"מײַן חלום" — כינעזישע קינסטלער מיט פֿיזישע באַגרענעצונגען |
צוויי באַרימטע קוּנסט־פּערזענלעכקייטן האָבן אונדז לעצטנס באַזוכט: די זינגערין מאַדאָנאַ און דער זינגער־פּאָעט לעאָנאַרד כּהן. ביידע זעלטענע מײַסטערס אין זייער תּחום האָבן זיי געמאַכט אויף זייערע פֿילצאָליקע אָנהענגער אַ געוואַלדיקן אײַנדרוק סײַ וואָס שייך זייער קונסט און סײַ דעם הויכן פּרײַז אויף די בילעטן, וואָס מ׳האָט געמוזט באַצאָלן צו זען און הערן זייערע אויסדערוויילטע ליבלינגען.
אין גאַנצן אַן אַנדער קונסטצווײַג, אָן שום אָנגעהער צו די דערמאָנטע כּמעט לעגענדאַרע "סטאַרן", אויף לגמרי אַנדערע בינעס בלויז מיטן זעלבן צויבער פֿון יענע באַרימטע קינסטלער, ווערן דערוואַרט די טאַנץ־אַנסאַמבלען פֿון נאָענט און פֿון ווײַט, די באַוווּסטע כאָרעאָגראַפֿן און טאַלאַנטירטע טענצער, וואָס וועלן אויפֿטרעטן אויף די ישׂראלדיקע בינעס, כּדי אָנטייל נעמען אין דעם אינטערנאַציאָנאַלן טאַנץ־פֿעסטיוואַל "תּל־אָבֿיבֿ־דאַנס 2009".
אויף דער בשותּפֿותדיקער איניציאַטיוו פֿון יאיר ורדי (וואַרדי), לייטער פֿון סוזאַן דאַלאַל־טאַנץ־צענטער און פֿון חנה מוניץ, לייטערין פֿון דער ישׂראלדיקער אָפּערע און פֿון דעם בינע־הויז פֿאַר קונסט, וועט — פֿון 16טן אָקטאָבער ביזן 13טן נאָוועמבער — פֿאָרקומען, שוין צום דריטן מאָל אין תּל־אָבֿיבֿ, דער אינטערנאַציאָנאַלער טאַנץ־פּראָיעקט: 16 אַנסאַמבלען פֿון 9 מדינות, אײַנגעשלאָסן ישׂראל — העכער 200 טענצער און 34 פֿאָרשטעלונגען. דאָס מאָל וועלן מיר זיך אויך באַאײַנדרוקן מיט די טאַנץ־אַנסאַמבלען פֿון ווײַטן מיזרח: כינע, קאָרעע, טײַוואַן און יאַפּאַן צוזאַמען מיט אַנסאַמבלען פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן, שפּאַניע, אויסטראַליע, האָלאַנד און פֿראַנקרײַך.
אין אָט דעם קינסטלערישן פֿיל־פּנימדיקן טאַנץ־געזעמל וועלן מיר זיך באַקענען אויך מיט אַן אומגעוויינטלעכער טיף־מענטשלעכער דערשײַנונג: דאָס איז דער אויפֿטריט פֿון דעם כינעזישן וווּנדער־אַנסאַמבל, צונויפֿגעשטעלט פֿון קינסטלער מיט פֿיזישע באַגרענעצונגען; די טענצער — טויבע; די מוזיקער — בלינדע און זעט נאָר דעם וווּנדער — דאָס איז דער דערפֿאָלגרײַכסטער אַנסאַמבל אין גאַנץ כינע. דער ספּעקטאַקל "מײַן חלום", שליסט אײַן טאַנץ־אויפֿפֿירונגען, געזאַנג, אָפּערע־פֿראַגמענטן און פֿיל אַנדערע מוזיקאַלישע קאָמפּאָזיציעס. ס׳איז כּדאַי אונטערצושטרײַכן, אַז זייער אויפֿטריט וועט פֿאָרקומען אין די ראַמען פֿונעם פּראָיעקט "די כינעזישע עקספּעריענץ", ווי עס רופֿט זיך אָן דער כינעזישער קולטור־חודש אין ישׂראל; ווירקלעך, אַ זשעסט דער כינעזישער רעגירונג צו די 60 יאָר עקזיסטענץ פֿון דער כינעזישער רעפּובליק, ווי אויך איבער די פֿײַערונגען לכּבֿוד 100 יאָר תּל־אָבֿיבֿ.
נישט בלויז מיט דעם קאָן מען רעזומירן די כינעזישע אָנוועזנקייט אין "דאַנס 2009"־פֿעסטיוואַל: אין דער כינעזישער אונטערנעמונג־וואָך וועט אויפֿטרעטן דער מאָדערנער באַלעט־אַנסאַמבל פֿון ביידזשין, אַ פֿאָטאָגראַפֿיע־אויסשטעלונג אין יפֿו־מוזיי און אין די קולואַרן פֿון "מישכּן", דאָס קונסטבינע־הויז; און נישט פֿאַרגעסן, אַ מוסטער פֿון כינעזישן קינאָ אין דער תּל־אָבֿיבֿער "סינעמאַטעק".
און צוריקקערנדיק זיך פֿון דער אײַנדרוקספֿולער כינעזישער פּראָגראַם, וועלן מיר זיך אָנטרעפֿן אפֿשר נישט מיט אַזאַ עקזאָטישער דערשײַנונג ווי יענע, אָבער זיכער נישט מיט קיין קלענערע קונסט־עמאָציעס: פֿון האָלאַנד — "לעצטער באַריר קודם"; כאָרעאָגראַפֿיע — פֿון באַרימטן זשירי קיליאַן און דעם טענצער־ווירטואָז מײַקל שומאַכער; די אַטמאָספֿער איז גענומען פֿון 19טן יאָרהונדערט, וואָס דערמאָנט די גראָטעסק־פּיעסעס פֿון אַנטאָן טשעכאָוו און וואָס פֿאַרנעמט זיך מיטן פּאַראַדאָקס צווישן לעבן און טויט — זאָגן די טאַנץ־קריטיקער.
דער ישׂראלדיקער בת־שבֿע־אַנסאַמבל בעת דער "הורה"־אויפֿפֿירונג |
שפּאַניע: "שוואַרצע שוואַנען" אַ הײַנטצײַטיקע קאָנצעפּטועלע טאַנץ־שאַפֿונג, וואָס פֿאַרנעמט זיך מיט די פּרימיטיווסטע חייִשע אינסטינקטן.
אויסטראַליע: "קאָנסטרוקציע" — אַ טיפֿער און נײַגעריקער אַרײַנבליק אין בוי־אַקט מיט אַ פּאַראַלעלער כאָרעאָגראַפֿיע צווישן דעם פֿיזישן בוי און דעם בוי וואָס שאַפֿט לעבן.
ישׂראל: אין די ראַמען פֿון פֿעסטיוואַל — צוויי שאַפֿונגען פֿון אהוד נאַהאַרין און דעם בת־שבֿע־אַנסאַמבל: "הורה", איינע פֿון די לעצטע דערפֿאָלגרײַכע שאַפֿונגען פֿון נאַהאַרין פֿאַר 11 טענצער, לויט דער מוזיקאַלער באַאַרבעטונג און אויפֿפֿירונג פֿון יאַפּאַנישן מוזיקער איסאַו טאָמיטאַ. די אַנדערע שאַפֿונג פֿון דעם בת־שבֿע־אַנסאַמבל — "מאַמוטאָט", וואָס איז שוין אויפֿגעפֿירט געוואָרן אויף פֿאַרשיידענע וויכטיקע פֿעסטיוואַלן איבער דער וועלט.
פֿראַנקרײַך: סטראַווינסקיס "פֿרילינג־ריטואַל" — העדי מאַאַלעם, פֿראַנצויזישער כאָרעאָגראַף פֿון אַלזשירער אָפּשטאַמונג מיט זײַן אַנסאַמבל צוזאַמענגעשטעלט פֿון 14 טענצער פֿון מערבֿ־אַפֿריקע — מאַלי, ניגעריע, סענעגאַל און בענין שאַפֿט פֿאַר זײַן "פֿרילינג־ריטואַל" אַן אַפֿריקאַנער שטאָטישע סבֿיבֿה, פֿול מיט לעבן און פֿלעכט אַרײַן אין די דינאַמישע טאַנץ־סצענעס אויך ווידעאָ־בילדער.
בײַם סוף פֿון אָט דער נישט פֿולער רשימה אומגעוויינטלעכע טאַנץ־פֿאָרשטעלונגען מוז מען דערמאָנען די וועלט־פּרעמיערע "רוסטער" — די נײַע שאַפֿונג פֿון כאָרעאָגראַף באַראַק מאַרשאַל; דאָס איז אַ טאַנץ־טעאַטער פֿאַר 12 טענצער, אַן אָפּערע־זינגערין און די ספּעציעלע באַטייליקונג פֿון דער קינסטלערין מרגלית עובד (אָבעד), דעם כאָרעאָגראַפֿס מוטער. די דאָזיקע שאַפֿונג אַנטהאַלט אַ ייִדיש־עטנישע אַטמאָספֿער מיט לעגענדעס און דערציילונגען, אינספּירירט פֿון דערפֿאַרונגגען אין נאָענטן מיזרח.