די שיל אין פּאַדואַ, איטאַליע |
אַזוי צי אַזוי, אָבער דער ניטל שאַפֿט עפּעס אַן אידעאָלאָגישע פּראָבלעם. וואָס זאָל אַ ייִד טאָן אין אַזאַ טאָג? דאָ, אין ענגלאַנד, האָב איך געקענט אַ ייִדישע משפּחה, וואָס האָט אָפּגעמערקט דעם ניטל — זיי האָבן דעם מינהג געבראַכט פֿון דײַטשלאַנד. און איך קען אַ האַלב-ישׂראלדיקע משפּחה, וועלכע מאַכט פֿון דעם אַ יום-טובֿ. דאָס הייסט, אַז אין קלויסטער גייט מען, פֿאַרשטייט זיך, ניט, אָבער מע זיצט בײַ אַ טיש אָנגעשטעלט מיט טראַדיציאָנעלע ניטל-מאכלים, און מע קויפֿט מתּנות איינער דעם אַנדערן.
איך ווייס, אַז אין ניו-יאָרק האָבן ייִדן געפֿונען אַ צולהכעיסדיקע סגולה פֿאַרן ניטל — מע גייט אין קינאָ. איך וואָלט, אַ פּנים, געטאָן דאָס זעלבע, אָבער מיר איז קיין מאָל ניט אויסגעקומען צו זײַן אין ניו-יאָרק אין דער דאָזיקער צײַט. האָבן מיר, מײַן ווײַב און איך, אַן אייגענע סגולה — מיר פֿאָרן ערגעץ אַוועק פֿון ענגלאַנד. הײַיאָר האָט דער ניטל אונדז פֿאַרטראָגן קיין איטאַליע, אין אַן אָרט, וואָס הייסט אַבאַנאָ טערמע — אַ טערמאַלער קוראָרט ניט ווײַט פֿון דער באַרימטער שטאָט פּאַדוע. האָטעלן פֿון אַבאַנאָ טערמע האָבן באַסיינען מיט וואַרעם וואַסער, אַזוי אַז מע קען שווימען אין דרויסן אַפֿילו ווינטערצײַט.
אַ סך סיבות מאַכן פּאַדוע באַרימט. ס׳איז גענוג צו דערמאָנען, אַז דער אוניווערסיטעט איז דאָרטן איינער פֿון די עלטסטע אין דער גאָרער וועלט — אין יאָר 1222 האָט ער שוין זיכער פֿונקציאָנירט. אין דעם דאָזיקן אוניווערסיטעט, וועלכער איז ניט געווען אונטער דער השגחה פֿונעם פּויפּסט, האָבן זיך געלערנט אויך ייִדן, בפֿרט אין דער מעדיצינישער שול. הונדערטער דאָקטוירים, וואָס זײַנען פֿון דאָרטן אַרויס, האָבן געשפּילט אַ וויכטיקע ראָלע אין אינטעלעקטועלן לעבן פֿון אייראָפּעיִשע ייִדן.
מיט פּאַדוע איז פֿאַרבונדן אויך די געשיכטע פֿון "בבֿא-בוך", וואָס איז דאָס ערשטע פֿאַרעפֿנטלעכטע ניט-רעליגיעזע בוך אויף ייִדיש. דער געלערנטער און שרײַבער אליהו בחור האָט עס אָנגעשריבן אין יאָר 1507; און געטאָן האָט ער עס דווקא אין פּאַדוע, וווּ ער האָט דעמאָלט געוווינט. דער טיטל — "בבֿא-בוך" — האָט זיך שפּעטער טראַנספֿאָרמירט אין "בבֿא-מעשׂה", און פֿון דעם שטאַמט, ווי מיר ווייסן, דער אויסדרוק "באָבע-מעשׂה". ייִדיש האָט אַ מאָל געקלונגען אין פּאַדוע, ווײַל די קהילה, בפֿרט אין סוף 15טן יאָרהונדערט, האָט געהאַט צוויי "סוב-קהילות" — פֿון איטאַליענישע און דײַטשישע ייִדן. דאָ איז אפֿשר כּדאַי צו דערמאָנען, אַז אליהו בחור, אַ דײַטשישער ייִד, פֿאַרנעמט אַן אָרט אין דער גענעאַלאָגיע פֿון דעם איצטיקן בריטישן פּרעמיער-מיניסטער דייוויד קעמעראָן.
ווי עס האָט זיך געפֿירט אין אייראָפּע, האָט פּאַדוע געהאַט אַ געטאָ. אירע ווענט זײַנען געפֿאַלן, ווען די אַרמיי פֿון נאַפּאָלעאָנען האָט פֿאַרנומען די שטאָט. צווישן די פֿראַנצויזישע זעלנער זײַנען געווען אויך ייִדן. אַזוי אַז — סימבאָליש, לכל-הפּחות — איז עס געוואָרן אַ היסטאָרישע געשעעניש, דהײַנו: ייִדן האָבן באַפֿרײַט ייִדן.
מיר האָבן געהאַט אַ מחיהדיקן ניטל-שפּאַציר אין דער אַמאָליקער געטאָ-געגנט. איך רעקאָמענדיר עס אַלעמען, וועמען עס ווילט זיך ניט גיין אין קינאָ. ס׳איז גענוג צו קומען קיין ווענעציע, און פֿון דאָרט בלײַבט שוין אַ קאַצן-שפּרונג קיין פּאַדוע. בעת-מעשׂה קען מען זיך אַרײַנכאַפּן קיין ווענעציע אויך. מיר זײַנען דאָרטן געווען אַ פּאָר מאָל זומערצײַט, אָבער איצט, ווען ס׳איז ניט הייס, האָב איך געהאַט מער הנאה פֿון דער שטאָט. און טאָמער די צײַט דערלויבט עס צו טאָן, קען מען ווײַטער אַרומפֿאָרן אין דער געגנט.
יעדעס מאָל, ווען איך קום קיין איטאַליע ווינטערצײַט, קלײַב איך נחת פֿון זייערע בגדים. אין דעם זין פֿאַרשטייען זיי ניט קיין חכמות. אַ פֿרוי, ווען זי גייט אַרײַן אין די פֿעדערן און האַלט זיך שוין פֿאַר אַ פֿרוי, טוט אויף זיך אָן אַ פֿוטער, בדרך-כּלל, פֿון מינק (נאָרקע). אַ סבֿרא, אַז אָן אַ מינק-מאַנטל פֿילט מען זיך ניט לײַטיש. צו מאָל זעט מען אויך אַ מאַנצביל, וואָס איז פֿאַרפּוצט אין אַ פֿוטער. אָבער דאָס זעט מען זעלטן. רויכוואַרג איז, דער עיקר, אַ פּרעראָגאַטיוו פֿון ווײַבער. מע באַציט זיך אויך ערנסט צום עסן. דאָס איז, פֿאַרשטייט זיך, אַ געפֿערלעכע זאַך. מע דאַרף זײַן ממש פֿון אײַזן געמאַכט, כּדי זיך אײַנהאַלטן און ניט אַרײַנלייגן אין מויל אַרײַן די איטאַליענישע מאכלים.
הקיצור, איצט מוז מען האָרעווען, און האָרעווען זייער שווער, כּדי אַראָפּוואַרפֿן די פֿעטע צוגאָב-קילאָס, וואָס זײַנען אָנגעוואַקסן אונטער מײַן גאַרטל אין משך פֿון די איטאַליענישע ניטל-טעג. איך האָף, אַז מיר וועט עס זיך אײַנגעבן צו טאָן אין די פֿאַרבליבענע צוועלף חדשים — ביז דעם קומענדיקן ניטל.