טעאַטער
סצענע פֿון דער פֿאָרשטעלונג "נײַ־ירושלים"
סצענע פֿון דער פֿאָרשטעלונג "נײַ־ירושלים"

אַזוי ווי איך בין קילאָמעטערס ווײַט פֿון פֿילאָסאָפֿישע טראַקטאַטן; נישט נאָר פֿון די גריכישע, נאָר אויך פֿון די אייגענע, צווישן זיי — ברוך (בענעדיקט) שפּינאָזאַ — דעם גערודפֿטן, דעם אויסגעוואָרצלטן און פֿאַרטריבענעם פֿון דער ייִדישער קהילה אין אַמסטערדאַם. דער אמת איז, אַז עס איז גאַנץ אוממעגלעך צו פֿאַרשטיין דעם פּראָצעס פֿון געדאַנקען־גאַנג און פֿילאָסאָפֿישע אויספֿירן פֿון אַזאַ דענקער ווי ברוך שפּינאָזאַ נישט וויסנדיק פֿון וואַנען ער שטאַמט, ווער ער איז, זײַן לעבנסוועג, זײַן פּערזענלעכקייט און סבֿיבֿה, וואָס די זאַמלונג פֿון זײַנע ווערק איז דער רעזולטאַט פֿון זײַנע פֿילאָסאָפֿישע איבערצייגונגען.

וועט איר דאָך בײַ מיר פֿרעגן, היתּכן? וואָס אין מיטן דר׳ינען דרשן איך דאָ וועגן שפּינאָזאַן?

איז דער תּירוץ אַזאַ. איך האָב זיך אַרײַנ­געכאַפּט אין טעאַטער, וווּ דער "קלאַסיק־סטיידזש קאָמפּאַני" שטעלט אַ העכסט גע­לונ­גענע פֿאָרשטעלונג אונטערן קעפּל: "נײַ־ירושלים" (New Jerusalem). די פּיעסע באַ­האַנדלט שפּינאָזאַס געדאַנקען־גאַנג און דער עיקר, דעם חרם, וואָס די ייִדישע קהילה האָט אויף אים אַרויפֿגעלייגט אין יאָר 1656. איז לאָמיך אָנהייבן פֿון סאַמע אָנהייב.

בורך שפּינאָזאַ איז געבוירן געוואָרן אין אַמסטערדאַם דעם 24סטן נאָוועמבער 1632. שפּינאָזאַס עלטערן זײַנען געווען אַנוסים, וואָס זײַנען אַנטלאָפֿן קיין האָלאַנד און דאָרט צוריק געוואָרן ייִדן. זײַן פֿאָטער, מיכאל ד׳שפּינאָזאַ, איז געווען איינער פֿון די פֿירער פֿון דער ספֿרדישער קהילה אין אַמסטערדאַם.

ברוך שפּינאָזאַ איז געווען דער באַגרינדער פֿון מאָדערנעם פּאַנטעיִזם — דער גלויבן, אַז גאָט פֿיגורירט נישט אין קיין מענטשלעך געשטאַלט, נאָר אַז דער עקזיסטירנדיקער אוניווערס, מיט אַלע זײַנע געזעצן און דער ענערגישער קראַפֿט, מאַניפֿעסטירט זיך אין גאָט. דאָס הייסט, אַז גאָט איז דער גאַנצער אויסדרוק פֿון אַלץ און פֿון אַלעם. שפּינאָזאַ איז געווען אַן עילוי. ער האָט געלערנט אין דער אַמסטערדאַמער ישיבֿה "עץ חיים". דאָ האָט ער געלערנט נישט נאָר תּנ״ך נאָר אויך די גמרא, און זיך אויך באַקענט מיט די ייִדישע חקירה־ספֿרים ווי די פּירושים פֿון רבי אַבֿרהם אבן עזראַ און אויך רמב״מס "מורה נבֿוכים". ער האָט זיך אויך אַרײַנגעטאָן אין "קבלה יוונית" (גריכישער מיסטיציזם), וואָס האָט געהאַט אַ סך אָנהענגער אין די דעמאָלדיקע אינטעלעקטועלע ספֿרדישע קרײַזן. דערצו האָט ברוך זיך אַרײַנגעוואָרפֿן אין דער חקירה פֿון אַלגעמיינעם וויסן, און אָנגעהויבן שטודירן לאַטײַן, וואָס איז אין יענער צײַט געווען די שפּראַך פֿון וויסנשאַפֿטלעכע ביכער. ברוך שפּינאָזאַ האָט אויך אַרויסגעוויזן גרויס אינטערעס צו גריכיש, מאַטעמאַטיק, נאַטור־וויסנשאַפֿט און אַלגעמיינער פֿילאָסאָפֿיע.

שפּינאָזאַ איז שטאַרק באַאײַנפֿלוסט גע­וואָרן פֿון דער שיטה פֿון פֿראַנצויזישן פֿילאָסאָף דעקאַרט. ער האָט גענומען אויס­טײַטשן דעם תּנ״ך לויט באַזונדערע און אייגענע באַגריפֿן, וואָס איז נישט געווען צום האַרצן פֿון דעם קליינעם ייִשובֿ ספֿרדישע ייִדן. אַמאָליקע אַנוסים, נישט לאַנג צוריק אַנטלאָפֿענע פֿון די קריסטלעכע רדיפֿות און אינקוויזיציעס אין שפּאַניע און פּאָרטוגאַל; און דאָ, אין פֿרײַען האָלאַנד, האָט מען זיי געלאָזט צו רו. מיט אַ מאָל באַווײַזט זיך אַ ייִדישער יונגער־מאַן, ברוך שפּינאָזאַ, מיט אייגענע אײַנפֿאַלן און פּירושים אויף דער הייליקער תּורה, און מיט זײַן פֿעסטן כאַראַק­טער, אָן שום מורא, גענומען זיך טיילן מיט זײַנע חבֿרים, זיי באַקענען מיט זײַנע נײַע באַגריפֿן; דער עיקר, קעגן די יסודות פֿון דער ייִדישער אמונה.

עס האָבן זיך געפֿונען צווישן די אַמסטער­דאַמער ייִדן אויך פֿרײַדענקער, און דער גאָר־באַקאַנטער צווישן זיי איז געווען שפּינאָזאַס קרובֿ — אוריאל אַקאָסטאַ. די רבנים און פּרנסים האָבן גענומען שרעקן זיך, אַז דער יונגער־מאַן וועט נעמען פֿאַרשפּרייטן אַפּיקורסות צווישן דער יוגנט. עס האָט זיך דערוועקט צווישן די קהילה־לײַט די אַלטע שרעק, נעמלעך, אַז די קאַלוויניסטישע קירכע־טאַטעלעך וועלן דערגיין אַז ס׳דרייט זיך דאָ אַרום, צווישן די ייִדן עפּעס אַ רענעגאַט, אַן אַפּיקורס, וואָס פּרעדיקט אַן אייגענע שיטה פֿון ייִדישן גלויבן. דעריבער האָט די קאַלוויניסטישע קירכע גענומען דרוקן אויף דער ייִדישער קהילה, מען זאָל דעם 23־יאָריקן היץ־קאָפּ — אָפּשטעלן, אָדער אים לייגן אין חרם.

די רבנים און פּרנסים, בײַ וועלכע עס האָבן זיך דערוועקט יענע רדיפֿות און די אינקוויזיציעס פֿון שפּאַניע און פּאָרטוגאַל, האָבן בשום אופֿן נישט געוואָלט דערלאָזן קיין שפּרענקעלע פֿאַלן אויפֿן קריסטלעכן גלויבן, דער עיקר, נאָכגעבן דעם גלח; און האָבן גענומען די זאַך אין די אייגענע הענט אַרײַן. זיי האָבן געפֿאָדערט פֿון שפּינאָזאַן ער זאָל אויפֿהערן צו פֿאַרשפּרייטן זײַנע געדאַנקען; אָפּשטעלן די אַפּעטיטן צו דערגיין דעם זינען פֿון לעבן און גלויבן, צוליב דער סכּנה וואָס קאָן לויערן איבער די ייִדישע קעפּ. אָבער ברוך שפּינאָזאַ האָט זיך אָפּגעזאָגט און האָט עפֿנטלעך עובֿר געווען אויף די ייִדישע דינים און מצוות און דערפֿירט דערצו, אַז אין יאָר 1656 האָט מען אים געלייגט אין חרם. ער האָט זיך נישט געטאָרט באַווײַזן צווישן ייִדן. בלית ברירה, האָט ברוך געמוזט פֿאַרלאָזן אַמסטערדאַם און איבערגעריסן דעם גאַנצן קאָנטאַקט מיט די ייִדן. פֿון דעמאָלט אָן, האָט ער זיך בלויז געחבֿרט מיט קריסטן און זיך דערנערט פֿון שלײַפֿן גלעזער. און כאָטש באַרימטע אוניווערסיטעטן האָבן אים אָנגעבאָטן שטעלעס, איז ער געבליבן איזאָלירט און געשריבן זײַנע פֿילאָסאָפֿישע אָפּהאַנדלונגען, וואָס ס׳רובֿ פֿון זיי זײַנען ערשט פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן נאָך זײַן פֿרי­צײַטיקן טויט. ברוך שפּינאָזאַ איז געשטאָרבן פֿון שווינדזוכט אין האַאַג דעם 21סטן פֿעברואַר 1677.

דאָס ביסעלע פּרטים, וואָס איך האָב אײַך דאָ געבראַכט, ווערט געשילדערט אין דער פֿאָרשטעלונג "נײַ־ירושלים". דער זאַל איז געווען געפּאַקט: יונג און אַלט, פֿרויען און מענער, ייִדן און נישט־ייִדן — אַלע האָבן געשטראָמט אינעם טעאַטער צו זען און הערן, און באַוווּנדערן, דעם לעבנס־גײַסט פֿון אַ יונגן־מאַן, וועלכער האָט אין זײַן צײַט געשריבן אויף לאַטײַן זײַנע ווערק; אייניקע, אַפֿילו נישט אונטער זײַן נאָמען ווי "דער טעאָלאָגיש־פּאָליטישער טראַקטאַט". אַ טייל פֿון זײַנע ווערק האָבן אים דערוואָרבן אָנערקענונג בײַ זײַן לעבן, און אים באַרימט געמאַכט איבער דער גאַנצער וועלט.

דער עיקר, איז מען געקומען זען ווי אַזוי די ייִדישע קהילה פֿון אַמסטערדאַם ספּראַוועט זיך מיטן חרם: וואָס זײַנען געווען די מיטלען? די וויכּוחים? די אומשטענדן, וואָס האָבן דערפֿירט צו אַזאַ דראַסטישן שריט? איך האָב זיך אַרומגעקוקט און באַוווּנדערט ווי דער עולם גאַפֿט און שלינגט יעדעס וואָרט פֿון דער גלענצנדיקער פּיעסע, וואָס עס האָט אָנגעשריבן דייוויד אײַווס. איך שטויס זיך אָן, אַז דער דראַמאַטורג איז נישט קיין ייִד, און פֿאָרט איז ער פֿאַרכאַפּט געוואָרן פֿונעם פּראָצעס וואָס מיר רופֿן אָן חרם.

דייוויד אײַווס גיט איבער, אַז ווען ער איז געווען אין "יעיל דראַמאַ־סקול" האָט ער באַשלאָסן צו לייענען שפּינאָזאַס אַ בוך. ער האָט אַבסאָלוט גאָרנישט געוווּסט וועגן דעם פֿילאָסאָף. יעדן טאָג האָט ער געלייענט אַ קאַפּיטל, דערציילט ער, ווײַל נאָך אַלעמען — שפּינאָזאַ איז נישט איינער פֿון די לײַכסטע פֿילאָסאָפֿן צו פֿאַרדײַען, דערציילט ער ווײַ­טער. ווען מיט אַ פּאָר יאָר צוריק האָט ער זיך אָנגעשטויסן אויף אַ פּשוטער פֿראַגע, וואָס מען האָט געשטעלט אײַנשטיינען ווען יענער איז שוין געווען אין די אַריכת־ימים — צי ער גלייבט אין גאָט? האָט אײַנשטיין געענטפֿערט, אַז ער גלייבט אין שפּינאָזאַס גאָט. דאָ האָט זיך דער מחבר צוריק אײַנגע­שפּאַרט און אַוועק רעווידירן אויף דאָס נײַ שפּינאָזאַן. ער האָט זיך דערטראַכט, אַז דער חרם אַליין קען פֿאַרפֿאַסט ווערן אַזוי דראַמאַטיש, אַז פֿון דעם קאָן אַרויסשפּרינגען אַן אינטערעסאַנטע פּיעסע. איבערהויפּט האַלט ער, אַז שפּינאָזאַס חרם איז איינס פֿון די דעפֿיניטיווע אין אונדזער ציוויליזאַציע. עס האָט אים דערמאָנט אין דעם משפּט איבער סאָקראַטעסן, גאַלילעאָן און יעזוסן. מען האָט דעם דראַמאַטורג געשטעלט אַ פּאָר פֿראַגעס:

"עס זײַנען אין די לעצטע יאָרן דערשינען אַזוי פֿיל ביכער וועגן גלויבן און גאָט, צווישן זיי: ׳דער סוף פֿון גלויבן!, ׳די גאָט אילוזיע׳, ׳גאָט איז נישט מעכטיק׳, ׳גאָט איז טויט׳, ׳דער געמפּלטער גאָט׳ — וווּ מען שילדערט גאָט אין מענטשלעכע אַטריבוטן; ווי אַ פּערזענלעכן גאָט. וועט דער גלויבן אין גאָט אונטערגיין?"

"או־וואַ! דאָס צו ענטפֿערן וועט מיר נעמען אַ וואָך צײַט. לאָמיך קודם־כּל אײַך לאָזן וויסן, אַז איך בין דערצויגן געוואָרן ווי אַ קאַטאָליק פֿון זייער אַן אָרטאָדאָקסיש פּויליש־קאַטוילישער טראַדיציע, און איך האָב זיך געגרייט צו ווערן אַ גלח. זיכער ווייס איך אינטים ווי די רעליגיע קען פֿאַרפֿירן. ווי באַקוועם מען פֿילט זיך מיט אַ פּער­זענלעכן גאָט. איך בין גוט באַקאַנט מיט דער משפּחהדיקייט פֿון אַ סבֿיבֿה, און ווייס, אַז די טראַדיציע שפּילט אַ גרויסע ראָלע. איך פֿאַרשטיי דעם עקסטאַז פֿון גאָטעסדינסט. איך האָב אָבער פֿאַרלאָזט דעם גלויבן און דעם מענטשן, וואָס איך בין אַמאָל געווען. וועט רעליגיע אָנגיין אַזוי ווי זי איז אונדז באַקאַנט? דערבײַ מוז איך דערמאָנען די רעזולטאַטן פֿון רעליגיע אין דער צײַט פֿון די קרייצוגן, דער אינקוויזיציע, איסלאַמישע זעלבסטמאָרד־אויפֿ­רײַסן מיט די אַמאָליקע מענטשלעכע שעכט־הײַזער". און ווײַטער זאָגט ער:

"אויב רעליגיע איז אַזוי גיפֿטיק, ווי קאָן עס אויך זײַן גינסטיק? פֿאַר מיר איז רעליגיע בכלל קיין סיבה נישט. עס דערמעגלעכט די אומשטענדן צו רעאַגירן. און דאָס קאָן מען צושרײַבן צו יעדער רעליגיע. די נאַצי־פּאַרטיי האָט געקאָנט עקזיסטירן אין דײַטשלאַנד ווי אַ קולט; דעם אַנטיסעמיטיזם וואָלט מען דאָ און דאָרט דערמאָנט. גיב צו דעם צו די באַליידיקונג פֿון דער ערשטער וועלט־מלחמה און די שרעקלעכע יאָרן פֿון דער עקאָנאָמישער דעפּרעסיע, אַרײַנגערעכנט הונגער און אַרבעטסלאָזיקייט, וואָס דאָס איז געווען די סיבה פֿונעם חורבן. די עיקר־פּרינציפּן פֿון "מײַן קאַמף" איז די דײַטשן שטאַרק צונוץ געקומען; איך צווייפֿל אָבער, אַז דאָס וואָלט געקאָנט ברענגען צו אַזעלכע שרעקלעכע סך־הכּלען. ווען איך לייען וועגן די סכּנות פֿון איסלאַמאָ־פֿאַשיזם, זע איך דעם אַלטן מערבֿדיקן ראַסיזם און קסענאָפֿאָביע. בערטאָלד ברעכט האָט געזאָגט: ׳קודם קומט דאָס עסן און נאַכער — דער מאָראַל׳."

דער דראַמאַטורג גייט ווײַטער. אָבער איך שטעל זיך פֿאָר, אַז ער זעט דעם גאַנצן שפּינאָזאַ־ספּעקטאַקל, דער עיקר, פֿון אַ נישט־ייִדישן קוק־ווינקל. ס׳איז גוט געשריבן. די פּיעסע האָט זייער פֿאַכמעניש רעזשיסירט וואָלטער באַבי. עס נעמען אָנטייל בסך־הכּל זיבן אַקטיאָרן. די ראָלע פֿון ברוך שפּינאָזאַ שפּילט אויסגעצייכנט, מיט יוגנטלעכן ברען, ענטוזיאַזם און איבערצײַגונג — דזשערעמי סטראָנג. דעם פֿאַרטרעטער פֿון דער קירך, אַב­ראַהאַם וואַן וואַלקענבורג, שפּילט דייוויד גאַריסאָן. זײַן ראָלע איז טיכטיק און אויס­געהאַלטן. די ראָלע פֿונעם רבֿ פֿון אַמסטער­דאַם, שאול לוי מאָרטעראַ, שפּילט ריטשאַרד איסטאָן, עכט און באַגלייביק. און לאָמיך דאָ דערמאָנען, אַז איך בין געווען שטאַרק אויפֿגעלייגט ווען איך האָב דערזען פֿײַוויש פֿינקלס פּנים; דאָס מאָל — ערנסט, מיט פֿאָדערונג, אין שליחות ווי איינער פֿון די פּרנסים. ער האָט דאָס אמתע ייִדישע פּנים. און כאָטש מיר קענען אים פֿון דער ייִדישער בינע, פֿילמען און טעלעוויזיע, ווײַזט זיך גאָר אַרויס, אַז ער קען די מלאָכה. ער קען דערלאַנגען די אמתע סחורה, באַגלייביק און טיכטיק ווי עס פּאַסט פֿאַר אַ ייִדישן אַקטיאָר.

פֿאַרפֿעלט נישט די פֿאָרשטעלונג, וואָס ווערט אויפֿגעפֿירט אין "קלאַסיק־סטיידזש קאָמפּאַני", אויף דער דרײַצנטער גאַס — צווישן דריטער און פֿערטער עוועניוס. קלינגט: 4210־677 (212).