך געלערנט אין ייִדישע טאָגשולן, און דער ייִדישער שרײַבער, בפֿרט אַזאַ ווי אַפּאַטאָשוס חבֿר פּרץ מאַרקיש, האָט געהערט אויך צו אַלגעמיינע קולטורעלע קרײַזן.
איך בין געווען צופֿרידן צו געפֿינען אַן ענלעכן “דיאַגנאָז" אין אַן אַרטיקל פֿון דעם זשורנאַליסט (געשריבן אויף רוסיש, ייִדיש און העברעיִש) ישעיהו קלינאָוו, וואָס איז געווען אַן אָנגעזעענע פֿיגור אין דער ייִדישער פּרעסע-וועלט, ביז 1933 אין בערלין, דערנאָך אין ארץ-ישׂראל. טאָמער עמעצער זוכט אַ קלוגן אַנאַליז פֿון פּראָ-סאָוועטישקייט פֿון אַזעלכע שרײַבער ווי יוסף אָפּאַטאָשו און דוד בערגעלסאָן, לייענט קלינאָווס “פֿאַר וואָס גייען זיי אַוועק?" אין דעם ניו-יאָרקער זשורנאַל “דער ייִדישער קעמפֿער", דעם 16טן נאָוועמבער 1934.
ענטוזיאַזם אַרום דעם ביראָבידזשאַנער פּראָיעקט איז בדרך-כּלל געווען אַ טייל פֿון ייִדישער פּראָ-סאָוועטישקייט. אָפּאַטאָשו האָט זיך אויך אָנגעשטעקט מיט דעם דאָזיקן התפּעלות, געגלייבט אַז פֿון דעם אַלץ וועט זיך אויספּיקן אַ שטיקל “ייִדישלאַנד"; בפֿרט נאָך, אַז סײַ מאַרקיש סײַ בערגעלסאָן האָבן אים אַגיטירט צו קומען קיין ביראָבידזשאַן. אָט וואָס אָפּאַטאָשו האָט געשריבן אין יאָר 1936, אין דעם יולי-אויגוסט-נומער פֿונעם ניו-יאָרקער זשורנאַל “אויפֿקום":
“מיט ביראָבידזשאַן הייבט אָן פֿאַרווירקלעכט צו ווערן דער שענסטער חלום פֿון ייִדישע שרײַבער. און דער עיקר — ס’ייִדישע לעבן, ס’נאַציאָנאַלע ייִדישע לעבן, ווערט איבערגעגעבן די פֿאָלקסמאַסן אין די אייגענע הענט אַרײַן. און אויב מיר ווילן, אַז ס’געפּלאָגטע ייִדישע לשון זאָל אויפֿלעבן, אַז פֿאַרשאָטענע קוואַלן זאָלן צוריק אָנהייבן שלאָגן, דאַרף דער ייִדישער שרײַבער זײַן פֿון די ערשטע אין ביראָבידזשאַן. דעם שרײַבערס איינציקע אויפֿגאַבע איז נישט צו באַזינגען דעם פּיאָנער, וואָס פֿאַרוואַנדלט די מדבר אין אַ ייִשובֿ. דער שרײַבער איז אַליין אַ פּיאָנער. דער אמתער ייִדישער שרײַבער, וועמעס וואָרט איז אַ מאָס — דער שרײַבער וועט מיטן שעפֿערישן וואָרט העלפֿן פֿאַרוואַנדלען די טײַגע אין אַ ייִדישן ייִשובֿ. דאָס האָט דערפֿילט בערגעלסאָן און ער האָט זיך באַזעצט אין ביראָבידזשאַן.
לאָמיר האָפֿן, אַז אַנדערע ייִדישע שרײַבער וועלן אים נאָכטאָן. די ייִדישע שרײַבער דאַרפֿן זײַן די ערשטע צו העלפֿן אויפֿבויען ביראָבידזשאַן, זען אַז די ייִדישע אויטאָנאָמע געגנט זאָל וואָס גיכער ווערן אַ ייִדישע סאָציאַליסטישע רעפּובליק."
אין דער אמתן, האָט זיך בערגעלסאָן אין ביראָבידזשאַן ניט באַזעצט, און אָפּאַטאָשו איז, גאָט צו דאַנקען, פֿאַרבליבן אין ניו-יאָרק, וווּ זײַן פּראָ-סאָוועטישער ענטוזיאַזם האָט זיך אויסגעשעפּט אין אויגוסט 1939, נאָכן סאָוועטיש-דײַטשישן פּאַקט, וואָס האָט געעפֿנט דעם וועג צו דער צווייטער וועלט-מלחמה. ביראָבידזשאַן אַליין איז פֿאַרבליבן עפּעס אַ ניט-אַהין-און-ניט-אַהער, עפּעס אַ ייִדיש אָרט אָן אַ ייִדישן טעם, אַ טיפֿע פּראָווינץ מיט אַ פּראָווינציעלן פּאַטריאָטיזם און אַן אייגענער עקסצענטרישקייט. וווּ נאָך קען מען געפֿינען אַ ייִדישע רעליגיעזע אָרגאַניזאַציע, בראָש פֿון וועלכער עס שטייט אַ געוועזענער קרימינעלער, וועלכער האָט פֿאַרבראַכט אין תּפֿיסה 23 יאָר?
וועגן ביראָבידזשאַן האָט אָנהייב סעפּטעמבער געשריבן דער “ניו-יאָרק טײַמס". אַ קאָרעספּאָנדענט האָט זיך אַרײַנגעכאַפּט אין דער ווײַט-מיזרחדיקער אויסרײַסעניש און אָנגעהאָדעוועט דעם לייענער מיט כּלערליי באָבע-מעשׂיות. מיט אָט דער פּובליקאַציע איז, אין אַ געוויסן זין, אָפּגעמערקט געוואָרן דער 75סטער יוביליי פֿון דער שטאָט ביראָבידזשאַן, וואָס איז אויסגעוואַקסן אויפֿן אָרט פֿון דער באַן-סטאַנציע טיכאָנקאַיאַ. די באַן-סטאַנציע איז הײַיאָר געוואָרן הונדערט יאָר אַלט, און זינט 1928 האָט זי אָנגעהויבן אויפֿנעמען דעם אַוואַנגאַרד פֿון די בויער פֿון דער נײַער ייִדישער טעריטאָריע. אין 1931 האָט די סטאַנציע באַקומען דעם נײַעם נאָמען: ביראָבידזשאַן, און אין יאָר 1937 איז דער ייִשובֿ געקרוינט געוואָרן מיטן סטאַטוס פֿון אַ שטאָט.
וווינען הײַנט אין דער דאָזיקער שטאָט 76 טויזנט נפֿשות, און — ווי מע זאָגט — זײַנען זיבן פּראָצענט פֿון זיי ייִדן. די טעג האָב איך גערעדט, אויפֿן “סקײַפּ", מיט אַן אַלטן פֿרײַנד, אַ מאָסקווער היסטאָריקער, וואָס האָט לעצטנס געהאַט די זכיה צו באַזוכן ביראָבידזשאַן. האָט ער מיר באַשריבן זײַנע אײַנדרוקן אַן ערך אַזוי: אַ פּראָווינציעלע רוסישע שטאָט מיט אַ ביסל ייִדיש קיטש. מענטשן, וואָס האָבן געקוקט אויף ביראָבידזשאַן ניט אַזוי ווי אָפּאַטאָשו, נאָר מיט ניכטערע אויגן, האָבן פֿאָרויסגעזען אַזאַ עתּיד נאָך איידער ביראָבידזשאַן איז געוואָרן אַ שטאָט.