ייִדיש־וועלט

בעת דער זיצונג פֿון דער מאָסקווער קאָנפֿערענץ "די צווייטע וועלט-מלחמה, די נאַצישע פֿאַרברעכנס און דער חורבן אויף דער טעריטאָריע פֿונעם סאָוועטן-פֿאַרבאַנד"
בעת דער זיצונג פֿון דער מאָסקווער קאָנפֿערענץ "די צווייטע וועלט-מלחמה, די נאַצישע פֿאַרברעכנס און דער חורבן אויף דער טעריטאָריע פֿונעם סאָוועטן-פֿאַרבאַנד"
אין מאָסקווע האָב איך אַ מאָל אָפּגעוווינט אַריבער פֿופֿצן יאָר, און אָט די גאַנצע צײַט האָב איך פֿײַנט געהאַט די לאַנגע פֿינצטערע ווינטער-חדשים. די שטאָט זעט אויס גאָר אַנדערש, ווען ס׳איז וואַרעם. די פֿראַגע איז ניט נאָר ווי זי זעט אויס, אָבער ווי דו פֿילסט זיך אין דעם דאָזיקן בילד. און איך, אַ קינד פֿון מער וואַרעמע, אוקראַיִנישע, מקומות, האָב זיך געפֿילט זייער ניט היימיש — תּמיד פֿאַרפּעלצט און אָפֿט מאָל פֿאַרשוויצט. בפֿרט נאָך אַז אין די מעטראָ-וואַגאָנען איז זייער וואַרעם, אַפֿילו הייס. מע קען, פֿאַרשטייט זיך, פֿאָרן מיט אַן אויטאָ, אָבער איך פֿלעג עס נוצן זעלטן — נאָך אַ שניי דאַרפֿסטו דעם אויטאָ אויסגראָבן און דערנאָך לאָזן זיך אין וועג אַרײַן איבער די גליטשיקע גאַסן, וואָס איז אויך אַ קליינער פֿאַרגעניגן.
הקיצור, פֿון מאָסקווע — און בכלל פֿון רוסלאַנד — בין איך אַוועקגעפֿאָרן ניט צוליב ווינטער, אָבער גלײַכצײַטיק בין איך גליקלעך פּטור צו ווערן פֿון אָט דעם מאכל. איך בענק קיין מאָל ניט נאָך שניי. אַ סבֿרא, אַז מײַן פּאָרציע האָב איך שוין באַקומען און הער ניט אויף צו באַקומען צוגאָב-פּאָרציעס אין ניו-יאָרק און אין אַנדערע ערטער.
און דאָך האָט דער געדאַנק וועגן דער מעגלעכקייט זיך אַרײַנצופּאַקן אין דער מאָסקווער ווינטער-מיאוסקייט מיך ניט אָפּגעשטעלט פֿון פֿאָרן אויף דער גרויסער קאָנפֿערענץ, וועלכע עס האָט אָרגאַניזירט דער "אינטערנאַציאָנאַלער צענטער פֿאַר געשיכטע און סאָציאָלאָגיע פֿון דער צווייטער וועלט-מלחמה", וואָס איז רעלאַטיוו ניט לאַנג צוריק געשאַפֿן געוואָרן בײַ דער העכסטער עקאָנאָמיע-שול. אַזוי הייסט איינער פֿון די בעסטע מאָסקווער אוניווערסיטעטן, וועלכער — ניט געקוקט אויף זײַן "עקאָנאָמישן" נאָמען — באַשעפֿטיקט זיך ניט נאָר מיט עקאָנאָמיע. די קאָנפֿערענץ האָט געהאַט אויך אַ צאָל מיט-שותּפֿים, אַרײַנגערעכנט דעם וואַשינגטאָנער חורבן-מוזיי.
איצט וועגן דער טעמע. זי האָט געקלונגען אַזוי: "די צווייטע וועלט-מלחמה, די נאַצישע פֿאַרברעכנס און דער חורבן אויף דער טעריטאָריע פֿונעם סאָוועטן-פֿאַרבאַנד". מע האַלט, אַז אויף אַזאַ אופֿן איז צום ערשטן מאָל איבערגעמישט געוואָרן דער אַקאַדעמישער עולם, וואָס פֿאָרשט דעם חורבן און די אַנדערע פֿראַגן פֿון דער מלחמה. דער עולם גופֿא איז געקומען אַ גרויסער: 70 אָנטיילנעמער פֿון רוסלאַנד, די פֿאַראייניקטע שטאַטן, קאַנאַדע, פֿראַנקרײַך, שוועדן, נאָרוועגיע, דײַטשלאַנד, גרויס-בריטאַניע, עסטרײַך, ישׂראל, פּוילן, אוקראַיִנע, רומעניע און מאָלדאָווע. אַזאַ רשימה שטייט אין דעם פּרעסרעליז פֿון די אָרגאַניזאַטאָרן. אָבער איך בין ניט זיכער, צי זי איז אַ פֿולע, ווײַל אין אַעראָפּאָרט בין איך צופֿעליק געפֿאָרן צוזאַמען מיט אַן אָנטיילנעמערין, וועלכע שטאַמט פֿון ווײַסרוסלאַנד, אַרבעט אין פֿלאָרענץ, אָבער וווינט אין דער שווייץ. אין דער ערשטער זיצונג האָבן זיך באַטייליקט די אַמבאַסאַדאָרן פֿון דײַטשלאַנד און קאַנאַדע, ווי אויך הויכגעשטעלטע פֿאָרשטייער פֿון דער אַמעריקאַנער און פֿראַנצויזישער אַמבאַסאַדעס.
גרויסע קאָנפֿערענצן האָבן מעלות און חסרונות. ס׳איז דאָך ווי מיט אַ חתונה — מע קען עס מאַכן נאָר פֿאַר די "אייגענע" און מע קען פֿאַרבעטן אויך ווײַטע קרובֿים און באַקאַנטע. צווישן די "ווײַטע" קען זיך אויסזוכן אַ יחיד, וואָס וועט אָפּסמען צי אונטערסמען דעם יום-טובֿ, אָבער עס קען זײַן אויך אַנדערש: דווקא אַ "ווײַטער" וועט אַרײַנברענגען אין דער געשעעניש מער יום-טובֿדיקייט. קיין "אָפּסמערס" האָב איך בעת דער מאָסקווער קאָנפֿערענץ ניט באַמערקט, כאָטש אייניקע רעפֿעראַטן זײַנען געווען שוואַכער פֿון דעם אַלגעמיינעם ניוואָ. גלײַכצײַטיק האָב איך געהאַט די זכיה זיך צו באַקענען מיט אַ צאָל אינטערעסאַנטע פֿאָרשערס, וועלכע איך האָב פֿריִער ניט געקאָנט.
באַזונדערס וויכטיק איז די קאָנפֿערענץ געווען, אַ פּנים, פֿאַר די מיזרח-אייראָפּעיִשע אָנטיילנעמער. בדרך-כּלל, בלײַבן זיי נאָך אַלץ היפּש אָפּגעריסן פֿון דער אַקאַדעמישער וועלט מחוץ דעם געוועזענעם סאָוועטן-פֿאַרבאַנד. אייניקע קענען שוואַך ענגליש. אָבער אַפֿילו אויב זיי האָבן ניט קיין ערנסטע לינגוויסטישע שוועריקייטן, בלײַבט זייער צוטריט צו דער אַקאַדעמישער ליטעראַטור באַגרענעצט. זייער ווייניק אוניווערסיטעטן אין יענעם טייל פֿון דער וועלט האָבן אַ צוטריט צו די עלעקטראָנישע אוצרות פֿון אויסלענדישע צײַטשריפֿטן. איך ווייס עס זייער גוט, ווײַל מײַנע פֿרײַנד פֿון רוסלאַנד און אוקראַיִנע בעטן מיך פֿון מאָל צו מאָל צושיקן עפּעס אַן אַרטיקל, וואָס איך קען קריגן אין משך פֿון עטלעכע מינוט, און פֿאַר זיי איז עס אַ גאַנץ געשעפֿט.
די קאָנפֿערענץ האָט זיך פֿאַרענדיקט מיט אַ באַזוך אין דעם נײַעם ייִדישן מוזיי. איך ווייס, אַז וועגן דעם מוזיי וועט אין דער צײַטונג גיין אַ באַזונדערער מאַטעריאַל. דאָך וועל איך זיך דערלויבן אַרײַנצושטעלן עטלעכע שורות וועגן אָט דער וויכטיקער געשעעניש. ס׳איז טאַקע אַ געשעעניש, כאָטש איך האָב זייער אַ סך טענות צו דעם היסטאָרישן און אידעאָלאָגישן אינהאַלט, אַרײַנגערעכנט אויך דאָס, וואָס מע האָט געמאַכט פֿון מײַנע אינטערוויוען פֿאַרן מוזיי אינעם פּרט, וואָס מע האָט פֿון זיי אויסגעקליבן און וואָס מע האָט ניט אַרײַנגענומען. אָבער, דער עיקר, האָט דער מוזיי קלאָר געוויזן דעם טריומף פֿון דער חב״דיזאַציע פֿון רוסלענדישן ייִדנטום. דער חב״ד האָט איצט אין מאָסקווע אַזאַ ברייט-אַנטוויקלטע אינפֿראַסטרוקטור, וואָס מאַכט זייער נעבעכדיק אַלע אַנדערע עלעמענטן פֿון דעם היגן ייִדישן לעבן. קיין חידוש ניט, אַז די רעגירונג רעכנט זיך מיט זיי און באַמערקט, דאַכט זיך, זייער ווייניק די עטלעכע ייִדישע קיבעצאַרניעס מיט גרויסאַרטיק קלינגענדיקע נעמען.
די וועטשערע, וואָס האָט געשלאָסן די קאָנפֿערענץ, איז געווען אין דעם גרויסן בנין פֿון חב״ד, ניט ווײַט פֿונעם מוזיי. די מוזיקער האָבן געשפּילט ייִדישע ניגונים, סאָוועטישע לידער און ראָק־און-ראָל. און גלײַך ווי בכּיוון, האָט מען אין דעם זעלבן זאַל געפֿײַערט דעם 90־יאָריקן יובֿל פֿון אַ יעקבֿ באָריסאָוויטשן, אַ שטורמאַן (נאַוויגאַטאָר) פֿון אַ באָמבאַרדיר-עראָפּלאַן בעת דער צווייטער וועלט-מלחמה. אַזוי אַז די טעמע פֿון דער קאָנפֿערענץ איז געווען ניט אינגאַנצן אַ היסטאָרישע.