ייִדיש־וועלט, טעאַטער
"דאָס גרויסע געווינס" אין עדן־טעאַטער, סעקאָנד־עוועניו, ניו־יאָרק, 1960ער יאָרן. פֿון רעכטס: מרים קרעסין, סטאַן פּאָרטער, דוד אַפּאַטאָשו, ברוס אַדלער, דינה ציפּקין.

* נח פּרילוצקי (1882 — 1941) איז געווען אַן אַדוואָקאַט, ייִדיש־פֿאָרשער, פֿאָלקלאָריסט, לינגוויסט, קריטיקער, זשורנאַליסט און פּאָליטישער פֿירער פֿון די פּוילישע ייִדן צווישן די צוויי וועלט־מלחמות.

שלום־עליכם האָט זיך זײַנע באַליבטע ליטעראַרישע פֿאָרמען. לייענט די בריוועלעך פֿון מנחם־מענדלען און שיינע־שיינדל, מיט די מאָנאָלאָגן פֿון טבֿיה דעם מילכיקן, פֿון יענטע דער קוראָלאַפּניטשקע, פֿון דעם כּתרילעווקער בעל־עגלה, פֿון ייִד מיטן מאָגן — און אײַך מוז זיך וואַרפֿן אין די אויגן דאָס באַזונדערע אַרטיסטישע פֿאַרגעניגן, וואָס פֿילט זיך אין יעדער שורה פֿון די דאָזיקע שאַפֿונגען.