טעאַטער
וואָס, ער לעבט נאָך?
וואָס, ער לעבט נאָך?

די הויפּט־מאָטיוון אין דער מוזיקאַלישער דראַמע פֿון דניאל גלאַי

"וואָס, ער לעבט נאָך?" — איז אָן ספֿק נישט קיין געוויינלעכער נאָמען פֿאַר אַ מוזיקאַלישער שאַפֿונג. כאָטש אין דעם פֿאַל פּאַסט עס דווקא יאָ, צוליב דער פּשוטער סיבה, ווײַל אויך נישט קיין געוויינלעכער איז דער דראַמאַטישער טעקסט, וואָס דינט ווי אַן יסוד צו דער מוזיקאַלישער פּאָעמע. נאָר ביידע, סײַ דעם טיטל, סײַ דעם טעקסט האָט דער קאָמפּאָזיטאָר דניאל גלאַי אויסגעוויילט פֿאַר זײַן נײַער אויסנעמלעכער שאַפֿונג, לעצטנס אויסגעפֿירט געוואָרן צום ערשטן מאָל אינעם מוזיקאַלישן צענטער "פֿעליציאַ בלומענטאַל" אין תּל־אָבֿיבֿ.

די יעניקע וואָס די מוזיקאַלישע שאַפֿונג פֿון דניאל גלאַי איז זיי נישט פֿרעמד, האָבן מן־הסתּם אויך באַמערקט די קלאָרע נייגונג פֿון קאָמפּאָזיטאָר זיך אָפּצוגעבן מיט דראַמאַטישע ייִדישע טעקסטן און זיי אָנטאָן אַ מוזיקאַלישן לבֿוש. אַזאַ איז געווען "אין מלכות פֿון צלם", די אַפּאָקאַליפּסישע פּאָעמע, געשריבן אויף ייִדיש פֿון אורי־צבֿי גרינבערג, וואָס גלאַי האָט פֿאַרוואַנדלט אין אַ מוזיקאַלישער דראַמע פֿאַר אָרקעסטער, סאָפּראַנאָ און פֿאָרלעזונג אויף העברעיִש און ייִדיש.

ענלעך צו דער פֿאָרעם זעט אויס די שאַפֿונג פֿון דער איצטיקער פּאָעמע "וואָס, ער לעבט נאָך?". אויך דאָ דינט דער דראַמאַ­טישער טעקסט ווי אַן אינספּיראַציע צו דער מו­זי­קאַלישער קאָמפּאָזיציע, וואָס ווערט דער­גענצט דורך דעם קליינעם אָרקעסטער, דאָס געזאַנג און די פֿאָרלעזונג, דאָס מאָל בלויז אויף ייִדיש. נאָר דאָ שטעקט טאַקע דער גאַנצער אונטערשייד: דער אויפֿטרייס­לענדיקער טעקסט. גלאַי באַנוצט זיך מיט די דערשיטערנדיקע אויסצוגן פֿון די ביכער, וואָס דער שרײַבער צבֿי כּנר האָט געשאַפֿן דאָ אין לאַנד, אין וועלכע ער באַשרײַבט זײַנע איבערלעבונגען אין די קאָנצענטראַציע־לאַגערן, וווּ ער איז געווען פֿאַרשפּאַרט בעתן חורבן אין זײַנע ייִנגלישע יאָרן.

14 אויסצוגן, פֿון צבֿי כּנרס שאַפֿונגען שטעלן פֿאָר דעם דערציילערישן טייל פֿון דער מוזיקאַלישער דראַמע. יעדער אויס­צוג איז אַ דראַמאַטישע געשעעניש פֿאַר זיך; גלאַי האָט זיי אויסגעקליבן, בעיקר, פֿון די נאָוועלן "איך און לעמעך", "אָפּגעגעבן ברויט" און "אַ פֿיש האָט מיך נישט אײַנגעשלונגען", וואָס דער אַקטיאָר ישׂראל טרייסטמאַן האָט פֿאָרגעלייענט אָן אַ טראָפּן פּאַטאָס און דערגרייכט אַזוי אַרום דעם ריכטיקן דראַמאַטישן עפֿעקט. די שוידערלעכע שילדערונגען נייטיקן זיך נישט אין קיין שום פֿאַרבלענדערישע טעאַטראַלע צוגאָבן.

פֿאַר גלאַיען, דעם קאָמפּאָזיטאָר, איז וויכטיק, אַז די מוזיק וואָס ער האָט געשאַפֿן צו אָט דער ספּעציפֿישער מוזיקאַלישער דראַמע, זאָל אײַנשליסן די יסודות, וואָס כאַראַקטעריזירן זײַנע אייגענע מוזיקאַלישע שאַפֿונגען און זײַנען אים אַזוי נאָענט צום האַרצן: קלעזמער־מוזיק, חזנות, מאָדערנע מוזיק און אפֿשר וואָלט געווען פּאַסיקער דאָס צו באַצייכענען מיטן אַרומנעמיקן נאָמען — ייִדישע מוזיק.

אויך דער אויסוואַל פֿון די מוזיקער איז אַ וויכטיקער בײַטראָג צום שטאַרקן עפֿעקט וואָס די מוזיקאַלישע דראַמע דער­וועקט: דניאל האָפֿמאן שפֿילט דאָ דעם פֿידל אין דעם קלעזמערישן סטיל, און פֿאַרמעסט זיך אין געוויסע מאָמענטן מיט דער הײַנטצײַטיקער קינסטלערישער טעכ­נאָלאָגיע; די לוטע אין די הענט פֿון מוזיקער גרשון ווײַסערפֿירער דערמאָנט מיט איר קלאַנג אַ געמיש פֿון באַלקאַניש־ציגײַנערישער מוזיק און, אויב מ'גייט נאָך ווײַטער, ליגן דאָרט אײַנגעוואָרצלט די קלעז­מער־טראַדיציעס, ווי עס דערמאָנט ריכטיק דער מוזיק־קריטיקער עודד אָסף; די טובע, אויך געשפּילט פֿון ווײַסערפֿירער, גיט דאָ צו איר חילוק דראַמאַטישקייט; די פּיאַנע און אויך פֿון צײַט צו צײַט דער אַקאָרדעאָן דערגענצן דעם אינסטרומענטאַלן טייל פֿון דער שאַפֿונג. צו דעם מוז מען צוגעבן דעם בײַטראָג פֿון דעם טענאָר ישׂראל ראַנד, וועלכער באַהערשט אויסגעצייכנט דעם חזונישן געזאַנג פֿון אַשכּנזישן נוסח.

דער טיפֿער אײַנדרוק וואָס עס לאָזט איבער אָט די דראַמאַטיש־מוזיקאַלישע שאַפֿונג אויפֿן צושויער, קאָן זיך לײַכט נישט פֿאַרגעסן און באַגלייט אונדז נאָך אַ לאַנגע, לאַנגע צײַט.