|
"דאָס גרויסע געווינס" אין עדן־טעאַטער, סעקאָנד־עוועניו, ניו־יאָרק, 1960ער יאָרן. פֿון רעכטס: מרים קרעסין, סטאַן פּאָרטער, דוד אַפּאַטאָשו, ברוס אַדלער, דינה ציפּקין. |
|
* נח פּרילוצקי (1882 — 1941) איז געווען אַן אַדוואָקאַט, ייִדיש־פֿאָרשער, פֿאָלקלאָריסט, לינגוויסט, קריטיקער, זשורנאַליסט און פּאָליטישער פֿירער פֿון די פּוילישע ייִדן צווישן די צוויי וועלט־מלחמות.
שלום־עליכם האָט זיך זײַנע באַליבטע ליטעראַרישע פֿאָרמען. לייענט די בריוועלעך פֿון מנחם־מענדלען און שיינע־שיינדל, מיט די מאָנאָלאָגן פֿון טבֿיה דעם מילכיקן, פֿון יענטע דער קוראָלאַפּניטשקע, פֿון דעם כּתרילעווקער בעל־עגלה, פֿון ייִד מיטן מאָגן — און אײַך מוז זיך וואַרפֿן אין די אויגן דאָס באַזונדערע אַרטיסטישע פֿאַרגעניגן, וואָס פֿילט זיך אין יעדער שורה פֿון די דאָזיקע שאַפֿונגען.
שלום־עליכמען איז אָנגענעם צו וועבן די בריוועלעך און די מאָנאָלאָגן. מיט אינטימער באַקוועמלעכקייט שפּינט ער אַ פֿעדעמל נאָך אַ פֿעדעמל, און יעדעס באַזונדער איז אויפֿמערקזאַם אויסגעפּרוּווט — ס'זאָל, חלילה, קיין פּגימהלע אויף אים נישט זײַן; און דאָס גאַנצע געוועב — האַרמאָניש און ריין, ווי די לײַוונטן פֿון דזשאָן רעסקינס האַנטפֿאַבריק.
אָבער שלום־עליכם האָט זיך אָפּגעשטעלט אויף זײַנע באַליבטע פֿאָרמען גאָר אומבאַוווּסטזיניק, בלויז אינסטינקטיוו. די בריוועלעך פֿון די "מיליאָנען" און די מעשׂהלעך פֿון טבֿיה דעם מילכיקן זענען אידעאַלישע מוסטערן פֿון עפּיסאָטלאַרישער דערציילונג און פֿון מאָנאָלאָגן, און זייער קראַפֿט ליגט טאַקע אין דער נאַטירלעכער אוממיטלבאַרישקייט און אין געטלעכן פּשטות, — אָבער די דערמאָנטע ליטעראַרישע פֿאָרמען זענען פֿאָרט די פּרימיטיווע אין דער קונסט פֿון וואָרט. שלום־עליכמען האָט געפֿעלט דאָס באַוווּסטזיניקייט פֿון זײַנע אייגענע קרעפֿטן, און ער האָט נישט פֿאַרשטאַנען אויסצונוצן אַלע זײַטן פֿון זײַן טאַלאַנט, וואָס איז רײַך ווי די סיבירער גאָלדגרובן.
למשל, איך בין איבערצײַגט, אַז שלום־עליכם ווייסט נאָך ביז הײַנט נישט, וואָס פֿאַר אַ גרויסע פֿעיִקייטן ער פֿאַרמאָגט אַלס דראַמאַטורג. שוין דער פֿאַקט אַליין, אַז ער שרײַבט נישט ווי אַ מאָלער, וואָס דריקט אויס אינערלעכן אינהאַלט אין אויסערלעכע שטריכן; אויך נישט ווי אַ בילדהויער (סקולפּטאָר), וואָס האַקט אויס פֿיגורן פֿון שטיין; — נאָר גיט אונדז די נשמה פֿון זײַנע העלדן אין אירע ריינע פֿאָרמען, אין וואָרט און האַנדלונג, דער פֿאַקט אַליין האָט אים געדאַרפֿט געבן אַן אימפּולס, ער זאָל פּרוּוון זײַנע כּוחות אויך אין דראַמע. שלום־עליכם האָט זיך אַפֿילו געכאַפּט אַמאָל צו דער דראַמאַטישער פֿאָרעם, אָבער זייער זעלטן, און האָט נישט געקוקט ערנסט אויף די זאַכן, וועלכע ער האָט אָנגעשריבן אין דעם זשאַנער. דאָס זענען פֿאַר אים געווען נאָר "שפּריצן פֿון פֿעדער". ער האָט, דעריבער, נישט געזאָרגט צו דערפֿילן די עלעמענטאַרישע פֿאָדערונגען פֿון דראַמאַטישער קונסט.
זײַן "צעזייט און צעשפּרייט" האָט ער אויך אָנגעשריבן תּחילת אַלס אַ פֿעליעטאָן, און ער אַליין דריקט זיך אויס: "הגם די דאָזיקע בילדער זענען געשריבן אין אַ דראַמאַטישער פֿאָרעם, דאָך האָט זיך מיר אַפֿילו נישט געחלומט, אַז איך וועל אַ מאָל זוכה זײַן צו זען זיי אויפֿגעפֿירט אויף דער סצענע". נאָר דער אומדערוואַרטער דערפֿאָלג פֿון דער זאַך אויף דער פּוילישער בינע האָט אַ ביסל געעפֿנט שלום־עליכמען די אויגן אויף זײַן אייגענער פּיעסע. אין אים האָט דערוואַכט דער אינסטינקט פֿון אַ דראַמאַטורג. — "מיך האָט דאָס ‘בראַוואָ’ שטאַרק פֿאַרדראָסן, — דערציילט ער. — איך האָב געפֿילט, אַז דער פּיעסע פֿעלט אַ סך מער, וויפֿל זי פֿאַרמאָגט; איך האָב געפֿילט, אַז אויף דער בינע ווערט געשפּילט אַ פֿעליעטאָן, נישט קיין דראַמע".
שלום־עליכם איז נישט געווען בלינד זיך אײַנצורעדן, אַז די פֿעלערן פֿון דער פּיעסע זענען נאָר אַ מעלה, אַז דאָס איז כּלומרשט אַ "צוקונפֿטס־דראַמע" — ער האָט זיך נישט געפֿוילט, האָט זיך אַוועקגעזעצט "אויסבעסערן" די זאַך, און האָט — אָנגעשריבן כּמעט אַ נײַ שטיק.
* * *
אַז שלום־עליכמס דראַמאַטישע ווערק האָבן אַלע מעלות פֿון די איבעריקע זאַכן זײַנע, — וועגן דעם האַלט איך פֿאַר איבעריק ברייטער צו רעדן: דאָס פֿאַרשטייט זיך אַליין. נישט נאָר "צעזייט און צעשפּרייט", — אַפֿילו "אַ דאָקטער!", "דער גט", "מזל־טובֿ", "אַגענטן" — זענען גוטע ליטעראַרישע ווערק. זייער אינהאַלט איז אין די גרונטשטריכן כּמעט דער זעלביקער, ווי אין שלום־עליכמס ראָמאַנען, מעשׂהלעך און מאָנאָלאָגן. דאָס לעבן איז דאָס זעלביקע. דער גאַנצער "מזל־טובֿ" איז פֿאַר מיר, פּונקט ווי "סטעמפּעניו" צי "סענדער בלאַנק", אַ טײַערער מעדאַליאָן, אַן אַנטיק, וואָס טראָגט אויף זיך פֿאַר די קינפֿטיקע דורות דעם גײַסט פֿון דער אַלטמאָדישער ייִדישער שטוב, אויף וויפֿל ער דריקט זיך אויס אין די כאַראַקטעריסטישע פּרטים פֿון דער מאַטעריעלישער און זיטלעכער קולטור... די סכעמע און די אידעע פֿון די "אַגענטן" געפֿינט איר שוין אין די "מיליאָנען"... די טיפּן זענען אויך די זעלביקע. דאָס יונגע פּאָרל פֿון "גט" איז לעבעדיק אַרויסגעכאַפּט פֿון "סטעמפּעניו". די שוויגער פֿון "גט" איז אַן אויסגעבעסערטער אויסגאָב פֿון מנחם־מענדלס שוויגער. פּעסל פֿון "צעזייט און צעשפּרייט" איז טבֿיה דער מילכיקער אין אַ קליידל; דאַווידקאָ — אָסיפּ זעמלס אַ לײַביקער ברודער; משהלע זײַדנשטאַמער פֿיגורירט שוין אונטער אַן אַנדער נאָמען אין "עס פֿידלט נישט". — אויך שלום־עליכם איז דאָ דער זעלביקער: מיט זײַן האַרציק־פֿריילעכן, געזונטן געלעכטער אין "מזל־טובֿ", מיט דעם שטילן סאַרקאַזם מיט וויי געמישט אין "אַגענטן" און מיט דער בענקשאַפֿט נאָך אַ שענערער, ליכטיקער וועלט אין "צעזייט און צעשפּרייט".
|
שלום־עליכמס העלדן, פּערזאָניפֿיצירט דורך מאָריס שוואַרץ: פֿון רעכטס (אויבן) דער איידעם אין "סטעמפּעניו", (אונטן) דוד שאַפּיראָ אין "שווער צו זײַן אַ ייִד", לוי מאָזגאָוואָיער אין "די גאָלדגרעבער", טובֿיה אין "טובֿיה דער מילכיקער" (אויבן) האָצמאָך אין "די בלאָנדזשענדע שטערן" (אונטן) שימעלע סאָראָקער אין "דאָס גרויסע געווינס" |
|
* * *
נישט צופֿעליק האָט שלום־עליכם אָנגערופֿן זײַן "צעזייט און צעשפּרייט": "בילדער פֿונעם ייִדישן לעבן". ער האָט זיך געמוזט וואַקלען צווישן "דראַמע" און "קאָמעדיע", ווײַל אין דער פּיעסע זענען ביידע עלעמענטן ענג צונויפֿגעפֿלאָכטן.
די פּראָבלעם איז אין גרונט עכט־דראַמאַטיש. מאיר שאַלאַנט, "אַ ייִד אַ סוחר, אַן אויפֿגעקומענער גבֿיר", איז שטענדיק פֿאַריאָגט אין זײַנע געשעפֿטן. פֿאַרדינט אַ סך. אויף וואָס דאַרף ער אַזוי פֿיל געלט? וואָס פֿאַרלאַנגט ער פֿון לעבן? זייער ווייניק: — בלויז נחת פֿון קינדער. — "פֿון וועמענס וועגן, איינגנטלעך, האָבן מיר דאָס גאַנצע לעבן געהאָרעוועט, אויסגעריסן געוואָרן, אָפֿט מאָל נישט דערשלאָפֿן, נישט דערעסן, אַ סך מאָל געליטן בזיונות, הכּלל זיך מפֿקיר געווען, געקליבן אַ קערבל צו אַ קערבל?" — פֿרעגט ער זײַן טאָכטער חנה, און ענטפֿערט אַליין: "אײַך נאָכגעגעבן אַלצדינג, וואָס אײַער האַרץ גלוסט"... נאָר אים איז נישט באַשערט דעם נחת צו האָבן. דאָס הויזגעזינד שאַלאַנטס איז נישט קיין אָרגאַניש לײַב, פֿאַראייניקט דורך איין מאָראַלישער קראַפֿט, — דאָס איז בלויז אַ מעכאַנישע גרופּע מענטשן, וואָס וווינען צופֿעליק אונטער איין דאַך. דער פֿאָטער קוקט ווייניק אַרײַן אין לעבן פֿון די קינדער. איז ער אין גוטן מוט — שענקט ער זיי מתּנות, איז ער בייז — שרײַט ער. רעדן צו זיך, ווי צו אַ גלײַכן, לאָזט ער נישט: פֿאַר אַ טאַטן דאַרף מען דרך־ארץ האָבן. הערן און שווײַגן. זאָל גאָט היטן — ענטפֿערן! — די מוטער, ווידער, איז אַ שוואַכער כאַראַקטער, כאָטש "אַן ערלעכע, כּשרע נשמה"; די גרויסע שטאָט האָט זי גאָר איבערראַשט, און זי גייט אַרום ווי אַ פֿאַרלוירענע; ליבט די קינדער, אָבער זיי הערן זי נישט, ווײַל דער פֿאָטער אַליין מיט זײַנע אומטאַקטישע וויצן האָט אונטערגעגראָבן איר אויטאָריטעט.
די גרויסע שטאָט טוט אירס. מאַטוויי ווערט אַ שאַרלאַטאַן, אַ קאָרטן־שפּילער. פֿלאָרע אַ גרושה, פֿירט זיך אַלאַ "פֿען־דע־סיעקל", — ווי שלום־עליכם אַליין דריקט זיך אויס. סאַשקע, אַ בחור פֿון 17 יאָר, שפּילט זיך נאָך מיט קעץ און מיט הינט. — חיים און וואָלאָדיע, ווידער, זענען הײַנטוועלטיקע: דער ערשטער — אַ ציוניסט, דער צווייטער — אַ סאָציאַליסט, קריטיקירן שוין דעם פֿאָטער. חנה — רײַסט זיך אויף די קורסן. הכּלל: "איטלעכער גייט, וווּהין ער וויל; איינער אין ליסי, דער אַנדערער אין סטריסי, מישטיינס געזאָגט, צעזייט און צעשפּרייט אויף אַלע זיבן ימים"... שלום־עליכם ווײַזט אונדז, ווי די שטוב צעקריכט זיך ביסלעכווײַז. די ערשטע באַמערקט דאָס די דערשלאָגענע מוטער. דערנאָך הייבט אָן צו באַמערקן אויך דער פֿאָטער. טראָפּנסווײַז טריפֿט זיך אַרײַן דער אמת אין זײַן באַוווּסטזײַן, און אין דריטן אַקט דערפֿילט ער שוין מיט זײַן גאַנצן וועזן, אַז ער האָט קיין קינדער נישט. ווערט אין גאַנצן צעבראָכן.
דאָס איז אַלזאָ, די אַלטע דראַמע פֿון די עלטערן און די קינדער. די אַלטמאָדישע עלטערן קוקן אויף די קינדער ווי אויף טויטצירונג, מיט וועלכן מען קאָן טאָן, וואָס מען וויל, — און זוכן פֿון זיי נחת — פֿאַר זיך. דאָס לעבן איז זיך, אָבער, ביטער נוקם פֿאַר אַזאַ עגאָיִזם און איז גורם אַ טרויעריקע אַנטוישונג.
אָבער דער אַלגעמיינער פֿאָן איז אַ קאָמישער. די העלדן זענען קליינלעכע, און אינטערעסן האָבן זיי אויך קליינלעכע, לאַנגווײַליק און נודנע איז שאַלאַנטס אידעאַל פֿון פֿאַמיליען־גליק. זײַן עמבלעם וואָלט געקאָנט זײַן: אַ הון וואָס זיצט אין זיפּ און האַלט אונטער די פֿליגלען אַ טוץ דראָבנע עופֿעלעך. צעלויפֿן זיך די הינדעלעך — איז אויס גליק. שאַלאַנט פֿאַרשטייט, אַז עלטערן קאָנען זיך שיידן מיט קינדער, "אָבער, — זאָגט ער, — שיידן זיך הייסט בײַ מיר, אַז קינדער האָבן חתונה, באַזעצן זיך ווי מענטשן, דער בײַ אַזאַ געשעפֿט, דער בײַ אַזאַ געשעפֿט"... נאָר אַז אַ טאָכטער זאָל קאָנען פֿאַרלאָזן די עלטערן און פֿאָרן אין דער פֿרעמד שטודירן, — דאָס קאָן שוין זײַן קליינער מוח נישט פֿאַרנעמען! און ווײַל זײַנע אידעאַלן זענען אַזוי פֿלאַך, מוז זײַן דראַמע האָבן אַ קאָמישן נאָכגעשמאַק.
|
די ווילנער טרופּע, ווין, 1922: שלום־עליכמס "שווער צו זײַן אַ ייִד" |
|
קאָמיש איז דאָס, ווי שאַלאַנט צאַפּלט אַזוי נאָך אַ ייִחוסדיקן שידוך פֿאַר זײַן טאָכטער. קאָמיש איז די מוטער — אין אמתן אַ דראַמאַטישע פֿיגור — אין איר אומבאַהאָלפֿענער שוואַכקייט. קאָמיש — דער מחותּן, וואָס האַנדלט מיט ייִחוס, ווי מיט ציבעלעס.
ווי מיר זעען, מעג מען זאָגן, אַז "צעזייט און צעשפּרייט" איז די העכסטע פֿאָרעם פֿון קאָמעדיע: דאָס איז אַ קאָמעדיע, וואָס גייט איבער אין דראַמע, אַ טרויעריקע קאָמעדיע. דערבײַ אַ קאָמעדיע פֿון זיטן. די אָרדענונג אין שאַלאַנטס הויז; די באַציִונגען פֿון פֿאָטער צו די קינדער און פֿון די קינדער צו דער מוטער; פּעסלס וויזיט; די העוויות פֿון דעם מחותּן, דעם בעל־ייִחוס, און בכלל די באַציִונגען צווישן צוויי מחותּנים, באַזונדערס דער וויזיט.
* * *
די דראַמאַטישע האַנדלונג אין "צעזייט און צעשפּרייט" איז אַנטוויקלט מיט אַ געניטער האַנט. די גאַנצע אַקציע וויקלט זיך אויף פֿאַר אונדזערע אויגן, ווי דער פּאַרמעט פֿון אַ מגילה. די פֿאַרבינדונג איז זייער אַ געלונגענע. דער ערשטער אַקט פֿירט אונדז מיט אַ מאָל אַרײַן אין סאַמע קאָך פֿון דער פּיעסע. אַלע פּאַרשוינען זענען אויף דער סצענע, אין זייער האַלטן זיך שפּיגלט זיך אָפּ זייער כאַראַקטער. 2—3 געוויינלעכע פֿראַזעס, אַ פּאָר שטעכווערטלעך, וועלכע זענען אַזוי נאַטירלעך אין אַזאַ שטוב, דעקן אונדז אויף אַלע אירע סודות. די סצענע מיטן בריוו צום גראַף איז געניאַליש. אין איר איז דער פֿאָטער אין גאַנצן. און זי זשע עפֿנט אויף דעם תּהום, וואָס צווישן פֿאָטער און די אינטעליגענטישע זין... דער פֿאָטער זאָרגט וועגן געלט, און הינטער זײַנע פּלייצעס טוען זיך אָפּ מעשׂים, וואָס וועלן אים מאַכן אומגליקלעך. דערנאָך — דער וויזיט פֿון מחותּן: עס צייכנט זיך אָן דער שאָטן פֿון אַ רעאַלישער קאַטאַסטראָפֿע — דער ייִחוס־שידוך איז אין סכּנה! איין סצענע פֿליסט, נאַטירלעך, נישט געצוווּנגען, אַרויס פֿון דער אַנדערער, אַלץ בינדט זיך אַזוי האַרמאָניש, און דער אַקט ענדיקט זיך מיט אַן אמת־שלום־עליכמדיקן אַקאָרד, דערווײַל נאָך אַ קאָמישן... דער צווייטער אַקט — אַ ביסל אַ שוואַכער — דעקט אונדז נאָך מער אויף די אַנאַרכיע און דעם חורבן פֿון מאיר שאַלאַנטס שטוב. — דער דריטער אַקט איז שוין זייער אָנגעשטרענגט. ער איז אין גאַנצן אַדורכגעפֿלאָכטן מיט קאָמיזם, אָבער דער דראַמאַטיזם וואַקסט שוין פֿון דער ערשטער סצענע, ווען שאַלאַנט קריגט זיך מיטן ווײַב: "ווער איז שולדיק?" דער פֿאָטער רעדט דאָס ערשטע מאָל ערנסט מיט די קינדער, און באַמערקט מיט שרעק, אַז זיי פּלאַפּלען נישט, נאָר רעדן "ווי בר־דעת". דאָס איבערצײַגט אים, אָבער נישט. דער ייִאוש וואַקסט. פּראַכטפֿול איז דער געדאַנק מיטן פּריצס קומען. אָנגעהויבן מיטן פּריץ, — געענדיקט מיטן פּריץ, — דער גאַנצער עיגול פֿון די ייִדישע אינטערעסן! אָבער דאָס מאָל האָט דער וויי גובֿר געווען: שאַלאַנט לאָזט זיך גיין צום פּריץ, נאָר דאָס האַרץ האַלט נישט אויס. אים ווערט נישט גוט. ער בלײַבט אין דר'היים. צעוויינט זיך ווי אַ קינד. שטאַרק מוז שוין זײַן דער וויי! מיט דעם ריין דראַמאַטישן אַקאָרד ענדיקט זיך די פּיעסע.
* * *
קורץ, "צעזייט און צעשפּרייט" דאַרף גערעכנט ווערן פֿאַר אַ קלאַסישער פּיעסע פֿון אָרעמען ייִדישן רעפּערטואַר. דאָס פּשטות און די נאַטירלעכע אוממיטלבאַרישקייט פֿון דער דראַמאַטישער שטימונג און די לופֿטיקע לײַכטיקייט פֿון די ליניעס איז אַ זעלטענע דערשײַנונג אין אונדזער דראַמאַטישער ליטעראַטור.
("טעאַטער־וועלט" נ' 6, אָקטאָבער 1908)