- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
ווען כ'האָב אײַנגעלאַדן אַ חבֿרטע צו גיין זען אין "קאַמרי"־טעאַטער "טויט פֿון אַ קאָמיוואָיאַזשאָר" פֿון אַרטור מילער — האָט זי מיר אָפּגעזאָגט, זאָגנדיק, "כ'האָב דאָך עס שוין געזען". אַוודאי האָט זי עס געזען, ווער האָט עס נישט געזען? אין ישׂראל איז דאָס זיכער די אַממיינסטנס פֿאָרגעשטעלטע פּיעסע און מסתּמא אַזוי אויך איבער דער וועלט. נאָר וואָס דען? מיט אָט דער נײַער אויפֿפֿירונג אין "קאַמרי" קאָן מען בלײַבן שטיין און זיך בפֿירוש פֿרעגן, צי זײַנען טאַקע אויף אַן אמת דורכגעלאָפֿן 60 יאָר זינט די פּרעמיערע איז פֿאָרגעקומען אין 1949? "טויט פֿון אַ קאָמיוואָיאַזשאָר" איז פֿאַרבליבן אַקטועל ווי עס איז געווען. רעציטאַציע איז אַ באַזונדערער, ספּעציפֿישער זשאַנער אין דער טעאַטער־קונסט. רעציטאַציע הייסט אויסטיילן, אינטערפּרעטירן אַ שאַפֿונג, אַ ליד אָדער דערציילונג פֿון אַ מחבר, וואָס זײַן כּוונה מוז נישט זײַן אַרויסצוברענגען זײַן יצירה דווקא אין דער פֿאָרעם פֿון רעציטאַציע, פֿון פֿירלייענען פֿאַר אַ פּובליקום. דער רעציטאַטאָר מוז אויך נישט זײַן קיין אַנסאַמבל־אַקטיאָר... אין געוויסע פֿאַלן קאָנען די ביידע זשאַנערס — טעאַטער־פֿאָרשטעלונג און רעציטאַציע־אָוונט — גיין געפּאָרט, אָבער דאָס איז נישט אומבאַדינגט נייטיק. די ייִדישע פֿאָלקס־קונסט האָט ליב פּאַוועס. יאָ, טאַקע, יענעם שיינעם פֿויגל מיט די פּרעכטיקע קאָלירפֿולע פֿעדערן אינעם וויידל. דער אימאַזש "די גאָלדענע פּאַווע" חזרט זיך איבער ווי אַ לייטמאָטיוו אין דער לירישער שאַפֿונג פֿון איציק מאַנגער; פֿאַרן פּאָעט איז זי סײַ די מוזע, סײַ דער סימבאָל פֿאַרן גורל פֿון פֿאַלק. פֿאַר אונדז אָבער, איז איצט "די גאָלדענע פּאַווע" דער אייגנאַרטיקער מוזיקאַלישער טריִאָ פֿאַר וועמען די ייִדישע מוזיק און די ייִדישע קונסט־לידער דריקן אויס זייער מוזיקאַלישע עקזיסטענץ־באַרעכטיקונג. אַנאַבעלאַ איז אַ באַקאַנטער נאָמען אויף דער ייִדישער טעאַטער־בינע אין ישׂראל. איר בינע־טעטיקייט דאַרף פֿאַרטיילט ווערן אויף צוויי פּעריאָדן — איין תּקופֿה אין רומעניע, שפּעטער אין ישׂראל אין פֿאַרשיידענע ייִדישע טעאַטערס, און די צווייטע תּקופֿה, אפֿשר די וויכטיקסטע — אין "ייִדישפּיל־טעאַטער" אין תּל־אָבֿיבֿ אין די לעצטע 15 יאָר. אַנאַבעלאַ, אָדער ווי איר ריכטיקער נאָמען — חנה־בלימע קעלנער, איז געבוירן געוואָרן אין רומעניע נאָכן אויסברוך פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה. געווען איז דאָס פֿאַר דער מלחמה. די געבײַדע פֿון אונדזער קיִעווער ייִדישן טעאַטער, וואָס האָט זיך געפֿונען אויפֿן קרעשטשאָטיק, דער הויפּט־גאַס פֿון דער שטאָט, האָט געהאַלטן אין איין רעמאָנטירט ווערן. האָבן מיר דערווײַל געשפּילט בשכנות, אינעם געוועזענעם קולטור־הויז פֿאַר בויערס. דער דאַך פֿון אָט דעם קולטור־צענטער איז געווען אַ לעכערדיקער, און ווען ס׳פֿלעגט אָנהייבן רעגענען... הכּלל, מען האָט געשפּילט אַבֿרהם גאָלדפֿאַדענס "שולמית" — די טאָכטער פֿון ירושלים — די האַנדלונג פֿון וועלכער ס׳קומט פֿאָר אין די אוראַלטע צײַטן. מיר דערנענטערן זיך שוין צום יום־טובֿ פּסח און די הכנות זענען שוין אין פֿולן שוווּנג. דורות לאַנג האָט ער אונדז אָנגעפֿילט מיט אַ געפֿיל פֿון פֿרייד און דערוואַרטונג, סײַ צוליב דעם אָנקום, נאָך דעם קאַלטן, טריבן און פֿראָסטיקן ווינטער, פֿון די וואַרעמע אָנגענעמע פֿרילינג־טעג, און סײַ צוליב די רוחניותדיקע, גײַסטיקע עלעמענטן, צוזאַמען מיט די גשמיותדיקע ריחות פֿון די באַטעמטע פּאָטראַוועס, וואָס ער ברענגט אין אונדזער יערלעכן, טאָג־טעגלעכן קאַלענדאַר. אינעם אַקטיאָרן־פּערסאָנאַל פֿון "ייִדישפּיל־טעאַטער" אין תּל־אָבֿיבֿ פֿאַרנעמט מאָניקאַ אַ באַזונדערן, חשובֿן פּלאַץ. מאָניקאַ באַזיצט אייניקע אייגנשאַפֿטן און מעלות וואָס שטרײַכן אונטער איר קינסטלערישע פּערזענלעכקייט ווי אַן אַקטריסע און זינגערין. זי איז זייער אַ שיינע און רעפּרעזענטאַטיווע פֿרוי, זי האָט אַ גלענצנדיקע, גוט־אויסגעשולטע שטימע, אַ פּרעכטיקע דיקציע, און, ווי זאָגט מען עס בײַ אונדז, ייִדן — "אַ מויד, אַ ברען". ווען איך בין אין 1933 אָנגעקומען אינעם מאָסקווער ייִדישן טעאַטראַלן טעכניקום האָט מאַניע קאַרלאָס געהאַלטן אים בײַם פֿאַרענדיקן און צוזאַמען מיט אַנדערע גראַדואַנטן געגרייט די ערשטע פֿאָרשטעלונגען פֿאַרן קינפֿטיקן ביראָבידזשאַנער ייִדישן טעאַטער, וועלכער האָט זיך אָרגאַניזירט אויף דער באַזע פֿון זייער אַרויסלאָז־קורס. דער אָנפֿירער פֿונעם קורס, דער רעזשיסאָר אפֿרים לויטער, האָט געהאַלטן בײַם פֿאַרענדיקן די אַרבעט איבער ניקאָלײַ פּאָגאָדינס באַוווּסטער פּיעסע וועגן אונדזערע מיטצײַטלער "מײַן פֿרײַנד". ווען די מחברטע אילת וואַלדמאַן האָט אָנגעשריבן אין אַן עסיי, אַז זי האָט מער ליב איר מאַן ווי אירע קינדער, האָט די ווײַטערדיקע דיסקוסיע און קאָנטראָווערסיע געהאָלפֿן צו פֿאַרשפּרייטן איר נאָמען אין דער הײַנטיקער ליטעראַרישער געזעלשאַפֿט. אַפֿשר ווי אַן ענטפֿער צו אירע קריטיקער האָט זי אָנגעשריבן אַ רירנדיקן ראָמאַן "Love and Other Impossible Pursuits" [ליבע און אַנדערע אוממעגלעכע שטרעבונגען] אין וועלכן די ייִדישע הויפּט־העלדין, עמיליע, פֿאַרלירט אַן עופֿעלע אַ וואָך נאָך דעם, ווי עס ווערט געבוירן. די טראַגישע אַבֿדה נעמט איבער איר לעבן און צעשטערט די באַציִונג צווישן איר און איר מאַן. אין די חרדישע קרײַזן נעמט מען ערנסט אויף דעם ענין "קול אישה" — אַז אַ מאַנסביל טאָר נישט הערן ווי אַ פֿרוי זינגט. בײַ די מאָדערנע פּוסקים איז דאָ אַ חילוקי־דעות, צי דער פֿאַרווער איז אויך חל אויף אַ רעקאָרדירט קול, וווּ מע קען נישט זען די זינגערין, אָדער אויף סיטואַציעס ווען פֿרויען זינגען צוזאַמען מיט מענער ווי, למשל, בײַ די שבתדיקע זמירות אָדער בײַם דאַווענען אין שיל. פֿונדעסטוועגן, שאַפֿט "קול אישה" אַ שטיקל פּראָבלעם פֿאַר די פֿרויען, וועלכע האָבן שטאַרק ליב צו זינגען און האָבן אַ טאַלאַנט דערצו. אַלץ איינס — "אַ חלום אין אַ זומער־נאַכט", צי אַ "זומער־נאַכט־חלום", די קאָמעדיע פֿון וויליאַם שעקספּיר ווערט נאָך אַ מאָל אויפֿגעפֿירט בײַ אונדז אין ישׂראל, דאָס מאָל אונטער דער רעזשי פֿון רינה ירושלמי. "אַ זומער־נאַכט־חלום", וואָס איז געשאַפֿן געוואָרן מיט העכער 400 יאָר צוריק, איז נישט ווי אַלע קאָמעדיעס, אויב מען באַציט זיך צו דעם אָן חכמות, און מען טראַכט זיך נישט צו פֿיל אַרײַן אין אירע פֿאַרבאָרגענע מיינען. אין אַזאַ פֿאַל איז דער "חלום..." אַזאַ שפּיל, וואָס קומט פֿאָר אין צוויי באַזונדערע רוימען — דער פּאַלאַץ, |