- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
דער ייִדישער קיום אין רוסלאַנד הײַנט איז אַן ענין פֿון פֿאַרשידנאַרטיקע וויכּוחים צווישן סאָציאָלאָגן, דעמאָגראַפֿן, פּאָליטאָלאָגן. זייערע אײַנדרוקן און אויספֿירן זײַנען סתּירותדיק׃ פֿון איין זײַט, זײַנען ייִדן די סאַמע פּריווילעגירטע נאַציאָנאַלע מינאָריטעט אינעם לאַנד. ייִדן געהערן צו אַלע בראַנזשעס פֿון דער רוסישער עליט. זיי זײַנען אין דער רעגירונג, קולטור, וויסנשאַפֿט, צווישן די רײַכסטע בירגער. פֿון דער אַנדערער זײַט, זײַנען די אָביעקטיווע דעמאָגראַפֿישע אויסזיכטן אויף דער צוקונפֿט פֿונעם רוסישן ייִדנטום ווי אַן עדה, זייער קליין. אין משך פֿון איין טאָג — דעם 26טן מײַ 2009 — איז ייִדיש געווען די מדינה־שפּראַך אין ישׂראל. אַזוי איז אויסגעקומען. מ’האָט זי געצערטלט, זי באַשאָנקען מיט לויבגעזאַנגען ביזן הימל און זי דערהויבן צו דער קאַטעגאָריע פֿון אַן אויסגעוויילט לשון. אין מיטן דעם שטראָם פֿון צוקער־זיסע ווערטער האָט זיך געוואָלט אויסשרײַען: נישט קיין לויבווערטער זײַנען מיר אויסן, אַלץ וואָס איר קאָנט זאָגן וועגן ייִדיש ווייסן מיר פֿון אויסנווייניק אַליין, לאָמיר רעדן תּכלית — וואָס זענט איר גרייט צו טאָן לטובֿת ייִדיש?ווי אַזוי קענט איר דערגרייכן, אַז מיט דער שפּראַך וואָס איר אַליין באַצייכנט ווי אַן אוניקום, וואָס האָט נישט זײַנס גלײַכן אין דער וועלט זאָל טאַקע געשען דער נס פֿון ווידער־אויפֿלעבונג? פֿונעם 17טן יוני ביזן 25סטן יוני 2009 וועט פֿאָרקומען אַ היסטאָרישער צוזאַמענטרעף אין מאָנטרעאָל, קאַנאַדע, פֿון כּמעט אַלע ייִדישע טעאַטערס אויף דער וועלט. די טעאַטערס זענען בפֿירוש טרופּעס וואָס שפּילן אויף דער ייִדישער שפּראַך, נישט סתּם אויף ייִדישע טעמעס אין פֿאַרשיידענע לשונות. עס וועלן זיך באַטייליקן טעאַטערס פֿון פּוילן, ישׂראל, רומעניע, פֿראַנקרײַך און ניו־יאָרק. דערצו וועט פֿאָרקומען אַ סימפּאָזיום וועגן דעם ייִדישן טעאַטער, לעקציעס, קאָנצערטן, פֿילמען און אויסשטעלונגען במשך פֿון דער גאַנצער וואָך. באַשיידן־בכּבֿודיק איז דורכגעפֿירט געוואָרן אינעם תּל־אָבֿיבֿער אַרבעטער־רינג דער הײַיאָריקער דערמאָנונגס־טאָג פֿון אויפֿשטאַנד אין וואַרשווער געטאָ. כּמעט נישט נייטיק אונטערצושטרײַכן די דערמאָנטע כאַראַקטער־שטריכן; אייגנטלעך, זײַנען זיי דאָך די בולטסטע אייגנשאַפֿטן פֿון אָט דער דערפֿאַרענער באַוועגונג. אָן דער אָנוועזנהייט פֿון ספּעציעלע געסט, זײַנען געקומען צום אויסדרוק טאַקע אירע אייגענע סאַמע עיקרדיקע פֿאָרשטייער, אין שפּיץ מיט שורע גרינהויז־טורקאָוו, וועלכע האָט מיט איר באַקאַנטער פֿעיִקייט אָנגעפֿירט מיט דער טרויער־פֿאַרזאַמלונג. דער מאָסקווער ייִדישער טעאַטער "שלום" איז פֿאַראַיאָרן געוואָרן 20 יאָר אַלט. ס׳איז אַ היפּשער צײַט־אָפּשניט פֿאַר אַ טעאַטער. דאָס יוביליי־יאָר איז אָפּגעמערקט געוואָרן מיט די גאַסטראָלן, פּרעמיערעס, און אויך מיט אַ גרויסן פֿײַערונג־קאָנצערט אין דעם "טעאַטער פֿון עסטראַדע" אין מאָסקווע. אויף דעם קאָנצערט זײַנען זיך צונויפֿגעפֿאָרן געסט פֿון פֿאַרשיידענע שטעט פֿון רוסלאַנד און פֿון אויסלאַנד; די טעאַטער־שטערן און אָנגעזעענע אַרטיסטן פֿון דער בינע: גאָט אַליין און מײַן רעדאַקטאָר ווייסן, אַז איך האַלט זיך אָפּ פֿון שרײַבן רעצענזיעס ווען עס קומט צו אונדזער נאַציאָנאַלן ייִדישן טעאַטער — די "פֿאָלקסבינע". די סיבות זײַנען פֿאַרשיידנאַרטיקע. קודם און צום אַלעם ערשטן, ווען איך האָב הנאה פֿון אַ פֿאָרשטעלונג לויב איך זי, און ווען איך האַלט נישט פֿון דער פּיעסע, שרײַב איך גאָרנישט. דער עיקר, ווען עס קומט צו דער איינציקער בת־יחידהניצע אין ניו־יאָרק, דאָס ייִדישע טעאַטער. מ’האַלט אין איין רעדן בײַ אונדז וועגן די קירצונגען פֿאַר קונסט־אונטערנעמונגען, וואָס די ישׂראל־רעגירונג האָט בדעה אײַנצופֿירן, אָדער האָט זיי שוין אײַנגעפֿירט. דער איבערצײַגנדיקסטער תּירוץ: דער פֿינאַנציעלער וועלט־קריזיס, וואָס דערפֿירט דערצו, אַז אַלע מעגלעכע פּראָטעסטן זאָלן פֿאַרשוויגן ווערן, גלײַך ווי דאָס וואָלט געווען אַ גאָטס־זאַך און קעגן דעם האָט מען סײַ־ווי נישט וואָס צו טאָן. דאָס אַלץ איז אמת, ביז עס קומט צו דער טעמע טאַנץ, אָט דער קונסט־אויסדרוק פֿאַרנעמט בײַ אונדז די מיזרח־וואַנט אָדער, ווי מ'זאָגט עס מיט פּשוטע ווערטער — דאָס אייבערשטע פֿון שטייסל. אַז מ׳האַלט אַז דאָס ייִדישע טעאַטער איז שוין אַ ברוך דיין אמת, איז אַ סוד פֿאַר גאַנץ בראָד. נישט קיין נײַעס אויף דער ייִדישער און אויף דער אַנגלאָ־דזשויִשקער גאַס. און אַנשטאָט באַוויינען עס, מאַכט מען באַנקעטן, בענעפֿיטן, אַקאַדעמישע הספּדים. מען שרײַבט דאָקטאָראַטן און מ׳לייענט די דיסערטאַציעס פֿאַר אַ שיטערן עולם, וואָס קוואַפּעט זיך אויף אַ ייִדיש וואָרט, וואָס קוקט אויס אויף אַ טרייסט וואָרט און אויף אַ שטראַל פֿון האָפֿענונג. גיי ווייס ווי אַזוי געשעט עס, נאָר דער פֿאַקט איז, אַז דער אײַכמאַן־פֿראָצעס האָט באַגײַסטערט אַמווייניקסטנס צוויי בולטע ישׂראל־דראַמאַטורגן צו שאַפֿן, יעדער איינער באַזונדער, צוויי וויכטיקע דראַמעס אין צוזאַמענהאַנג טאַקע מיט אָט דער היסטאָרישער געשעעניש; דער ערשטער, הלל מיטלפּונקט, מיט דער דראַמע "אַנדאַ", (קאָמענטירט אין "פֿאָרווערטס"). אַנדאַ וויל אַרויסטרעטן ווי אַן עדות, כּדי איבערצוגעבן אירע שרעקלעכע איבערלעבענישן אין קאָנצענטראַציע־לאַגער, * נח פּרילוצקי (1882 — 1941) איז געווען אַן אַדוואָקאַט, ייִדיש־פֿאָרשער, פֿאָלקלאָריסט, לינגוויסט, קריטיקער, זשורנאַליסט און פּאָליטישער פֿירער פֿון די פּוילישע ייִדן צווישן די צוויי וועלט־מלחמות. שלום־עליכם האָט זיך זײַנע באַליבטע ליטעראַרישע פֿאָרמען. לייענט די בריוועלעך פֿון מנחם־מענדלען און שיינע־שיינדל, מיט די מאָנאָלאָגן פֿון טבֿיה דעם מילכיקן, פֿון יענטע דער קוראָלאַפּניטשקע, פֿון דעם כּתרילעווקער בעל־עגלה, פֿון ייִד מיטן מאָגן — און אײַך מוז זיך וואַרפֿן אין די אויגן דאָס באַזונדערע אַרטיסטישע פֿאַרגעניגן, וואָס פֿילט זיך אין יעדער שורה פֿון די דאָזיקע שאַפֿונגען. פֿאַרברעכן אָן שטראָף הײַנט צו טאָג, ווען אונדזער וועלט ברעכט זיך מיט די סאַמאָראָדנע פֿאַרברעכער, דאָס הייסט — עכטע, אַכצן־קאַראַטיקע פּאָדלע שווינדלער — וווּ איינער פֿון זיי איז דער פּסיכאָפּאַט מיידאָף, וועלכער האָט אומגליקלעך געמאַכט אַ גאַנצע ריי ייִדישע אינסטיטוציעס; באַשווינדלט בענק אין אייראָפּע, און סתּם געפֿירט אַ פֿאַרברעכערישע בוכהאַלטעריע מיט יענעמס געלטער, איז ער אָבער נישט דער איינציקער חתן אויף דער חתונה. צו איר 150סטער יאָרצײַט עליזאַ־רחל פֿעליקס (ראַשעל) איז דער ערשטער ייִדישער שטערן אין דער געשיכטע פֿון דער פֿראַנצויזישער בינע. ראַשעל האָט געמאַכט אַן איבערקערעניש אין דער שפּיל פֿון טראַגעדיעס פֿון 17טן יאָרהונדערט. בײַ זיבעצן יאָר איז דאָס ייִדישע מיידל, ראַשעל, דערשינען צום ערשטן מאָל, אויף אַ פּרוּוו, אין נאַציאָנאַלן טעאַטער "קאָמעדי פֿראַנסעז", געשאַפֿן אויפֿן באַפֿעל פֿון מלך לויִ |