|
דער באַרימטער אַקטיאָר זשעראַר דעפּאַרדיע טרעפֿט זיך מיטן פּרעזידענט פֿון רוסלאַנד וולאַדימיר פּוטין |
Credit: Getty Images |
ווי אומגלויבלעך זאָל עס ניט קלינגען, בין איך אַ מאָל געווען יונג און האָב זיך ניט באַשעפֿטיקט (לכל-הפּחות, פּראָפֿעסיאָנעל) מיט ייִדיש. מײַן פֿאַך איז דעמאָלט געווען פֿאַרבונדן מיט פּראָיעקטירן כּלערליי זאַכן, און דאָס האָט אויך געמיינט — אַ סך אַרומצופֿאָרן איבערן לאַנד. מיר איז עס דווקא געווען צום האַרצן, ווײַל דער סאָוועטן-פֿאַרבאַנד איז דאָך געווען אַ ריזיק אָרט, פֿול מיט אינטערעסאַנטע ערטערלעך. אמת, בײַם אַרומרײַזן האָב איך אין קורצן פֿאַרשטאַנען, אַז דאָס לעבן ווערט גאָר ניט באַרײַכערט פֿון באַזוכן אייניקע שטעט. מײַן ווײַב, ווען מיר האָבן זיך באַקענט, האָט מיך אויסגעלערנט צו קלאַסיפֿיצירן די שטעט לויט דער צײַט, וועלכע דו ווילסט דאָרטן פֿאַרברענגען: 10 מינוט, אַ שעה, און אַזוי ווײַטער.
די ערשטע שטאָט אין מײַן לעבן, פֿון וועלכער איך האָב געוואָלט גלײַך אַנטלויפֿן, איז געווען סאַראַנסק, די הויפּט-שטאָט פֿון מאָרדאָוויע, וואָס איז אַ מין רעפּובליק אין באַשטאַנד פֿון רוסלאַנד. באַקאַנט איז די געגנט, בפֿרט, מיט אירע אַרבעט-לאַגערן פֿאַר תּפֿיסהניקעס. ווען איך בין געפֿאָרן אַהין, האָט מען מיך געוואָרנט, און איך האָב עס אַליין דערהערט, אַז די תּושבֿים האָבן דאָרטן גערעדט אַ ווילד רוסיש, שטאַרק איבערגעשאָטן מיט זידלווערטער. אפֿשר איז עס אַ פּועל-יוצא פֿון דעם, וואָס די באַפֿרײַטע תּפֿיסהניקעס פֿלעגן זיך באַזעצן ניט ווײַט פֿון די לאַגערן. און אפֿשר איז דער מצבֿ איצט אַן אַנדערער — מײַן דערפֿאַרונג שטאַמט פֿון אַ מאָל — איך האָב דאָרטן פֿאַרבראַכט איין טאָג אין יאָר 1975 און בין געווען צופֿרידן, אַז די געשעפֿטן מײַנע האָט זיך מיר אײַנגעגעבן אויסצוסדרן זייער גיך: כ׳בין געקומען אין דער פֿרי, אַוועקגעפֿאָרן אויף דער נאַכט און קיין מאָל ניט געוואָלט זיך אַהין אומקערן.
וועגן מײַן פֿאַר-היסטאָרישן באַזוך פֿון סאַראַנסק האָב איך זיך דערמאָנט, לייענענדיק וועגן די לעצטע אַוואַנטורעס פֿון דער וועלט-באַרימטער פֿיגור, דעם 64־יאָריקן זשיראַר דעפּאַרדיע. אָנגעהויבן האָט זיך עס ווי אַ פּראָטעסט קעגן די משונה-הויכע שטײַערן אין פֿראַנקרײַך. תּחילת האָט דעפּאַרדיע געלאָזט וויסן, אַז ער וויל ווערן אַ בעלגישער בירגער. אָבער אין גיכן האָט זיך דער סיפּור-המעשׂה געביטן, און ער איז געוואָרן אַ רוסישער בירגער.
סאַראַנסק איז אָנגערופֿן געוואָרן צווישן די ערטער אין רוסלאַנד, וווּ דעם נײַעם בירגער האָט מען פֿאַרבעטן צו באַזעצן זיך. נאָך מער: מע האָט אים פֿאָרגעלייגט צו פֿאַרנעמען די שטעלע פֿון קולטור-מיניסטער פֿון מאָרדאָוויע, אָבער דער באַרימטער פֿראַנצויז האָט זיך פֿון דעם כּבֿוד אָפּגעזאָגט. בפֿרט נאָך, אַז ס׳איז טאַקע שווער אויסצוקלײַבן — מע צערײַסט אים ממש אויף שטיקער. דער האַלב-גזלן, האַלב-פּרעזידענט פֿון טשעטשניאַ, ראַמזאַן קאַדיראָוו, רופֿט אים צו זיך, זאָגט צו גילדענע בערג. אין טיומען, וואָס איז אַ מין רוסישע אַלאַסקע, גיט מען אים אַ דירה און אַ געהאַלט אין דעם היגן טעאַטער. אַפֿילו אין ביראָבידזשאַן רעדט מען וועגן אײַנלאַדן אים צו זיך — אַ פּנים האָט מען געהערט, ווי ער לייענט אויף פֿראַנצויזיש לידער פֿון ייִדישע דיכטער.
לייען איך עס אַלץ און הער ניט אויף צו טראַכטן: איז עס אַ קאָמעדיע? אַ פֿאַרס? אָבער אין דעם דאָזיקן פֿאַרס שפּילן צענטראַלע ראָלעס גאַנץ ערנסטע לײַט. וולאַדימיר פּוטין נעמט אויף דעפּאַרדיע אין זײַן רעזידענץ, אין סאָטשי, און גיט אים אַרויס אַ רוסישן פּאַס — ווי איך פֿאַרשטיי, אַ ריכטיקן, ניט קיין בוטאַפֿאָרישן. און דעפּאַרדיע דברט בעת-מעשׂה וועגן רוסלאַנד ווי אַ "לאַנד פֿון גרויסער דעמאָקראַטיע" (!). ער דערציילט, אַז זײַן פֿאָטער איז געווען אַ קאָמוניסט... איז וואָס? אַ סך מענטשן האָבן געהאַט קאָמוניסטישע עלטערן, אָבער משוגע זײַנען זיי ניט געוואָרן.
אַנדערש ווי אַ משוגעת — צי אפֿשר פּשוט אידיאָטישקייט? — קען מען עס דאָך ניט פֿאַרטײַטשן. בפֿרט נאָך, אַז קלאָרע סימנים פֿון ניט-אַדעקוואַטקייט האָט דעפּאַרדיע געוויזן שוין פֿון לאַנג. אין אויגוסט 2011 האָט ער גענומען פּישן אין אַ פֿלעשל, ווען אין דעם עראָפּלאַן אויפֿן וועג קיין אירלאַנד האָט מען אים ניט דערלויבט צו גיין אין טואַלעט — דער פּילאָט האָט געפֿאָדערט אין דער צײַט צו זיצן צוגעשפּיליעט. אין אַ יאָר אַרום האָט ער געגעבן אַ פּאַטש אַ שאָפֿער אין פּאַריז, ווײַל אים איז ניט געפֿעלן געוואָרן ווי דער דאָזיקער פּאַריזער מאַנצביל האָט איבערגעיאָגט זײַן סקוטער. איצט דרייט זיך אַ נײַע מעשׂה מיט זײַן סקוטער — מע האָט אים געכאַפּט בײַם פֿאָרן שיכּורערהייט. עפּעס אַזוינס איז שוין געווען מיט אים אין יאָר 1998.
אין רוסלאַנד האָט מען פֿון דעם גאַנצן ענין געמאַכט אַ שטיקל רעקלאַמע — גיט אַ קוק, אַפֿילו אַזעלכע גרויסע מענטשן, ווי דעפּאַרדיע, לויבן אונדזער לאַנד און זײַנען גליקלעך צו ווערן רוסישע בירגער. בפֿרט נאָך, אַז אין דער זעלבער צײַט האָט מען דערהערט נאָך איין קול; דאָס מאָל פֿון ברידזשיט באַרדאָ, וועלכע איז שוין לאַנג צעדרייט געוואָרן אויף דער פֿראַגע פֿון אָפּהיטן בעלי-חיים. איצט גייט די רייד וועגן צוויי העלפֿאַנדן אין אַ פֿראַנצויזישן זאָאָ־פּאַרק, וועלכע זײַנען, נעבעך, קראַנק געוואָרן אויף טובערקולאָז, און מע קלײַבט זיך זיי אײַנצושלעפֿערן אויף אייביק. האָט די אַמאָליקע שיינקייט געוואָרנט, אַז אין דעם פֿאַל וועט זי אויך בעטן אַ רוסישן פּאַס, ווײַל פּוטין איז באַקאַנט ווי אַ ליבהאָבער פֿון בעלי-חיים.
אָט אַזאַ מעשׂה אַנטוויקלט זיך איצט — וועגן צער-בעלי-חיים.