געזעלשאַפֿט

דער פֿילם-מאַכער ברוס ראָבינס
דער פֿילם-מאַכער ברוס ראָבינס
Credit: Adi Mahalel
ברוס ראָבינס, אַ פּראָפֿעסאָר פֿון ענגלישער ליטעראַטור בײַם קאָלומביע-אוניווערסיטעט, אַרבעט די טעג אויף אַ נײַעם דאָקומענטאַרישן פֿילם אונטערן טיטל "עטלעכע פֿון מײַנע בעסטע חבֿרים זענען ציוניסטן" (Some of My Best Friends Are Zionists). שוין פֿונעם טיטל, כאַפּט מען גלײַך, אַז עס רעדט זיך מכּוח אַ פּראָוואָקאַטיווער טעמע וואָס וועט, מסתּמא, אַרויסרופֿן געפֿילן פֿון כּעס און פֿאַרדראָס בײַ אַ טייל צוקוקערס, ווי אויך בײַ דעם ייִדישן "עסטאַבלישמענט" אין אַמעריקע. דער פֿילם באַשטייט פֿון אַ לאַנגער סעריע אינטערוויוען מיט כּלערליי ייִדישע אַמעריקאַנער געשטאַלטן, וואָס אַלע האַלטן קריטישע מיינונגען לגבי מדינת-ישׂראל און איר פּאָליטיק. "אָבער", זאָגט מיר ראָבינס, "איך האָב באַשלאָסן, אַז דער פֿילם וועט זיך נישט באַשעפֿטיקן מיט דער פֿראַגע — וואָס איז די ריכטיקע שטעלונג מכּוח ישׂראל? — דאָס איז אַ פֿילם וואָס פֿאָרשט, ווי אַזוי מענטשן האָבן געביטן זייערע פּאָזיציעס."
ראָבינס שטעלט די מענטשן, אין פּרינציפּ, צוויי הויפּט-קשיות אין זײַנע אינטערוויוען: 1. וואָס האָט מען דיר קינדווײַז אָדער יוגנטווײַז, דערציילט וועגן ישׂראל? 2. ווי אַזוי האָט זיך דײַן מיינונג שפּעטער געענדערט?
אויף דער ערשטער קשיא, ווי מע קען זען אין אַ שטיקל פֿונעם פֿילם שוין אַרויפֿגעשטעלט אויף דער אינטערנעץ
http://www.kickstarter.com/projects/496652315/some-of-my-best-friends-are-zionists-0
,ענטפֿערט די זשורנאַליסטקע און פֿאָרשערין עליסאַ סאָלאָמאָן, אַז איר מאַמע איז געווען אַ פּרינציפּאַל פֿון אַ ייִדישער שולע. "און איך האָב געטראַכט", זאָגט עליסאַ, "אַז ישׂראל איז געווען אַ גוטע זאַך... אין תּוך אַ נייטיקער מקום-מיקלט פֿאַר ייִדן, דערהויפּט צו טאָן גוטס אין דער וועלט." טאָני קושניר, דער באַרימטער דראַמאַטורג, דערציילט וועגן דער שטאַרקער ייִדישער אידענטיטעט וואָס מע האָט אין אים אײַנגעפֿלאַנצט ווי אַ קינד. ענטפֿערנדיק אויף דער צווייטער קשיא, זאָגט קושניר "אַז איך בין אַ ייִד אָבער איך שטיץ נישט וואָס איז געשען אין עזה". דאָס אייגענע זאָגט די באַרימטע פֿילאָסאָפֿקע דזשודיט באָטלער, וואָס זעט אויס צו האַלטן די סאַמע אַנטי-ישׂראלדיקע מיינונג צווישן די אינטערוויויִרטע.
ראָבינס אַליין זאָגט מיר, אַז ווי אַ יונגער־מאַן איז ער געוואָרן אין כּעס אויף זײַן טאַטן, ווײַל דער טאַטע האָט געביטן זייער משפּחה-נאָמען פֿון "ראַבינאָוויץ" אויף "ראָבינס". ער געדענקט, ווי ער פֿלעגט אין זײַנע קינדער־יאָרן גיין דרײַ מאָל אַ וואָך אין "היברו-סקול" און האָט ממשיך געווען צו גיין אַהין אויך נאָכן ווערן בר-מיצווה אין 1963. אין שיל, האָט אויף אים שטאַרק משפּיע געווען דער רבֿ מיט זײַנע אַנטי־מלחמה דרשות און זיי פֿלעגן זיך טרעפֿן איין מאָל אַ וואָך צו שמועסן וועגן פֿילאָסאָפֿיע.
"איין מאָל אין 1965", דערציילט ראָבינס, "נאָך דעם וואָס איך האָב צו ערשט געלייענט סאַרטער מיט זײַן געדאַנק, אַז ׳די עקזיסטענץ קומט פֿאַר דעם מהות׳, בין איך געקומען צום רבֿ כּדי אים צו לאָזן וויסן, אַז קיין גאָט איז נישט פֿאַראַן אויף דער וועלט. באותו רגע איז דאָס ליכט אויסגעלאָשן געוואָרן; און נישט נאָר בײַ אונדז, נאָר בײַ דעם גאַנצן מיזרח-ברעג פֿון אַמעריקע! דאָס איז געווען די גרויסע פֿאַרפֿינצטערונג פֿון 1965 און איך בין שולדיק אין דעם מיט מיין כּפֿירה!"
ראָבינס זאָגט, אַז ער האָט נישט אַנטוויקלט קיין פּאָליטישע באַוווּסטזײַן לגבי דעם מיטעלען מיזרח ביז שפּעט אין זײַן לעבן. ער געדענקט ווי אין 1967, נאָך דער מלחמה, איז אים שטאַרק געפֿעלן דער וויץ אַז "זיי באַשטעלן איצט בר-מיצוות בײַם קאַיִר-הילטאָן." "דעמאָלט האָב איך געטראַכט, אַז ס’איז זייער קאָמיש, הײַנט שוין נישט אַזוי פֿיל."
קריגנדיק פֿינאַנציעלע שטיצע פֿאַר דעם פֿילם איז אים נישט לײַכט אָנגעקומען; אַלע פֿונדאַציעס האָבן אים אָפּגעזאָגט. בעצם זענען זײַנע געלט-רעסורסן געקומען פֿון צוויי מקורים. קודם-כּל, איז אים געבליבן אַ סומע געלט פֿון אַ קאַמפּאַניע וואָס ער האָט אָרגאַניזירט צוזאַמען מיט אַלען סאָקאָלן אין 2002 און צום צווייטן מאָל אין 2006. דאָס איז געווען אַ פּעטיציע וואָס איז געדרוקט געוואָרן אין "ניו-יאָרק טײַמס" אונטערן טיטל: "שלום אין מיטעלן מיזרח: אַן עפֿנטלעכער בריוו פֿון אַמעריקאַנער ייִדן צו אונדזער רעגירונג". "דאָס איז געווען די צײַט פֿון דער שרון־רעגירונג און מיר האָבן געוואָלט ווײַזן, אַז נישט אַלע אַמעריקאַנער ייִדן שטיצן ישׂראל בלינדערהייט ווי עס טוט ׳אייפּאַק.׳ דאָס איז געווען אַ פֿעסטשטעלונג פֿון ייִדישער אַלוועלטלעכקייט." פֿאַר דעם צווייטן מקור, האָט ער זיך באַניצט מיט דער נײַער שׁיטה פֿון געלט-זאַמלען — דורך אַן אינטערנעץ-קאַמפּאַניע, וווּ יעדער איינער מעג בײַטראָגן אַ סומע געלט און דערמיט ווערן אַ מיטשטיצער פֿונעם גאַנצן פּראָיעקט.
ראָבינס האַלט, אַז ייִדן זײַנען מחויבֿ צו נעמען אַ וואָרט ווען ישׂראל טוט עפּעס שלעכטס, ווײַל ישׂראל טוט עס אין זייער נאָמען. ער זאָגט, אַז ער פֿאָלגט דעם מאָראַלישן "גאָלדענעם"-כּלל — "דעלך סני לחבֿרך לא תעבֿיד", אָדער אויף פּראָסט מאַמע-לשון — "באַהאַנדלט דעם צווייטן, ווי איר ווילט ער זאָל אײַך באַהאַנדלען". איינע האָט אים געעצהט, ער זאָל אויסמײַדן דאָס וואָרט "ציוניסטן" אין זײַן טיטל און בכלל נישט מאַכן קיין צימעס פֿון דעם באַגריף "ציוניזם", ווײַל ציוניזם איז נישט די פּראָבלעם. "איך גלייב טיף אין דער ׳רעכט פֿון זעלבסט-באַשטימונג׳", און די ייִדן זענען נישט קיין אויסנאַם אין דעם פֿאַל. דאָך בלײַבט די פֿראַגע, ווי אַזוי מע פֿירט עס אויס, ווי מע רעאַליזירט בפּועל-ממש אָט דאָס רעכט." ער וויל, אַז צו אַלעם ערשטן זאָלן אַמעריקאַנער ייִדן זען דעם פֿילם, אָבער אויך, אַז די חבֿרים פֿון ייִדן וואָס דריקן זיך נישט אויס בנוגע דער דאָזיקער טעמע פֿאַר זייערע ייִדישע חבֿרים צוליב מורא זיי צו באַליידיקן."
אין משך פֿון אונדזער שמועס טעלעפֿאָנירט ראָבינס דער מאַמען דערציילנדיק איר, אַז ער ווערט אינטערוויויִרט פֿאַר אַ ייִדישער צײַטונג. ער טוט עס ווײַל ער וויל זי פֿרעגן וואָסער ייִדישע צײַטונג פֿלעגט זי פֿאָרלייענען איר מאַמען ווען זי איז שוין געווען אין גאַנצן בלינד. "עס איז טאַקע געווען דער ׳פֿאָרווערטס׳", זאָגט ער מיר מיט צופֿרידנקייט, "און ספּעציעל האָט מײַ באָבע ליב געהאַט צו הערן די ׳בינטל-בריוו׳־סעקציע." זײַנע עלטערן פֿלעגן רעדן צווישן זיך אויף ייִדיש אָבער — ווי עס גייט די באַקאַנטע מעשׂה — האָבן זיי נישט געהאַט קיין אינטערעס די קינדער איבערצוגעבן די שפּראַך. ער געדענקט איין אינטערוויו, וואָס ער האָט געהאַט פֿאַר זײַן פֿילם מיט אַ מאַמען וועגן איר זון, וואָס איז נישט געגאַנגען אַזוי פֿויגלדיק. האָט ער נאָר געדאַרפֿט איר דערמאָנען דאָס ייִדישע וואָרט "קוועלן", און — ראַפּטעם — איז דאָס אײַז צעטאָפּיעט געוואָרן. "עס האָבן זיך אָנגעהויבן שיטן פּערל פֿון איר מויל וועגן איר זון!" דער זון הייסט דזשעסי ליבערפֿעלד און ער האָט געוווּנען דעם "מאַרטין לוטער קינג שרײַב-פּריז" פֿאַר זײַן עסיי —"דאָס באַקעמפֿן די פֿאַרבאָטענע שלאַכט: ווי איך האָב אויפֿגעהערט אויסמעקן אַ פֿאַרבאַהאַלטענע קריוודע". דער פֿילם איז נאָך נישט פֿאַרענדיקט און עס איז נאָך נישט קלאָר ווען ער וועט אַרויסקומען.