טעאַטער
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
דער אַפֿיש צו דער פֿאָרשטעלונג
דער אַפֿיש צו דער פֿאָרשטעלונג

פֿאַרברעכן אָן שטראָף

הײַנט צו טאָג, ווען אונדזער וועלט ברעכט זיך מיט די סאַמאָראָדנע פֿאַרברעכער, דאָס הייסט — עכטע, אַכצן־קאַראַטיקע פּאָדלע שווינדלער — וווּ איינער פֿון זיי איז דער פּסיכאָפּאַט מיידאָף, וועלכער האָט אומגליקלעך געמאַכט אַ גאַנצע ריי ייִדישע אינסטיטוציעס; באַשווינדלט בענק אין אייראָפּע, און סתּם געפֿירט אַ פֿאַרברעכערישע בוכהאַלטעריע מיט יענעמס געלטער, איז ער אָבער נישט דער איינציקער חתן אויף דער חתונה. עס האָבן זיך פֿאַר אונדז אַנטפּלעקט גאַנצע כּנופֿיות מיט פֿאַרברעכער — פֿון "וואָל־סטריט" ביז די קאַרפּן־קעפּ פֿון ריזיקע פֿירמעס און אינדוסטריעס, וועלכע האָבן בדלותט געשטעלט נישט נאָר די אַמעריקאַנער עקאָנאָמיע, נאָר די וועלט־עקאָנאָמיע. ווי די היישעריקן זײַנען זיי באַפֿאַלן די געלטער פֿון זייערע אייגענע בענק, זייערע אינוועסטירער, אויסגעליידיקט די קאַסעס און אונדז געוויזן אַ פֿײַג. איצט בעטלען זיי בײַ דער רעגירונג אויסלייז־געלטער; עס שווענדזשען זיי די דלאָניעס.

אַנטקעגן זיי אַלע, זעט הײַנט מאיר לאַנסקי אויס ווי אַ מפּיל־קינד. און כאָטש ער אַליין האָט אפֿשר נישט פֿאַרגאָסן דאָס בלוט פֿון זיינע קרבנות, איז ער אָבער געשטאַנען אין שפּיץ פֿון אַ מאָרד־מאַשין. איין זאַך האָט ער געמיינזאַמס מיט די הײַנטיקע פֿאַרברעכער; ער, פּונקט ווי זיי אַלע, האָבן זיך אַרויסגעדרייט פֿון שטראָף. קיינער איז ביז איצט נישט געגאַנגען "זיצן". און אין דעם באַשטייט דאָס גרעסטע פֿאַרברעכן אין הײַנטיקן אַמעריקע, מיט אונדזער אַמעריקאַנעם יושר בכלל. קליינע גנבֿימלעך פֿוילן אין דער חד־גדיאָ, גרויסע מאַפֿיאָנערן פֿליִען אַרום אין פּריוואַטע דזשעט־עראָפּלאַנען און פּרעגלען זיך אויף דער זון ערגעץ אין בערמודאַ אויף זייערע יאַכטעס.

איך זאָג עס אַנטקעגן דעם, וואָס אונדזער אייגענער, כּמעט איינציקער און אָפּגעציטערטער שוישפּילער און פֿאַרווײַלער, מײַק בורשטיין, שטעלט איצט אין "סיינט לוקס טעאַטער", אויף 308 וועסט 46סטע גאַס אין מאַנהעטן, זײַן פּיעסע וואָס רופֿט זיך "לאַנסקי". דאָ האַנדלט זיך וועגן איינעם פֿון די גרויסע פֿאַרברעכער צווישן אַ גאַנצער כאָפּטע ייִדישע אונטערוועלטניקעס און בלאַטע גאַסן־יונגען פֿון די צוואַנציקער ביז די פֿופֿציקער יאָרן פֿון פֿאַרלאָפֿענעם יאָרהונדערט — צווישן זיי איז אויך געווען בעני (באַגזי) סיגל, וועלכער האָט פֿון די קדמונים אויפֿגעשטעלט אַ האָטעל אין לאַס־וועגאַס, מיט קאַסינאָס און מיט אַזאַרד־שפּילן. ער האָט קאָנקורירט מיט אַנדערע בלאַטע יונגען — סײַ ייִדן, סײַ מיט דער איטאַליענישער מאַפֿיע. זיי האָט מאיר לאַנסקי גערופֿן "ביזנעסמען".

מאיר לאַנסקי האָט פֿאַרמאָגט האָטעלן מיט קאַסינאָס אין ניו־יאָרק, אין מיאַמי און קובאַ. זעט אויס, אַז ווען פֿידעל קאַסטראָ איז געקומען צו דער מאַכט און האָט קאָנפֿיסקירט לאַנסקיס קאַסינאָס צוזאַמען מיט די געלטער, האָט דאָס אַפֿילו נישט געמאַכט קיין קנייטש אין לאַנסקיס באַנקנאָטן. אַ נײַעס איז פֿאַר אונדז אַלעמען, ווען די נאַצי־פּאַרטיי אין און אַרום ניו־יאָרק האָט זיך אָרגאַניזירט און אָפּגעהאַלטן זייער גרויסן פּאַראַד אין "מעדיסאָן־סקווער גאַרדן", האָט לאַנסקי אָרגאַניזירט זײַן כּנופֿיא, דערלאַנגט שלעק און אָנגעהאַקט די זײַטן אַ גאַנצע חבֿרה פֿון היטלערס אָנהענגער.

גיי ווייס, אַז מאיר לאַנסקי (מאיר סוכאָווליאַנסקי) איז געבוירן געוואָרן אין 1902 אין גראָדנע, פּוילן, און אַהערגעקומען מיט טאַטע־מאַמע צו זעקס יאָר. געשטאַמט האָט ער פֿון אַ פֿרומער היים, און זײַן פֿרומער זיידע האָט מיט אים געלערנט בלק. זעט אויס, אַז לאַנסקי איז געווען פֿאַרליבט אין ארץ־ישׂראל און געהאָלפֿן ליווערן אין די פֿערציקער יאָרן אומלעגאַל, געווער קיין פּאַלעסטינע. די אַראַבער האָבן אויך געליווערט געווער פֿון די אַמעריקאַנער ברעגעס. אָבער לאַנסקי האָט צונויפֿגערופֿן זײַן בלאַטע כּנופֿיא בראָש מיטן איטאַליענישן פֿאַרברעכער, לאַקי לוציאַנאָ, און מען האָט זייער געווער דערטרונקען טיף אין די וואַסערן אַרום ניו־יאָרק. צי דאָס איז טאַקע אמת, צי ס׳הייבט זיך נישט אָן און ס׳לאָזט זיך נישט אויס, קען מען נישט פֿעסטשטעלן, ווײַל עס פֿעלט דאָקומענטאַציע. עס ווײַזט זיך אויך אַרויס, אַז לאַנסקי איז אויך געווען פֿאַרבונדן מיט גאָלדע מאיר אין יענער צײַט. אַזוי, אַז ווען ניקסאָן און הוּווער האָבן זיך גענומען צו אים, און בדעה געהאַט צו שטעלן אים פֿאַר אַ פּראָצעס, האָט דער פֿויגל געכאַפּט די פֿיס אויף די פּלייצעס און אַנטלאָפֿן קיין ארץ־ישׂראל. דאָרט האָט ער געפֿאָדערט בירגערשאַפֿט. נאָך אַלעמען — איז ער דאָך געווען אַ ייִד. און אין ישׂראל איז פֿאַראַן אַ געזעץ, אַז יעדער אַחינו בני ישׂראל האָט די פּריווילעגיע פֿון צוריקקערן זיך אין אייגענעם לאַנד און אויטאָמאַטיש ווערן אַ בירגער. ווײַזט זיך אַרויס, אַז לאַנסקי איז געווען דער ערשטער וועמען מען האָט אָפּגעזאָגט די ישׂראלדיקע בירגערשאַפֿט. און עס האָט אים געהאָלפֿן ווי אַ טויטן באַנקעס דאָס, וואָס ער איז געווען קנעפּל־שבקנעפּל מיט די כּנסת־דעפּוטאַטן און מיט גאָלדען בראָש. און כאָטש עס איז אים נישט געלונגען צו ווערן אַ בירגער פֿון זײַן אויסגעחלומט לאַנד, איז ער אָבער געקומען צו קבֿורה אין ירושלים אין עלטער פֿון 81 יאָר.

דאָס איז בלויז אַ ברעקעלע פֿון דער לאַנסקי־סאַגאַ, וואָס מײַק בורשטיין אַנטוויקלט פֿאַר אונדז אין דער פּיעסע אין משך פֿון אָנדערטהאַלבן שעה אָן אַן איבעררײַס. און כאָטש מיר ווייסן, אַז צווישן אונדז, ייִדן, האָבן זיך געפֿונען אַ היפּש ביסל פֿאַרברעכער; צווישן זיי, אַ לעפּקע בוכאַלטער, וועקסי גאָרדאָן, דזשעק גוזיק, יאַנקל שאַפּיראָ, מיקי קאָהען און אַ שלל מיט אַנדערע, איז עס שווער פֿאַר אונדז דאָס אַראָפּצושלינגען. נאָך אַלעמען, דאַרפֿן מיר דאָך זײַן דאָס שײַנדל פֿון די פֿעלקער; דאָס אויסדערוויילטע, עטישסטע פֿאָלק פֿון צווישן די באַרבאַרן; נאָך אַלעמען, גרויסט מען זיך מיט אונדזערע גײַסטיקע אויפֿטוען. און פֿאָרט שטעקן מיר אין אַ גײַסטיקער בלאָטע. אַ סימן האָט איר — מיידאָף.

אַפֿילו יעקבֿ גלאַטשטיין האָט אַמאָל געשילדערט אין זײַנע פּאָעטישע ווערק, די ייִדישע פֿאַרדאָרבענע חבֿרה באַנדיטן און מערדער פֿון די צוואַנציקער און דרײַסיקער יאָרן. אָבער ס׳זעט אויס, אַז זיי זײַנען נישט פֿאַרשוווּנדן. זיי האָבן אָנגענומען נײַע מעטאָדן פֿון גנבֿה־גזלה און שווינדל.

איצט, לאָמיר זיך נעמען צו מײַקן, דעם העכסט־טאַלאַנטירטן, באַגאַבטן און געבענטשטן אַקטיאָר און פֿאַרווײַלער, וואָס האָט יאָרן לאַנג באַשײַנט אונדזער טעאַטראַלע שׂימחה. מײַק איז נישט אַבי ווער. מײַק איז אַ פּראָדוקט פֿון פּסחקען בורשטיין און ליליען לוקס. ער איז געבוירן געוואָרן אויף דער בינע, פֿאַר דער בינע און אַרום דער בינע. רעדן, רעדט ער אַכט שפּראַכן. זײַן קונסט דריקט זיך אויס אויף דער בינע, אין פֿילמען און טעלעוויזיע. אין האָלאַנד האָט ער אַפֿילו געפֿירט יאָרן לאַנג אַ טעלעוויזיע־פּראָגראַם אויף האָלענדיש.

איך האָב די בורשטיין־משפּחה, בראָש מיט מײַקן, געזען שפּילן מיט יאָרן צוריק אין איציק מאַנגערס "די מגילה" און געווען אַזוי אַנטציקט, אַז איך בין אַרויסגעלאָפֿן און באַלד זיך אײַנגעהאַנדלט די פּליטע. די בורשטיין־משפּחה איז אַרויסגעטראָטן מיט דער "מגילה" איבער דער לעגנ און ברייט פֿון קאָנטינענטן. מײַקס שפּילן איז סובטיל, צוגעלאָזן, וואַרעם, היימיש און אויפֿריכטיק. ער פֿאַרמאָגט אַ צוציִונגס־קראַפֿט מיט וועלכער ער פֿאַרכּישופֿט דעם עולם. ער האָט געשפּילט אין צענדליקער פּיעסעס. איינע פֿון זיי אויף בראָדוויי אין דער באַרימטער פּיעסע "באַרנום". פֿאַרשטייט זיך, אַז אויב מיר וואָלטן פֿאַרמאָגט אַן אמת ייִדיש־טעאַטער, וואָלט ער געקיניגט, ווײַל ייִדיש איז זײַן מאַמע־לשון.

זעט אויס, אַז די לאַנסקי־געשיכטע האָט אים פֿאַרכאַפּט. בין איך געווען נתפּעל, וואָס דער זשאַנער האָט אים אימפּאָנירט. ווי זאָגט מען, אַן אַקטיאָר מוז קענען זיך אַרײַנפּאַסן אינעם העלד, וועלכן ער שטעלט מיט זיך פֿאָר. און מײַקן איז עס געלונגען. מיט זײַן קאָפּ גרויע האָר און אויסגעפּוצט מעשׂה פֿאַצעט, אין אַן עלעגאַנטן אַנצוג; ממש — מאַניקורירט. ווי אַן אמתער "גענגסטער" לאָזט ער אונדז וויסן, אַז כאָטש דער מענטש האָט געפֿירט נישט קיין אָנשטענדיק לעבן, איז ער פֿאָרט אַ ייִד, וואָס ווערט געטריבן פֿון אינערלעכע כּוחות וואָס זעען נישט אויס, אין זײַנע אויגן, אומעטיש אָדער נישט מאָראַליש. פֿאַרקערט, ער האַלט, אַז ער איז געווען אַ געניאַלער "ביזנעסמאַן", איז ער באַרעכטיקט צו זײַן עולם־הזה ווי יעדער איינער פֿון אונדז.

אינטערעסאַנט צו באַמערקן: ווען מיר האָבן געוווינט אין הרצליה־פּיתּוח אין ישׂראל, זײַנען מיר געווען שכנים מיט מאיר לאַנסקין. ער האָט דעמאָלט געוווינט אין אַקאַדיאַ האָטעל, און יעדן טאָג פֿלעגט ער שפּאַצירן מיט זײַן קליין הינטעלע איבער די גאַסן און קיינער האָט זיך אויף אים ניט אומגעקוקט. און ווען מיר זײַנען צוריקגעקומען פֿון ישׂראל און זיך באַזעצט אין מיאַמי־ביטש, ווער איז געווען אונדזער שכן? מאיר לאַנסקי. ער האָט געוווינט אין קאַנאָווער האָטעל. פּונקט אונטער אונדזערע פֿענצטער. יעדן פֿרימאָרגן פֿלעגט ער שפּאַצירן מיט זײַן קליין הינטעלע איבער קאָלינס עוועניו און קיינער האָט זיך אויף אים נישט אומגעקוקט. גיי ווייס, אַז דאָס קליינע מענטשעלע האָט אונטער זיך אַזאַ בלוטיקע פֿאַרגאַנגענהייט. ווי זאָגט מען בײַ אונדז: קראָפּאָווע וואַקסט אָן רעגן.

די פּיעסע האָבן געשריבן צוויי — ריטשאַרד קרעוואָלין און יוסף באָלאָניאַ. זיי האָבן באַזירט זייער פּיעסע אויף אַ בוך וואָס הייסט "אָבער ער איז געווען גוט צו זײַן מאַמען". געשריבן האָט דאָס בוך ראָבערט אַ. ראַקאַוויי. איך האָב דעם מחבר באַגעגנט אין טעאַטער. און דער ראַקאַוויי האָט גערעדט אַ געשמאַקן ייִדיש. רעזשיסירט די פּיעסע האָט יוסף באָלאָניאַ. מיט אַ פֿאַכמעניש אויג איז געווען גרינג נאָכצוגיין דעם סוזשעט, בעת מײַק בורשטיין רעדט אָנדערטהאַלבן שעה. די בינע־דעקאָראַציעס זײַנען באַשטאַנען פֿון אַ סעריע פּראָזשעקטירטע בילדער, פּרעכטיק און מיט גרויס חכמה אונדז געוויזן אַן אַמאָליק שטעטל מיט שטיבלעך און נידעריקע דעכער, פּאַרקאַנעס און געסלעך. די געגנט פֿון דער "לאָוער איסט סײַד" — דער עיקר, "דילענסי־סטריט" פֿון אַמאָל — מיט "טענעמענט"־הײַזער, בילדער פֿון ייִדישע "גענגסטער". דאָס הייסט, אַז די בילדער האָבן אַרומגענומען דרײַ פֿערטל פֿון דער בינע. זייער עפֿעקטיוו. קאָסטיומען — און מיר רעדן פֿון איין קאָסטיום — און דאָס איז מײַקס, האָט צוגעשטעלט ציונה בורשטיין; ווי עס זעט מיר אויס — מײַקס פֿרוי; און ווי געזאָגט, מיט חכמה. די גאַנצע אַקציע שפּילט זיך אָפּ אין תּל־אָבֿיבֿ אין יאָר 1979.

דער זאַל איז געווען געפּאַקט. דער עולם האָט שטאַרק הנאה געהאַט. דער עיקר, גרויסע אָנהענגער פֿון מײַק בורשטיינען. איך רעד אײַך צו, פֿאַרפֿעלט נישט די פֿאָרשטעלונג.