װיסנשאַפֿט

ד״ר רבֿקה מאַרגאָליס
ד״ר רבֿקה מאַרגאָליס
די טעג האָב איך איבערגעלייענט אַ נאָטיץ וועגן דעם, אַז אין דער ענגלישער שטאָט וואָריק דיגיטאַליזירט מען אַ קאָלעקציע דאָקומענטן, וואָס זײַנען געשריבן געוואָרן אויף ייִדיש. אָבער בײַם פֿאַרענדיקן דעם פּראָיעקט האָט מען זיך אָנגעשטויסן אויף לינגוויסטישע שוועריקייטן, ווײַל עס גיט זיך ניט אײַן צו געפֿינען אַ מענטשן, וועלכער זאָל קענען די שפּראַך. איר׳ט אפֿשר זאָגן, אַז זיי מוזן זיך ווענדן צו די חרדים, וואָס שאַפֿן עפּעס אַ חלק אין דעם בריטישן ייִשובֿ. און ס׳איז טאַקע אַזוי — אַ סך פֿון זיי נוצן ייִדיש אין זייער טאָגטעגלעכן לעבן. דאָך הייסט עס נאָך ניט, אַז די דאָזיקע פֿרומע לײַט וועלן זײַן קאַפּאַבל צו פֿאַנאַנדערקלײַבן זיך אין די ייִדישע דאָקומענטן. איך ווייס פֿון מײַן דערפֿאַרונג, אַז זייער ייִדיש איז רײַך אין אייניקע רעגיסטערס און געוואַלדיק אָרעם אין אַנדערע. סטודענטן פֿון חסידישע משפּחות האָבן זייער גרויסע בלויזן אין מער אָדער ווייניקער מאָדערנער טערמינאָלאָגיע, און מיט סלאַוויזמען איז בײַ זיי גאָר אויף צרות.
אין אַמעריקע איז דער מצבֿ אויך ניט קיין גרויסאַרטיקער. אין יאָר 2009 (קיין שפּעטערדיקע באַריכטן זײַנען דערווײַל ניטאָ) האָבן אין גאַנצן לאַנד בלויז 30 גראַדויִר-סטודענטן געלערנט ייִדיש. געלערנט הייסט נאָך ניט אויסגעלערנט. דאָס ווייס איך אויך פֿון מײַן דערפֿאַרונג. וועט איר פֿרעגט: וואָס הייסט בײַ דיר אויסגעלערנט? בײַ מיר הייסט עס, אין דעם פֿאַל, צו קענען נוצן ייִדישע טעקסטן. קיין ממשותדיקן פֿאַרנעם פֿון אַזעלכע פֿאָרשונגען, וואָס זײַנען באַזירט אויף ייִדישע מאַטעריאַלן, זעט מען, צום באַדויערן, גאַנץ ווייניק. נאָך ווייניקע — ממש נאָר אויפֿן שפּיץ מעסער — פֿירט מען פֿאָרשונגען באַזירט אויף דער ייִדישער פּרעסע, ווײַל דאָס פֿאָדערט, אַ חוץ דער שפּראַך, געדולד און צײַט.
איך האָב געמאַכט אָט די לאַנגע “הקדמה" צו ווײַזן דעם אַלגעמיינעם פֿאָן, אויף וועלכן איך נעם אויף די פֿאָרשונג פֿון רבֿקה מאַרגאָליס, דער קאַנאַדער ייִדישער היסטאָריקערין. צוריק גערעדט, גלייב איך ניט, אַז איר אַרבעט וואָלט אויסגעזען “בלייכער" טאָמער דער הינטערגרונט וואָלט געווען רײַכער מיט פֿאָרשונגען פֿון אַן ענלעכן ניוואָ. און דאָ וועל איך אָפּשטעלן דעם שטראָם פֿון מײַנע שבֿחים און אַריבערגיין צו דער נײַער פּובליקאַציע פֿון רבֿקה מאַרגאָליסעס פֿאָרשונגען. (איך ווייס, אַז אין דײַטשלאַנד איז דערווײַל אַרויס נאָך איין פּראָדוקט פֿון איר אַרבעט, אָבער דער דאָזיקער “פּראָדוקט" איז אָנגעקומען אויף מײַן אָקספֿאָרדער אַדרעס, און איך געפֿין זיך איצט אין ניו-יאָרק.)


* * *

רבֿקה מאַרגאָליסעס עסיי, וואָס הייסט “אַן איבערזיכט פֿון דער ייִדישער מעדיאַ: אָפּקלאַנגען פֿון דער ייִדישער אימיגראַנטישער געזעלשאַפֿטלעכקייט אין קאַנאַדע", איז אַרויס ווי אַ קאַפּיטל אין דעם בוך Nazi Germany, Canadian Responses, רעדאַקטירט דורך ל. רות קלײַן. ד״ר מאַרגאָליס האָט געשטעלט אין צענטער פֿון איר פֿאָרשונג דעם עפּיזאָד פֿון אַרײַנלאָזן קיין קאַנאַדע די אַזוי-גערופֿענע “איבערישע פּלטים" — ווייניקער פֿון צוויי הונדערט מפּשחות — ייִדן, ווי אויך קריסטלעכע מענער און ווײַבער פֿון ייִדן. געשען איז עס אין יאָר 1944, ניט געקוקט אויף דעם וואָס די קאַנאַדער רעגירונג האָט נאָך אין יאָר 1931 גאַנץ שטײַף פֿאַרשלאָסן אירע גרענעצן פֿאַר ייִדישער אימיגראַציע. צו יענער צײַט האָבן די דאָזיקע מענטשן שוין פֿאַרבראַכט יאָרן אין שפּאַניע און פּאָרטוגאַל, פּרוּוונדיק אַרויסצורײַסן זיך פֿון אייראָפּע.
ד״ר מאַרגאָליס פֿאַרגלײַכט ווי אַזוי אויף אָט דער מיני-אימיגראַציע האָבן רעאַגירט פֿאַרשיידענע צײַטונגען — ייִדישע און ניט-ייִדישע — געדרוקט אויף ענגליש, פֿראַנצויזיש און ייִדיש. דער פֿאַרנעם און דער אופֿן פֿון רעאַגירן האָט אָפּגעשפּיגלט סײַ די אידעאָלאָגישע אָנגעהעריקייט פֿון דער אָדער יענער צײַטונג, סײַ — אין אייניקע פֿאַלן — די געאָגראַפֿיע פֿון דער פּרעסע. למשל, די ענגליש-שפּראַכיקע פּרעסע אין וויניפּעג איז געווען ווייניק פֿאַראינטערעסירט אין דעם ענין, מחמת די פּליטים זײַנען ניט אָנגעקומען אין דעם טייל פֿונעם לאַנד.

די נאַציאָנאַליסטישע פֿראַנצויזישע צײַטונג Le Devoir (מאָנטרעאָל) האָט זיך אויסגעצייכנט מיט איר נעגאַטיווער באַציִונג צו אָט דער, אין תּוך אַרײַן, סטאַטיסטיש נישטיקער צאָל פּליטים. די זשורנאַליסטן פֿון דער צײַטונג האָבן באַשלאָסן, אַז די אָנגעקומענע ייִדן מאַניפּולירן מיט דער געזעלשאַפֿטלעכער מיינונג. זיי, די זשורנאַליסטן, זײַנען געווען ניט צופֿרידן, אַ שטייגער, מיט דעם וואָס די פּליטים האָבן זיך געסטאַרעט צו רעדן וואָס ווייניקער (אַ סימן פֿון קאָנספּיראַציע?), אָבער זײַנען געווען גרייט צו פּאָזירן פֿאַר פֿאָטאָס.
די אַרבעט פֿון ד״ר מאַרגאָליס האָט ווידער אַ מאָל באַוויזן דעם ריזיקן אונטערשייד צווישן דעם ווי אַזוי מען פֿלעגט באַלײַכטן דעם חורבן פֿאַר ייִדן און ניט-ייִדן. און דער קאָנטראַסט איז געווען באַזונדערס שאַרף אין די מאַטעריאַלן, וואָס מע האָט געדרוקט אויף ייִדיש. ייִדישע רעדאַקטאָרן און זשורנאַליסטן האָבן “זיך ניט געשעמט" איבערצוגעבן די נײַעס וועגן די שרעקלעכע געשעענישן אין אייראָפּע. דאָס איז געווען כאַראַקטעריסטיש אויך פֿאַר די פֿאַראייניקטע שטאַטן, וווּ דער "פֿאָרווערטס" און אַנדערע ייִדישע צײַטונגען האָבן נישט געזשאַלעוועט קיין אָרט צו דרוקן אַזעלכע מאַטעריאַלן.
גלײַכצײַטיק, האָט מען געשפּילט מער פּאָליטיק אין די אויסגאַבעס, וואָס זײַנען געווען לינגוויסטיש צוטריטלעך צום אַלגעמיינעם עולם. דאָרט האָט מען אָפֿט מאָל געהאַלטן פֿאַר נייטיק ניט “איבערצובוימלען" דעם ייִדישן אַספּעקט פֿון דער מלחמה. למשל, דאָס אָנקומען פֿון די עטלעכע הונדערט פּליטים אין יאָר 1944 פֿלעגט מען אונטערטראָגן, דער עיקר, ווי אַ הומאַניסטישן פּראָיעקט און ניט פֿאַרבינדן אים מיטן חורבן.
די ייִדישע צײַטונגען האָבן אָפּגעשפּיגלט די אינטערעסן פֿון די ייִדישע לייענער, וועלכע זײַנען אין קאַנאַדע געווען דורכשניטלעך נאָענט צו אייראָפּע און אייראָפּעיִשע אינטערעסן. די ייִדישע אימיגראַציע אין קאַנאַדע איז דאָך געווען ייִנגער איידער די ייִדישע אימיגראַציע אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, דאָס הייסט, אַז די ייִדישע פּרעסע האָט געשריבן פֿאַרן ערשטן צי צווייטן דור אימיגראַנטן.
אַ סבֿרא, אַז ס׳איז כּדי צו פֿירן ווײַטער אַזעלכע פֿאָרשונגען, ווײַל אָן זיי איז שווער, צי אַפֿילו אוממעגלעך, אויפֿצובויען אַ קלאָר און אַדעקוואַט בילד פֿון דעם קאַנאַדער ייִדישן לעבן בעת דער מלחמה.