ייִדיש־וועלט, טעאַטער, געשיכטע
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
די קינדער און לערער פֿון דער ייִדישער שול מיטן אינטערנאַט פֿאַר 80 לעבן-געבליבענע ייִדישע קינדער, אין צענטער דער אפּוטרופּוס, פּאָלקאָווניק רעבעלסקי

עס איז גוט באַקאַנט, אַז שלמה מיכאָעלס האָט פֿאַרנומען אַ ביז גאָר חשובֿע פּאָזיציע אין די אויגן פֿון די סאָוועטישע ייִדן. זײַן שם ווי דער פֿאָרזיצער פֿונעם ייִדישן אַנטיפֿאַשיסטישן קאָמיטעט וואָס איז קרובֿ למלכות, איז געווען אַזוי גרויס, אַז אַ סך ייִדן האָבן זיך געווענדט צו אים מיט כּלערליי בקשות. אין אַ געוויסן זין איז מיכאָעלס געווען דער שתּדלן פֿאַרן גאַנצן סאָוועטישן ייִדנטום פֿאַר דער סאָוועטישער מלוכה, און פֿאַר דעם האָט ער לסוף באַצאָלט מיט זײַן לעבן.

טעאַטער
מאַרק ראָזאָווסקי מיט דער קרוין פֿון

דער וועטער איז געווען אַ קאַלטער און דעם גאַנצן טאָג האָט געגאָסן אַ רעגן. אָבער דעם טעאַטער־עולם האָט עס נישט אָפּגעשטעלט און דער טעאַטער "מילעניום" אויף ברײַטאָן איז געווען פֿול געפּאַקט. אין יענעם טאָג האָט מאַרק ראָזאָווסקי, דער באַקאַנטער טעאַטער־טוער פֿון מאָסקווע, געשפּילט זײַן פּאָעטיש־מוזיקאַלישע פֿאָרשטעלונג "דער זינגענדיקער מיכאָעלס".

די פֿאָרשטעלונג דערציילט וועגן די הויפּט־תּקופֿות אין לעבן און שאַפֿן פֿונעם גרויסן ייִדישן אַקטיאָר און געזעלשאַפֿטלעכן טוער. אָבער איידער איך גיי דערציילן וועגן דער פֿאָרשטעלונג גופֿא, איז כּדאי צו באַקענען דעם ייִדישן לייענער מיטן שאַפֿערישן וועג פֿון מאַרק ראָזאָווסקי.

טעאַטער
די טרופּע פֿון "קינדער און ייִדיש"

ווי אַזוי ציט מען צו די אַמעריקאַנער יוגנט, וואָס קען אין גאַנצן נישט קיין ייִדיש, צו מאַמע־לשון? די אַלטע, האַרבע פּראָבלעם האָט מער ווי איין דור געפּלעפֿט. זייער ווייניק אַמעריקאַנער געבוירענע משפּחות פֿון דער וועלטלעכער סבֿיבֿה רעדן ייִדיש אין דער היים מיט זייערע קינדער. קיין ייִדישע טאָגשולן פֿאַרבונדן מיט דער מאָדערנער ייִדישער קולטור האָט מען קיין מאָל נישט אויפֿגעשטעלט. די ייִדישע פֿאָלקשולן האָבן אויפֿגעטאָן אַ סך, אָבער נישט אויפֿגעהאָדעוועט קיין ייִדיש־רעדנדיקע קינדער.

טעאַטער
פֿון פּעסיע פּאָרטנוי (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
די דראַמאַטישע סאָפּראַנאָ סיגוטע סטאָניטע

אַ פּראָוואָקאַטיווע ווערסיע פֿון "סאַלאָמע" האָבן מיר איצט געזען אויף דער בינע פֿון דער ישׂראלדיקער אָפּערע. דער רעזשיסאָר פֿון אָט דעם ספּעקטאַקל, דייוויד אָלדען, גוט באַקאַנט בײַ אונדז איבער זײַנע פֿילצאָליקע רעזשי־אַרבעטן פֿאַר דער ישׂראלדיקער אָפּערע, פֿירט דורך דאָ זײַן פּלוצעמדיקן "צוריקקער", אַזוי אומדערוואַרט־שפּאַנענדיק ווי דאָס איז זײַן קינסטלערישער צוגאַנג צו דער איצטיקער אויפֿפֿירונג פֿון "סאַלאָמע".

שוין בלויז דער נאָמען, "סאַלאָמע", פֿאַרמאָגט אַן אומדערקלערבאַרן כּוח אָנצוצינדן די פֿאַנטאַזיע מיט אָן אַ שיעור אָנצוהערענישן וועגן שרעקלעכע חטאָים און פֿאַרבאָטענע מעשׂים.

טעאַטער
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
אַ סצענע פֿון "באַרג ייִדן"

טובֿיה! טובֿיה! טובֿיה טענענבוים, דער אַמאָליקער פֿרומער יונגערמאַן, וואָס איז אַנטלאָפֿן פֿון די "מען טאָר נישט" און אַוועק אַהין וווּ מען מעג. און צו וואָס האָט ער זיך גענומען? צום טעאַטער אויף ענגליש שפּראַך, אָבער אויף ייִדישע טעמעס. זײַן פֿירמע הייסט "דער ייִדישער טעאַטער פֿון ניו־יאָרק". און איך האָב שוין געזען אַ קײַמא־לן פֿון זײַנע פּיעסעס; אַמאָל האָב איך זיי געלויבט, און אַמאָל — אַראָפּגעריסן. נאָר איין זאַך האָב איך קיינמאָל נישט פֿאַרפֿעלט צו דערמאָנען — זײַן דראַנג צום שאַפֿן.

טעאַטער
גימפּל תּם (אָדם שאַפּיראָ)

— ס‘איז קיין גאָט אויך נישטאָ
— וואָס זשע, זאָג איך, איז יאָ דאָ?
— אַ טיפֿע בלאָטע

אין יצחק באַשעוויסעס קלאַסישער דערציילונג "גימפּל־תּם", וואָס איז אַרויס אין אַ זאַמלונג אין 1957, האָט דער מחבר אַרויסגעבראַכט דאָס שלימזלדיקע לעבן פֿונעם העלד און זײַן באַציִונג צו דער וועלט, צום לעבן און צום גורל פֿונעם מענטשן.

טעאַטער
פֿון פּעסיע פּאָרטנוי (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
קרן צור —

דאָס יאָר 1961, ערבֿ דעם אײַכמאַן־פּראָצעס. אַנדאַ, אַ לעבן־געבליבענע יונגע פֿרוי פֿון אַן אונגאַרישער אָפּשטאַמונג, אַ קראַנקן־שוועסטער אין אַ שפּיטאָל פֿאַר עלטערע מענטשן, דערלאַנגט אַ ביטע אַרויסצוטרעטן ווי אַן עדות אויפֿן אײַכמאַן־פּראָצעס. זי האָט וואָס צו דערציילן. זי איז איינע פֿון יענע אומגליקלעכע פֿרויען וואָס האָבן איבערגעלעבט די שעדלעכע מעדיצינישע עקספּערימענטן אין אוישוויץ, וווּ זי איז געווען פֿאַרשפּאַרט. דאַכט זיך, אַ גאַנץ נאָרמאַלע בקשה;

טעאַטער
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן
פּערל לאַנג

מאָנטיק, דעם 17טן נאָוועמבער, 7:00 אין אָוונט, אין ניו־יאָרק, וועט פֿאָרקומען אַ בענעפֿיט לטובֿת דעם "אַלוועלטלעכן ייִדישן קולטור־קאָנגרעס" און לכּבֿוד די צוויי מײַסטער פֿון דער ייִדישער טאַנץ־קונסט, פּערל לאַנג און פֿעליקס פֿיביך. דער אָוונט וועט פֿאָרקומען אין Theater 80 St. Mark‘s, וואָס געפֿינט זיך צווישן דער ערשטער און צווייטער עוועניו, 80 סײַנט־מאַרקס פּלייס, אין מאַנהעטן.

"עס איז נישטאָ קיין באַוועגונג אָן אַן עמאָציאָנעלן אָפּקלאַנג אין דער כאָרעאָגראַפֿיע פֿון פּערל לאַנג" — האָט געשריבן אַנאַ קיסלגאָף, די טאַנץ־קריטיקערין פֿון די "ניו־יאָרק־טײַמס".

טעאַטער
פֿון איציק גאָטעסמאַן
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
משה יאַסור שטייט פֿאַרן יאַסער רומעניש־נאַציאָנאַלן טעאַטער

דער לאַנגער קינסטלערישער וועג פֿון משה יאַסור, אַ געבוירענער אין רומעניע, האָט אים געפֿירט פֿון יאַס, קיין ישׂראל און דערנאָך קיין ניו־יאָרק. כאָטש ער רעזשיסירט שוין לאַנגע יאָרן אינעם בוקאַרעשטער ייִדישן מלוכה־ טעאַטער, וועט ער צום ערשטן מאָל שטעלן פֿאַרן "פֿאָלקסבינע־נאַציאָנאַלן ייִדישן טעאַטער" זײַן באַאַרבעטונג פֿון באַשעוויסעס קלאַסישער דערציילונג "גימפּל־תּם". די פּרעמיערע וועט פֿאָרקומען דעם 23סטן נאָוועמבער און מע וועט זי פֿאָרשטעלן ביזן 28סטן דעצעמבער.

טעאַטער
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
אַ סצענע פֿון "דער ירושלימער סינדראָם":

ליבע פֿרײַנד, איך מוז זיך מודה זײַן, אַז די הײַנטיקע פֿאַרפֿאַסערס פֿון "מיוזיקלס" טויגן אויף טויזנט כּפּרות. וועט איר דאָך פֿרעגן פֿאַרוואָס? וועל איך אײַך זאָגן: ערשטנס, פֿעלט זיי טאַלאַנט; צווייטנס, פֿעלט זיי הומאָר; דריטנס, פֿעלט זיי פֿאַנטאַזיע; פֿערטנס, פֿעלט זיי וויסן, און פֿיפֿטנס... כ׳גיי זיך דאָ נישט באַווײַזן, אַז איך קען ציילן ביז הונדערט. ווי איז דאָס צו רייד געקומען? פּראָסט און פּשוט.

טעאַטער
פֿון פּעסיע פּאָרטנוי (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
אַ סצענע פֿון "דיבוקים" — דיבוק־קרבנות צי קרבנות פֿון דער געזעלשאַפֿט

"דיבוקים", אַזוי אין מערצאָל, רופֿט אָן די "הבימה" די דרײַ ספּעקטאַקלען פֿון דער טעאַטראַלער אונטערנעמונג אַרום דעם דיבוק־מאָטיוו — טעאַטער, טאַנץ און ליאַלקעס, וואָס דריקט זיך אויס אין אַן איינטאָגיקן פֿעסטיוואַל.

די יעניקע וואָס האָבן אַ גוטן זכּרון, געדענקען מן־הסתּם, אַז אין דריטן אַקט פֿון דער לעגענדאַרער דראַמע "דער דיבוק", אין דעם הויז פֿון רבין, פֿאָדערט דער רבי מיט שטרענגע ווערטער דער דיבוק זאָל פֿאַרלאָזן דעם קערפּער פֿון דער בתולה. "דיבוק, גיי אַרויס!" בייזערט זיך אויף אַ קול דער צדיק פֿון מיראָפּאָל.

טעאַטער
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
טובֿה פֿעלדשו שטייט די צווייטע פֿון רעכטס אין אַ סצענע פֿון "אירענאַס צוזאָג"

טובֿה פֿעלדשו האָט זיך אויסגעשיילט ווי איינע פֿון די אָנגעזעענסטע אַקטריסעס אין האָליוווּד, אויף בראָדוויי און אויף טעלעוויזיע. זי האָט זיך צום מיינסטן אויסגעצייכנט ווען זי האָט געשפּילט "גאָלדע," מיט אַ פּאָר יאָר צוריק און אָנערקענט געוואָרן דערפֿאַר. דאָס מאָל האָט זי זיך אונטערגענומען גאָר אַ שווערע מלאָכה; אַ פּיעסע וואָס האָט צו טאָן מיט אַ פּאָליאַטשקע, וואָס האָט געראַטעוועט ייִדן. זעט אויס, אַז עס זײַנען געווען געציילטע פּאָליאַקן וואָס האָבן יאָ צוגעלייגט אַ האַנט אין באַהאַלטן ייִדן אויף בוידעמס און קעלערן, אַ סך מאָל פֿאַר געלט און זעלטענער — אָן אַן אָפּצאָל.