ליטעראַטור
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

Memorial Books of Eastern European Jewry:
Essays on the History
and Meaning of Yizker Volumes.
Ed. Rosemary Horowitz.
Jefferson, NC, 2011



די אויפֿנאַמע און די פֿונקציע פֿון יזכּור־ביכער ענדערן זיך מיט דער צײַט, באַמערקט ראָזמערי האָראָוויץ אין איר הקדמה צו דעם זאַמלבאַנד. עס וואַקסט אונטער אַ נײַער דור לייענער און פֿאָרשער, וואָס קען מער ניט לייענען די שפּראַכן, בפֿרט ייִדיש, און האָט ניט קיין פּערזענלעכע זכרונות וועגן דעם שטעטל. עס באַווײַזן זיך נײַע אויפֿלאַגעס אין איבערזעצונגען אויף נײַע שפּראַכן, ווי אויך נײַע מאַטעריאַלן און נײַע טעכנישע מעדיאַ, קודם־כּל עלעקטראָנישע. מיט דער צײַט גייען יזכּור–ביכער אַריבער פֿונעם פּריוואַטן אייגנטום פֿון לאַנדסמאַנשאַפֿטן אינעם רשות־הרבים פֿונעם ברייטערן פּובליקום.
די כּוונה פֿון די פֿאַרפֿאַסער פֿון יזכּור־ביכער איז געווען אונטערצוהאַלטן דעם אַחדות־געפֿיל פֿון די צעזייטע און צעשפּרייטע יוצאי־השטעטל דורך אויפֿבויען אַ ליטעראַרישן דענקמאָל פֿאַר זייער קאָלעקטיוון עבֿר. איצט, האַלט האָראָוויץ, באַנוצט מען זיך מיט די דאָזיקע ביכער קודם־כּל צוליב פֿאָרשערישע צוועקן, ווי אַ מקור פֿון קענטענישן וועגן דעם אַמאָליקן ייִדישן לעבן. עס איז דערבײַ מערקווירדיק, אַז די היסטאָריקער פֿון דער פֿריִערדיקער תּקופֿה, בערך ביז די 1970ער, האָבן דווקא ניט געהאַלטן יזכּור־ביכער פֿאַר פֿאַרלאָזלעכע היסטאָרישע מקורים, אָבער די איצטיקע פֿאָרשער זײַנען געשטימט מער פּאָזיטיוו.
דאָס זאַמלבוך שפּיגלט אָפּ די הײַנטיקע טענדענצן אין ייִדישע היסטאָרישע פֿאָרשונגען, וואָס האָבן מער אינטערעס אין דעם פּרט איידער אין דעם כּלל. דער ערשטער אָפּטייל (אַרטיקלען פֿון האָראָוויץ און מישלען עמיר) גיט אַן איבערזיכט פֿון דער געשיכטע פֿון דעם זשאַנער און פֿון זײַן אויפֿקום אין ישׂראל. עמיר באַטאָנט ספּעציעל דעם ציוניסטישן אַספּעקט פֿון יזכּור־ביכער, סײַ אינעם אינהאַלט, און סײַ אינעם אידעאָלאָגישן טאָן.
דער צווייטער אָפּטייל באַקענט דעם ענגלישן לייענער מיט די וויכטיקע שטודיעס פֿון די ראשונים, אַזעלכע ווי פֿיליפּ פֿרידמאַן און יעקבֿ שאַצקין, וואָס זײַנען עד־היום געווען צוטריטלעך בלויז אויף ייִדיש, ווי אויך מיט די ענגלישע ווערק פֿון אליהו שולמאַן און אַבֿרהם ווײַן. דער דריטער אָפּטייל איז געווידמעט דער פֿאָרשונג און אויפֿנאַמע פֿון יזכּור־ביכער אין פֿאַרשידענע לענדער און סבֿיבֿות. מאָניקאַ אַדאַמטשיק־גאַרבאָווסקאַ שרײַבט וועגן דער השפּעה פֿון ייִדישע יזכּור־ביכער אויף דער מאָדערנער פּוילישער היסטאָריאָגראַפֿיע, וואָס איז געוואָרן מעגלעך ערשט נאָך דעם צעפֿאַל פֿון דער קאָמוניסטישער סיסטעם. דער אינטערעס צו דער ייִדישער געשיכטע אין פּוילן האַלט אין איין וואַקסן, און די יזכּור־ביכער ווערן אַלץ מער פּאָפּולער סײַ צווישן די פּראָפֿעסיאָנעלע היסטאָריקער און סײַ צווישן די ליבהאָבער פֿון היסטאָרישער ליטעראַטור.
עדינה צימט מאַכט אַ פּרוּוו צו רעקאָנסטרויִרן די מאָטיוון און דעם פּראָצעס פֿון שאַפֿן אַ יזכּור־בוך. יעדער פּראָיעקט איז אַנטשטאַנען ווי אַ פּועל־יוצא פֿון אַ פּאַמעלעכער אַנטוויקלונג. און דער צוועק פֿון צונויפֿשטעלן אַ יזכּור־בוך איז געווען ניט בלויז אַ היסטאָרישער׃ "דער ערשטער און דער סאַמע וויכטיקער ציל איז געווען אָפּצוגעבן דעם כּבֿוד צו די אומגעקומענע און אָפּצוהיטן זייער אָנדענק פֿאַר די קומענדיקע דורות."
רוני כּכבֿי־נהב באַטראַכט יזכּור–ביכער ווי אַ מוסטער פֿון אַ ספּעציעלן ייִדישן שטייגער פֿון אָפּהיטן זכּרון, וואָס איז אײַנגעוואָרצלט, לויט איר מיינונג, אין דער מיצווה "זכור" אין דער תּורה. כּדי צו שטיצן איר טעזע, פֿאַרגלײַכט זי יזכּור־ביכער מיט יובֿל־ביכער פֿון ישׂראלדיקע קיבוצים און אַנטפּלעקט געוויסע פּאַראַלעלן צווישן ביידע זשאַנערס. אָבער עס איז מערקווירדיק, אַז דערבײַ באַנוצט זי אַליין ניט מיט קיין ייִדישע מקורים. אַ סבֿרה, געהערט ייִדיש ניט צו דער ירושה, וואָס מען איז מחויבֿ צו געדענקען לויט דער מיצווה "זכור".
אין אונטערשיד צו כּכבֿי־נהבֿ באַטאָנט יאַן שוואַרץ דווקא דאָס חשיבֿות פֿון ייִדיש פֿאַר אָפּהיטן דעם זכר פֿונעם חורבן. ער אַנאַליזירט דעם טאָגבוך, וואָס לייב ראָכמאַן האָט געפֿירט צווישן 1942 און 1944, ווען ער האָט זיך אויסבאַהאַלטן בײַ פּוילישע פּויערים. שוואַרץ קומט צו אַ שלוס, אַז דער דאָזיקער וויכטיקער דאָקומענט איז ניט אַרײַן אינעם "וועלט־קאַנאָן" פֿון חורבן־ליטעראַטור, ווײַל ער האָט ניט צוגעפּאַסט צו די אָנגענומענע השׂגות׃ ער איז געווען צו ייִדיש, צו קאָמפּליצירט, און האָט ניט פֿאַרמאָגט אוישוויץ ווי זײַן צענטראַלער מאָמענט. די ענגלישע איבערזעצונג איז אַרויס ערשט אין 1983 און איז "דערטרונקען געוואָרן" אינעם ים פֿון אַנדערע ביכער וועגן דעם חורבן.
דער פֿערטער אָפּטייל פֿונעם זאַמלבוך באַהאַנדלט פֿאַרשידענע מינים גילגולים פֿון יזכּור־ביכער אין אַנדערע זשאַנערס און מעדיאַ, אַזעלכע ווי בעלעטריסטיק און פֿאָטאָגראַפֿיע. און ווי עס באַווײַזט רבֿקה פּאַרציאַק, דערציילן יזכּור-ביכער ניט נאָר וועגן ייִדישע קדושים, נאָר אויך וועגן כּלערליי "אַנדערע" מינים מענטשן, וואָס פּאַסן אָפֿטמאָל ניט אַרײַן אין דער אידעאַלער געשטאַלט פֿונעם אַמאָליקן שטעטל; אַזעלכע ווי בעטלער, משוגעים, זונות, גנבֿים וכדומה. דער עסיי פֿון יעל שטראָם איז געווידמעט דער טעמע קלעזמער אין יזכּור־ביכער. זייער ניצלעך איז דער לעצטער, ביבליאָגראַפֿישער אָפּטייל, וואָס מאַכט אַן איבערזיכט פֿון פֿאַרשידענע זאַמלונגען פֿון יזכּור–ביכער.
דאָס נײַע זאַמלבוך איז אַ וויכטיקער בײַטראָג צו דער היסטאָרישער ביבליאָטעק וועגן דעם מיזרח־אייראָפּעיִשן ייִדנטום. די עסייען שפּיגלען אָפּ דעם הײַנטיקן מצבֿ פֿון די פֿאָרשונגען. באַוואָפֿנט מיט הײַנטיקע מעטאָדאָלאָגיעס, לייענט מען די אַלטע מקורים דורך נײַע שפּאַקטיוון און מען אַנטדעקט אין זיי נײַע אינטערעסאַנטע און וויכטיקע פּרטים.
אינעם נײַעם באַנד זעט מען בפֿירוש די בײַטן, וואָס זײַנען פֿאָרגעקומען אין דער פּערספּעקטיוו פֿון ייִדישע לימודים אין משך פֿון די פֿאַרגאַנגענע צוואַנציק־דרײַסיק יאָר. די פֿריִערדיקע נאָוואַטאָרישע פֿאָרשונג פֿון יזכּור־ביכער פֿון קוגעלמאַס און באָיאַרין (1983) איז געווען בטבֿע אַנטראָפּאָלאָגיש, בעת איצט קומט געשיכטע און ליטעראַטור אַרויף אינעם פֿאָדערגרונט. מען האָט "רעהאַביליטירט" יזכּור־ביכער ווי אַ היסטאָרישער מקור, אָבער איינצײַטיק האָט מען פֿאַרלוירן אינטערעס צו זייער אַנטראָפּאָלאָגישן תּוך. און דאָס איז אַ סימן, אַז ייִדישע אַנטראָפּאָלאָגיע האָט ניט געמאַכט קיין סך פּראָגרעס זינט די 1980ער יאָרן און בלײַבט הינטערשטעליק לגבי דעם וויסנשאַפֿטלעכן הויפּטשטראָם.