פּובליציסטיק
פֿון גענאַדי עסטרײַך (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"



פֿון לינקס: גענאַדי עסטרײַך, מיכאל קרוטיקאָוו און דער מאָסקווער היסטאָריקער אָלעג בודניצקי, ניו־אָרלינס
פֿון לינקס: גענאַדי עסטרײַך, מיכאל קרוטיקאָוו און דער מאָסקווער היסטאָריקער אָלעג בודניצקי, ניו־אָרלינס
מיט עטלעכע טעג צוריק בין איך געקומען פֿון ניו-אָרלעאַנס, וווּ מיר איז פֿריִער ניט אויסגעקומען צו זײַן. געבראַכט האָב איך פֿון דאָרטן אַ געמישטן אײַנדרוק. פֿון איין זײַט איז עס אַ באמת אייגנאַרטיק אָרט, וווּ מע קען שעהענווײַז אַרומגיין, עסן געשמאַקע מאכלים, הערן דזשאַז. און דער וועטער איז אין דער צײַט זייער אַ גוטער — וואַרעם, אָבער ניט הייס. אָבער גלײַכצײַטיק פֿילסטו זיך אין די הענט פֿון דער טוריסטישער אינדוסטריע, וואָס “שאַפֿט" קינסטלעך אַן “אייגנאַרטיקייט", וועלכע באַקומט אַן אויסזען פֿון פֿילם-דעקאָראַציעס. אַזאַ טוריסטישע קרענק, מיט אַ גרויסן באַרג קיטש, איז כאַראַקטעריש, פֿאַרשטייט זיך, ניט בלויז פֿאַר ניו-אָרלעאַנס. קיין ברירה איז ניטאָ, מוז מען עס אויפֿנעמען ווי אַ טייל פֿון אונדזער לעבן.
איך וויל גלײַך זאָגן, אַז קיין מאכלים פֿון קראָקאָדיל האָב איך ניט געגעסן, כאָטש מע האַלט אַזאַ אַכילה, דאַכט זיך, שיִער ניט פֿאַר אַ מוז-זאַך: אומעטום פֿאַרקויפֿט מען עס. אַפֿילו קאָלבעס מאַכט מען פֿון קראָקאָדיל-פֿלייש. כ’ווייס שוין ניט פֿאַר וואָס, אָבער מײַן אינערלעך קול, וואָס איז בטבֿע לחלוטין ניט קאָנסערוואַטיוו און איז אין גאַנצן טריף, האָט מיר געזאָגט, אַז איך קען לעבן אָן אַזאַ דערפֿאַרונג. וואָס האָב איך אָבער יאָ געטאָן, איז אַוועק מיט עטלעכע פֿרײַנד און קאָלעגן אין אַ דזשאַז-קלוב. דאָס איז אויך, אין תּוך אַרײַן, אַ טייל פֿון דער טוריסטישער אינדוסטריע. קומסטו, אַ שטייגער, קיין ווין — גייסטו אין אָפּערע צי אויף אַ קאָנצערט פֿון קלאַסישער מוזיק. קומסטו קיין ניו-אָרלעאַנס, גייסטו הערן דזשאַז. דאָס איז, אַוודאי, ניט דער מין מוזיק, וואָס רעדט צו מײַן האַרץ. אָבער דאָס איז, פֿון דעסטוועגן, ניט קיין קראָקאָדיל-פֿלייש און האָט זיך מיר ניט געשטעלט ווי אַ ביין אין האַלדז. איך האָב טאַקע הנאה געהאַט פֿון דעם דזשאַז, ווײַל די מוזיקער זײַנען געווען אמתע מײַסטערס.


* * *

קיין ניו-אָרלעאַנס בין איך געקומען ניט ווי אַ טוריסט. דאָס אַרומגיין איבער דער שטאָט איז געווען אַ בײַזאַך אין מײַן נסיעה. דער ציל איז געווען דאָרט אַן אַנדערער, דהײַנו: די יערלעכע קאָנפֿערענץ פֿון דער אַסאָציאַציע פֿון רוסישע, מיזרח-אייראָפּעיִשע און (פֿון ניט לאַנג צוריק אָן) יעווראַזישע שטודיעס. דער יסוד פֿון דער דאָזיקער אַקאַדעמישער פֿאַראייניקונג איז פֿאַרלייגט געוואָרן נאָך אין יאָר 1948, אין די ערשטע זאַווערוכעס פֿון דער קאַלטער מלחמה. איצט איז דער מצבֿ גאָר אַן אַנדערער, ניט קיין קאַלט-מלחמהדיקער, און דאָס וואַרפֿט זיך גלײַך אין די אויגן, ווײַל זייער אַ סך אָנטיילנעמער קומען צו פֿאָרן אויף אַזעלכע צונויפֿקומענישן פֿון דעם געוועזענעם קאָמוניסטישן בלאָק. אַ היפּש ביסל אַנדערע (אַרײַנגערעכנט מיך) שטאַמען פֿון די לענדער פֿונעם זעלבן בלאָק, כאָטש הײַנט שטייט לעבן זייער נאָמען געשריבן אַן אוניווערסיטעט אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, קאַנאַדע וכ’.
איך געהער ניט צו וועטעראַנען פֿון דעם דאָזיקן יערלעכן אַקאַדעמישן יריד. צום ערשטן מאָל קום איך אויף אים צוויי יאָר נאָכאַנאַנד (אין 2011 איז עס געווען אין וואַשינגטאָן). אָבער די ריכטיקע וועטעראַנען טענהן, אַז די דאָזיקע — דער עיקר, סלאַוויסטישע — קאָנפֿערענץ באַקומט אַן אַלץ שטאַרקערן ייִדישן בײַ-טעם. אין דער הײַיאָריקער פּראָגראַם האָב איך אָנגעציילט פֿופֿצן באַזונדערע סעסיעס (פּאַנעלן), וואָס זײַנען געווען אין גאַנצן געווידמעט ייִדישע טעמעס. און נאָך אַ צענדליק רעפֿערענטן אין ניט-ייִדישע סעסיעס זײַנען געווען אויף ייִדישע טעמעס.
ווי אַזוי קען מען דערקלערן דעם וואַקסנדיקן אינטערעס צו ייִדישע טעמעס מצד דעם סלאַוויסטישן עולם? אייניקע השערות קען איך פֿאָרלייגן.
קודם-כּל, בלײַבט די גרענעץ צווישן “ייִדישע" און “ניט-ייִדישע" היסטאָרישע געשעענישן זייער אָפֿט באַדינגיק פֿון דעם אָדער יענעם קוקווינקל. ס’איז באַדינגיק, ווײַל ייִדן האָבן דאָך ניט געלעבט אין גאַנצן אָפּגעזונדערט פֿון דער אַרומיקער באַפֿעלקערונג. “ייִדישקייט" צי “ניט-ייִדישקייט" פֿון דער טעמע איז אָפּהענגיק גאַנץ אָפֿט פֿון דער דעפֿיניציע, וועלכע דער אַקאַדעמיקער נעמט אָן. איסאַק באַבעל איז אַ ייִדישער שרײַבער פֿאַר אייניקע געלערנטע און אַ רוסישער שרײַבער פֿאַר אַנדערע געלערנטע. מע קען אים אויך אַנאַליזירן ווי אַ רוסיש-ייִדישן שרײַבער. אָבער צוליב אַזאַ “מקף" מוז מען זיך פֿאַנאַנדערקלײַבן אין ביידע געביטן — דעם ייִדישן און דעם רוסישן. און דאָ קומען מיר צו אַ וויכטיקן פּונקט. דער וואַקסנדיקער חלק פֿון ייִדישע טעמעס בשעת סלאַוויסטישע קאָנפֿערענצן ווײַזט אויך דעם וואַקסנדיקן חלק פֿון אַקאַדעמיקער, וואָס אַרבעטן אויף דער גרענעץ, אין די “מקף"-געביטן פֿון פֿאָרשונגען.
מע דאַרף אויך האַלטן אין זינען, אַז ריין סלאַוויסטישע שטודיעס שטויסן זיך אָן אויף מניעות אין אייניקע אוניווערסיטעטן. די קאַלטע מלחמה האָט זיך פֿאַרענדיקט, וואָס האָט — פּאַראַדאָקסאַל — אָפֿט מאָל געמאַכט שווערער דאָס סלאַוויסטישע לעבן, ווײַל ס’איז שוין ניטאָ דער אַמאָליקער שטאַרקער אינטערעס צו, אַ שטייגער, סאָוועט-קענטעניש. און ניט נאָר איז דער אינטערעס געפֿאַלן, נאָר אויך געלטער טיילט מען ניט אויס מיט דער אַמאָליקער ברייטהאַרציקייט. אַ ייִדישער “צוגאָב" קען אפֿשר העלפֿן צוציִען סטודענטן, פֿאָנדן וכ’.
זייער וויכטיק איז אויך דאָס פֿאַלן פֿון די גרענעצן צווישן די אַמאָל צעטיילטע אַקאַדעמישע וועלטן; צווישן דעם מערבֿ און דעם מיזרח. אין דעם פֿאַראייניקטן געביט האָבן זיך אַרײַנגעגאָסן צענדליקער מיזרח-אייראָפּעיִשע פּראָפֿעסאָרן און גראַדויִר-סטודענטן. שוין אָפּגעשמועסט פֿון דעם וואָס צענדליקער רײַכע אַרכיוון זײַנען געוואָרן צוטריטלעך. דערצו זײַנען אָפּגעפֿאַלן די פֿריִערדיקע אידעאָלאָגישע באַגרענעצונגען.
איך בין אַרומגעגאַנגען איבער דעם צײַטווײַליקן ביכער-יריד, וואָס אַרבעט בײַ אַזעלכע קאָנפֿערענצן. די צאָל ביכער, וואָס גייען אַרויס אין דעם “מקף"-געביט, איז זייער אַ ממשותדיקע. איך בין זיכער, אַז אין אַ יאָר אַרום, ווען די אַסאָציאַציע וועט זיך צונויפֿקלײַבן אין באָסטאָן, וווּ קראָקאָדילן זײַנען ניט קיין טייל פֿון דער היגער טוריסטישער דיעטע, וועט מען זען נײַע וויכטיקע און אינטערעסאַנטע ביכער.