טעאַטער
פֿון פּעסיע פּאָרטנוי (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
"מײַן חלום" — כינעזישע קינסטלער מיט פֿיזישע באַגרענעצונגען

צוויי באַרימטע קוּנסט־פּערזענלעכקייטן האָבן אונדז לעצטנס באַזוכט: די זינגערין מאַדאָנאַ און דער זינגער־פּאָעט לעאָנאַרד כּהן. ביידע זעלטענע מײַסטערס אין זייער תּחום האָבן זיי געמאַכט אויף זייערע פֿילצאָליקע אָנהענגער אַ געוואַלדיקן אײַנדרוק סײַ וואָס שייך זייער קונסט און סײַ דעם הויכן פּרײַז אויף די בילעטן, וואָס מ׳האָט געמוזט באַצאָלן צו זען און הערן זייערע אויסדערוויילטע ליבלינגען.

טעאַטער
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
אָדם ראָטנבערג אין דער ראָלע פֿונעם בחור יאַשאַ

עס גייט אַ נײַע דראַמע אינעם טעאַטער וואָס הייסט "Playwrights Horizons," אויף דער 42סטער גאַס צווישן אַכטער און נײַנטער עוועניו אין ניו־יאָרק, און איך האָב זיך אַהין אַרײַנגעכאַפּט צו זען אַ נאָכן־חורבן־פּיעסע. די פּיעסע גייט אויף ענגליש, פֿאַרשטייט זיך, אָבער אויף ייִדיש וואָלט איך עס איבערגעזעצט ווי די "צוריקצאָלער", אָדער "נקמה־נעמער". דער זאַל איז געווען געפּאַקט מיט מענטשן פֿון יעדן עלטער, ס׳רובֿ פֿון זיי — יוגנטלעכע. אַלע זײַנען געקומען זען ווי די לעבן־געבליבענע ייִדן נעמען נקמה אין די מערדער און צאָלן זיי צוריק פֿאַר די אַלע לײַדן און פּײַן וואָס מיר זײַנען אויסגעשטאַנען פֿון דער דײַטשער בעסטיע.

ייִדיש־וועלט, טעאַטער
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

(המשך פֿון פֿאָריקן נומער)

די נאַכט פֿאַר דער פֿאָרשטעלונג ווערט פֿאַרפֿאַלן איינע פֿון אונדזערע אַקטריסעס, די באָסטאָנער מויד, וואָס האָט געשריבן די מוזיק. זי איז געפֿאָרן פֿון באָסטאָן מיטן אויטאָ און אַרום האַלבער נאַכט האָט זי באַשלאָסן צו קומען צו אונדז אַהיים קיין "ריווערדייל" איבערצונעכטיקן. זי איז אָבער נישט אָנגעקומען. אַזוי ווי איך האָב זיך געלייגט פֿרי שלאָפֿן, האָב איך צו מאָל נישט געוווּסט פֿון דער קאַטאַסטראָפֿאַלער לאַגע.

טעאַטער, ייִדיש־וועלט
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

(המשך פֿון פֿאָריקן נומער)

דער דעקאָראַציע־מײַסטער מיטן רעזשיסאָר פֿון דער פּיעסע "לידער פֿון גן־עדן," קומען צו גיין מיט אַ געניאַלן אײַנפֿאַל. אַזוי ווי ס׳זײַנען פֿאַראַן צוויי ליידיקע ווענט פֿון ביידע זײַטן פֿאָרהאַנג, פֿאַרוואָס נישט רעפּראָדוצירן אויף לײַוונט אַ קאָפּיע פֿון מיקעלאַנדזשעלאָס קונסטבילד "בראשית," וווּ צוויי פֿינגער טרעפֿן זיך ערגעץ אין הימלישן גן־עדן. איין פֿינגער פֿון דער גאָטהייט און דער צווייטער פֿון מענטש. ביידע האַלטן בײַם פֿאַראייניקן זיך. זיי וועלן די מאָלערײַ צעטיילן אויף צווייען און אויפֿהענגען עס אויף ביידע זײַטן פֿאָרהאַנג.

ייִדיש־וועלט, טעאַטער
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
יסוף פּאַפּ

(אָנהייב אין פֿאָריקן נומער)

נאָך דעם אײַנפֿאַל, קלינגט מיר אָן דזשאָו פּאַפּ און פֿרעגט זיך קודם אָן אויף יעדן אַקטיאָר באַזונדער און צום סוף גיט ער אַ זאָג:

"אַגבֿ, איך וויל איר זאָלט זיך רופֿן 'יוסף פּאַפּ־ייִדישער טעאַטער,’ און איך טו עס בכּיוון. ערשטנס, וועט איר מיט מײַן נאָמען נישט פֿאַרפֿאַלן ווערן. עס וועט אײַך גוט דינען בײַם עפֿענען טירן. צווייטנס, זאָלסטו וויסן זײַן, אַז איר דאַרפֿט קודם שטיין אויף די אייגענע פֿיס און נישט פֿאַרלאָזן זיך אויף מיר.

טעאַטער
פֿון יעקבֿ בר־און (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
אַנאַבעלאַ

אין גיכן וועט מען קענען זען אַנאַבעלאַן, די פֿירנדיקע אַקטריסע פֿון "ייִדישפּיל"־טעאַטער, אין דער ראָלע פֿון מאַדאַם ראָזען אין "ווער איז ווער" — די נײַע פֿאָרשטעלונג פֿונעם טעאַטער, לויט סאַמי גראָנימאַן, דער באַוווּסטער מחבר פֿון דער מוזיקאַלישער פּיעסע "שלמה־המלך ושלומי הסנידלר". ס׳איז איבעריק צו זאָגן, אַז די זאַפֿטיקע קאָמישע ראָלע פֿון דער האָטעל־באַלעבאָסטע, איז וווּנדערלעך צוגעפּאַסט צו דעם פֿילפֿאַרביקן כאַראַקטער פֿון דער שוישפּילערין. ווי עס דריקט זיך אויס שמואל עצמון: "צוגעפּאַסט פּונקט צו דער מאָס".

ייִדיש־וועלט, טעאַטער
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
יסוף פּאַפּ

אָנהייב אָקטאָבער 1992 האָט צו זיבעציק יאָר אויסגעהויכט זײַן נשמה דער וועלט־באַרימטער אימפּרעסאַריאָ יוסף (דזשאָו) פּאַפּ, גרינדער פֿון ניו־יאָרקער שעקספּיר־פֿעסטיוואַל־פּאָבליק־טעאַטער, פּראָדוצירער פֿון גרויסע בראָדוויי-שלאַגערס; דער מענטש, וואָס האָט אײַנגעפֿירט שעקספּירס פּיעסעס אין ניו־יאָרקער צענטראַל־פּאַרק, אויפֿגעשטעלט אויף אייגענער האַנט דעם פּאָבליק־טעאַטער אין דער געבײַדע וווּ אין די פֿופֿציקער יאָרן האָט עקזיסטירט דער "האַיאַס," און וווּ עס רוכעוועט זיך ביזן הײַנטיקן טאָג דאָרט פֿון אינאָוואַציעס און עקספּערימענטאַלער טעאַטער־קונסט.

טעאַטער
פֿון פּעסיע פּאָרטנוי (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
"אַ וואַרעמע משפּחה"

צוויי חבֿרטעס, ענת (אַנאַט) גאָב און עדנה מאַזיאַ, די "בעסטע חבֿרטעס", ווי ס׳רופֿט זיך טאַקע איינער פֿון זייערע פֿאַרגאַנגענע בשותּפֿותדיקע ספּעקטאַקלען, האָבן איצט פֿאָרגעשטעלט אַ שפּאָגל נײַע אויפֿפֿירונג — "אַ וואַרעמע משפּחה" הייסט זי — וואָס נאָך דער פֿײַערלעכער פּרעמיערע, איז עס נאָך איינע פֿון זייערע גרויסע הצלחות.

טעאַטער
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן
גאָלדע טענצער

דער מאָנטרעאָלער אינטערנאַציאָנאַלער ייִדישער טעאַטער־פֿעסטיוואַל אין יוני האָט אונדז געגעבן די זעלטענע געלעגנהייט זיך צו טרעפֿן מיט אָנפֿירנדיקע פּערזענלעכקייטן פֿונעם ייִדישן טעאַטער איבער דער וועלט, און זיך באַקענען פּנים־אל־פּנים מיט זיי, אויסהערן זייערע ביאָגראַפֿיעס און געדאַנקען וועגן זייער ווערק און ווײַטערדיקער אַרבעט לטובֿת דעם ייִדישן טעאַטער און קולטור.

טעאַטער
אַ סצענע פֿון דער פֿאָרשטעלונג %#34;נישט קיין ראָזשינקעס, נישט קיין מאַנדלען%#34;, אויפֿגעפֿירט פֿון דער יוגנט־טעאַטער־גרופּע %#34;יאַ־יאַ%#34;, בײַם מאָנטרעאָלער %#34;דאָרע וואַסערמאַן ייִדיש־טעאַטער%#34;.

אין אַ היימישער סבֿיבֿה איז, פֿונעם 17טן ביזן 25סטן יוני, פֿאָרגעקומען דער ערשטער מאָנטרעאָלער אינטערנאַציאָנאַלער ייִדישער טעאַטער־פֿעסטיוואַל אינעם "סעגאַל־צענטער פֿאַר טעאַטער־קונסט". דער פֿעסטיוואַל האָט מיט זיך פֿאָרגעשטעלט איינע פֿון די וויכטיקסטע אונטערנעמונגען אין דער ייִדישער קולטור־וועלט במשך פֿון דעם יאָרצענדליק. נישט נאָר האָט מען גוט אָרגאַניזירט דעם צוזאַמענקום פֿון טרופּעס און אַלץ האָט גוט "געקלאַפּט",

טעאַטער
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
סצענע פֿון פּיעסע "אונדזער דאַמע פֿון דרום־דיוויזשן־גאַס"

פֿאַראַן אַ טעאַטערל אין ראַקלענד־קאַונטי, ניו־יאָרק שטאַט, וואָס רופֿט זיך "Penguin Theater." עס עקזיסטירט שוין איבער דרײַסיק יאָר, אַ דאַנק די צוויי ענערגישע אונטערנעמער דזשאָו בראַנקאַטאָ, אַרטיסטישער דירעקטאָר, און ענדרו האָרן, פֿאַרוואַלטער. דזשאָו בראַנקאַטאָ האָט אַ ניוך פֿאַר גוטע פּיעסעס. נישט איין מאָל האָט ער געשטעלט טעאַטראַלע אויפֿפֿירונגען אויף ייִדישע טעמעס. איך האָב זיי געזען אין מאַנהעטן און אַנדערע טעאַטערס איבער ניו־יאָרק.

טעאַטער
פֿון יעקבֿ בר־און (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
ישׂראל טרייסטמאַן

שוין צוואַנציק יאָר גיט דער סאַברע ישׂראל טרייסטמאַן אָפּ זײַן נשמה דעם "ייִדישפּיל"־טעאַטער, און איצטער זעט ער די ברכה אין זײַן פֿיל־יאָריקער אַרבעט.

צו די 50 יאָר, נאָך זײַן לעבנסראָלע זיגמונד, דעם שארית־הפּליטה אין דער פֿאָרשטעלונג "קינדער פֿון שאָטן", דערגרייכט טרייסטמאַן נאָך אַ שטאַפּל, ווען שמואל עצמון, דער דירעקטאָר פֿונעם טעאַטער, קלײַבט אים אויס, צוזאַמען מיט יעקבֿ באָדאָן, צו באַנײַען די פּיעסע "די קליינע מענטשעלעך", מיט הומאָריסטישע און סאַטירישע פֿראַגמענטן פֿון שלום־עליכם.