- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
זי איז אויפֿגעטראָטן אויף דער בינעלע פֿון לייוויק־הויז; נישטאָ דאָרט וווּ זיך אַ ריר צו טאָן, זי אָבער האָט פֿון דעם זיך נישט געמאַכט קיין וועזן; זי האָט געטאָן אירס: זי האָט געזונגען, מער האָט זי נישט באַדאַרפֿט. ס'איז געווען קלאָר אַז די סצענע איז איר מיליע, גיט איר בלויז אַ בינע — נישט וויכטיק די גרייס — און אַ פּובליקום — דאָס רעשט, פֿאַרלאָזט זיך אויף איר, זי וועט זיך שוין אַן עצה געבן. אַליסאַ קויִנט האַלט בײַם פֿאַרענדיקן איר דאָקטאָר־דיסערטאַציע אין האַרוואַרד־אוניווערסיטעט וועגן דער געשיכטע פֿון ייִדישן טעאַטער. זי וווינט אין פּרינסטאָן, ניו־דזשערזי, און שרײַבט פֿאַר פֿאַרשידענע ענגליש־ייִדישע צײַטונגען, צווישן זיי פֿאַרן ענגלישן Forward. די היסטאָריקער פֿון ייִדישער ליטעראַטור האָבן צומאָל צרות מיט אָפּשאַצן דעם עסטעטישן ווערט פֿון ליטעראַרישע ווערק, וועלכע זײַנען אַ מאָל געווען באַליבט בײַ דעם ייִדישן עולם, אָבער פּאַסן זיך ניט אַרײַן אין אונדזערע הײַנטיקע טעג. 90 יאָר פֿײַערט דער טעאַטער "הבימה", זינט ס׳איז אויפֿגעקומען אין מאָסקווע, אין 1917 (דאָס יאָר פֿון דער אָקטאָבער־רעוואָלוציע) דער ערשטער טעאַטער, וואָס האָט פֿאַר זיך געשטעלט אַ ציל צו שפּילן בלויז אויף העברעיִש. אַ לאַנגע געשיכטע, מיט מער אומעטיקע ווי פֿריידיקע עפּיזאָדן, איז בסך־הכּל דאָס גאַנצע האָב־און־גוטס פֿון "הבימה". אין 1926 האָט דער "הבימה" פֿאַרלאָזט דעם ראַטן־פֿאַרבאַנד און זיך שוין קיין מאָל נישט אומגעקערט צוריק. ער האָט אָבער באַזוכט מאָסקווע מיט אַ סך יאָרן שפּעטער ווי אַ העלדן פֿון אַן אַנדער צײַט און אין אַנדערע אומשטאַנדן. אין איינעם פֿון זײַנע אַרטיקלען אין "פֿאָרווערטס" האָט י. וואַרשאַווסקי (אונטער דעם פּסעוודאָנים האָט יצחק באַשעוויס געשריבן זײַנע אַרטיקלען), אַנאַליזירנדיק דעם מצבֿ פֿון ייִדישן טעאַטער אין ניו־יאָרק, פֿאַראויסגעזאָגט אים אַ ביטערן סוף. די הויפּט־סיבה דערפֿון האָט דער מחבר געזען אין דעם, וואָס דער ייִנגערער דור רעדט הײַנט נישט קיין ייִדיש, און אַז מע רעדט נישט די שפּראַך, וועלן די דיאַלאָגן פֿון דער בינע קלינגען פֿאַלש, נישט נאַטירלעך. פֿאַר אַמעריקע, האָט ער באַטאָנט, איז נאַטירלעכער צו שפּילן ייִדישן טעאַטער אויף ענגליש. הערמאַן יאַבלאָקאָוו דערציילט, אַז די “Hebrew Actors Union" (יוניאָן פֿון ייִדישע אַקטיאָרן) האָט געשטעלט אירע ערשטע טריט אין 1887, און לויט דער דאַטע איז עס איינס פֿון די עלטסטע יוניאָנס אין אַמעריקע. אין 1902 איז אַנטשטאַנען “לאָקאַל 2" וואָס האָט זיך אויסגעשיילט פֿון דער “Hebrew Actors Union," מיט איין עקסקלוסיווער יוריסדיקציע אין דער פּראָווינץ. אין 1903 האָט זיך געשאַפֿן “לאָקאַל 5," מיט דער יוריסדיקציע, ד״ה איבערזיכט, איבער די ייִדישע וואָדעוויל־הײַזער. עפּיזאָדן פֿון ייִדישן טעאַטער ווי איר ווייסט פֿון מײַנע שרײַבעכצער, האָב איך שטאַרק ליב ייִדיש טעאַטער. בײַ מיר ברעכן זיך די שענק מיט אַלערליי ייִדישע פּיעסעס וואָס אייניקע האָט מען אויפֿגעפֿירט מיט גרויס דערפֿאָלג. אַנדערע וואַרטן נאָך אויף משיחס צײַטן. איך האָף נאָר אַז עס זאָל נישט זײַן צו שפּעט. האָב איך זיך אַוועקגעזעצט און אַרײַנגעקוקט אין מײַנע שאַפֿעס וואָס ברעכן זיך מיט עפּיזאָדן פֿון אַמאָליקן ייִדישן טעאַטער, מיט זייערע גרויסאַרטיקע ייִדישע אַקטיאָרן מיט פֿאַרנעם, דראַמאַטורגן און קינסטלער. איך קאָן נישט געדענקען גענוי ווען האָט זיך עס אָנגעהויבן בײַ אונדז דער פֿוראָר פֿון די ייִדיש זינגענדיקע אָוונטן. אָבער ווען זיי האָבן זיך אָנגעהויבן איז שׂרהלע פֿעלדמאַן שוין פֿון לאַנג דאָרט געווען. דעם אמת געזאָגט, געפֿינט זי זיך שוין אויף דער בינע זינט זי איז נײַן יאָר אַלט געווען, דעמאָלט האָט זי אַנטפּלעקט דער אַמאָליקער באַוווּסטער בינע־קינסטלער בן־ציון וויטלער. זי איז געווען אַ וווּנדערקינד, נישטאָ וואָס צו רעדן! לעצטנס האָב איך זיך באַקענט מיט אַ מענטשן וואָס פּראָדוצירט, זעצט איבער און איז דער אַרטיסטישער דירעקטאָר פֿון "נפֿש־טעאַטער" אין ישׂראל. ער אַליין איז אַ קאַנאַדער, געבוירן אין וויניפּעג און שטעלט צונויף פֿאָרשטעלונגען אין העברעיִש, ייִדיש און ענגליש. ער הייסט האַואַרד ריפּ, און זינט 1983 וווינט ער אין ישׂראל וווּ ער שטעלט זײַנע פֿאָרשטעלונגען. די פּיעסע הייסט "Shlomo" (שלאָמאָ) און ס'איז אַ "מיוזיקל", וואָס באַנוצט זיך מיט שלמה קאַרלבאַכס לידער. מוזיק, נגינה, און אין צווישן, אַרײַנגעפֿלאָכטן עפּיזאָדן פֿון זײַן לעבן. דאָ אין אַמעריקע איז דאָ אַ פּיזמון וואָס האַלט אַז אַנשטאָט טרערן אויפֿן טויט פֿון אַ בר־מינן, פּראַוועט מען זײַן לעבן, פּונקט ווי מ'פּראַוועט אַ יום־טובֿ. וואָס איז די גדולה, פֿאַרשטיי איך נישט. נאָר אַזוי האָבן זיך די אַמעריקאַנער ליב אויסצודריקן. ס'איז אויך אינטערעסאַנט ווי מענטשן האָבן ליב צו פֿאַרגעטערן עמעצן נאָכן טויט. בײַם לעבן איז שלמה קאַרלבאַך געווען אַ בן־יחיד בײַ גאָט. די הויפּט־מאָטיוון אין דער מוזיקאַלישער דראַמע פֿון דניאל גלאַי "וואָס, ער לעבט נאָך?" — איז אָן ספֿק נישט קיין געוויינלעכער נאָמען פֿאַר אַ מוזיקאַלישער שאַפֿונג. כאָטש אין דעם פֿאַל פּאַסט עס דווקא יאָ, צוליב דער פּשוטער סיבה, ווײַל אויך נישט קיין געוויינלעכער איז דער דראַמאַטישער טעקסט, וואָס דינט ווי אַן יסוד צו דער מוזיקאַלישער פּאָעמע. נאָר ביידע, סײַ דעם טיטל, סײַ דעם טעקסט האָט דער קאָמפּאָזיטאָר דניאל גלאַי אויסגעוויילט פֿאַר זײַן נײַער אויסנעמלעכער שאַפֿונג, לעצטנס אויסגעפֿירט געוואָרן צום ערשטן מאָל אינעם מוזיקאַלישן צענטער "פֿעליציאַ בלומענטאַל" אין תּל־אָבֿיבֿ. אַזוי האָט זיך שוין באַקומען, אַז הײַיאָר האָבן צוויי טעאַטערס אין ניו־יאָרק, "חבֿרים" און "די פֿאָלקסבינע", געעפֿנט זייער סעזאָן מיט דער זעלבער פּיעסע — "די כּתובה" פֿון אפֿרים קישוֹן. וואָס זשע האָט געבראַכט די צוויי טעאַטערס, פֿאַרשידענע לויט זייער געשיכטע, עסטעטיק, שפּראַך און אַנדערע גרעסערע און קלענערע פּרטים, וואָס איז נישט אָפּצוטיילן פֿון דעם באַגריף טעאַטראַלע קונסט, אַזוי ווי איך בין קילאָמעטערס ווײַט פֿון פֿילאָסאָפֿישע טראַקטאַטן; נישט נאָר פֿון די גריכישע, נאָר אויך פֿון די אייגענע, צווישן זיי — ברוך (בענעדיקט) שפּינאָזאַ — דעם גערודפֿטן, דעם אויסגעוואָרצלטן און פֿאַרטריבענעם פֿון דער ייִדישער קהילה אין אַמסטערדאַם. דער אמת איז, אַז עס איז גאַנץ אוממעגלעך צו פֿאַרשטיין דעם פּראָצעס פֿון געדאַנקען־גאַנג און פֿילאָסאָפֿישע אויספֿירן פֿון אַזאַ דענקער ווי ברוך שפּינאָזאַ נישט וויסנדיק פֿון וואַנען ער שטאַמט, ווער ער איז, |