טעאַטער
"מיר קומען צוריק", כאָרעאָגראַף — שקד דגן (שאַקעד דאָגאַן)
"מיר קומען צוריק", כאָרעאָגראַף — שקד דגן (שאַקעד דאָגאַן)

מ’האַלט אין איין רעדן בײַ אונדז וועגן די קירצונגען פֿאַר קונסט־אונטערנעמונגען, וואָס די ישׂראל־רעגירונג האָט בדעה אײַנצופֿירן, אָדער האָט זיי שוין אײַנגעפֿירט. דער איבערצײַגנדיקסטער תּירוץ: דער פֿינאַנציעלער וועלט־קריזיס, וואָס דערפֿירט דערצו, אַז אַלע מעגלעכע פּראָטעסטן זאָלן פֿאַרשוויגן ווערן, גלײַך ווי דאָס וואָלט געווען אַ גאָטס־זאַך און קעגן דעם האָט מען סײַ־ווי נישט וואָס צו טאָן.

דאָס אַלץ איז אמת, ביז עס קומט צו דער טעמע טאַנץ, אָט דער קונסט־אויסדרוק פֿאַרנעמט בײַ אונדז די מיזרח־וואַנט אָדער, ווי מ'זאָגט עס מיט פּשוטע ווערטער — דאָס אייבערשטע פֿון שטייסל. די אַלע איבעריקע קונסטצווײַגן ווערן פֿאַרוועלקט אַנטקעגן דעם גלאַנץ און דער אײַנפֿאַלערישקייט פֿון דעם מאָדערנעם טאַנצוועזן אין ישׂראל. צי זאָל עס זײַן ווײַל מיר האָבן אַ באַרימטן כאָרעאָגראַף — אוהד נהרין — מיט אַ נאָמען, וואָס קלינגט איבער דער וועלט; אַ לערער און שאַפֿער פֿון כאָרעאָגראַפֿישע אָנערקענטע קונסטווערק? אוהד נהרין איז טאַקע דער קונסט־לייטער פֿונעם באַקאַנטן טאַנץ־אַנסאַמבל "בת־שבֿע", אָבער נאָר אונטער זײַן אָנפֿירונג האָט דאָ באַקומען דאָס טאַנצוועזן אַ וועזנטלעכן שטופּ פֿאָרויס און דאָס ווירקט זיך אויס אויך דורכן פּראָיעקט "טאַנץ־שאַטירונגען, 2009" אין "סוזן דלל"־צענטער, אין תּל־אָבֿיבֿ.

צוויי טעג אין סוף חודש מערץ קומט פֿאָר שוין צום 15טן מאָל דער פּראָיעקט, וואָס טראָגט דעם נאָמען "טאַנץ־שאַטירונגען". אַ ביסעלע געשיכטע, כּדי צו האָבן אַן אַנונג ווי האָט דאָס אויסגעזען פֿריִער און ווי האָט זיך עס אויסקריסטאַליזירט ביז הײַנט.

דער פּראָיעקט “טאַנץ־שאַטירונגען" איז שוין גאָרנישט קיין נײַע דערשײַנונג, עס איז צו שטאַנד געקומען צום ערשטן מאָל אין די ווײַטע טעג פֿון 1984, אין פּעריפֿעריע־שטעטל רמלה, אַ ווינקל־שטעטל אָן שום באַזונדערן צוציִונגס־קראַפֿט. אין קעגנזאַץ אָבער פֿאַרמאָגט עס אַ פּרעכטיקע היסטאָרישע פֿאַרגאַנגענהייט, ווי עס זאָגן עדות די מאָנומענטאַלע אַרכיטעקטאָנישע שפּורן פֿון ווײַטן אַמאָל.

חנוך בן־דרור, קונסט־דירעקטאָר פֿונעם פֿעסטיוואַל "טאַנץ־שאַטירונגען, 2009"
חנוך בן־דרור, קונסט־דירעקטאָר פֿונעם פֿעסטיוואַל "טאַנץ־שאַטירונגען, 2009"

די בשותּפֿותדיקע איניציאַטיוו דורכצופֿירן אַזאַ פּראָיעקט, ווי טאַנץ־שאַטירונגען, שטאַמט פֿון "אָמנות לעם" (קונסט פֿאַרן פֿאָלק), נאָך אונטער דער לייטונג פֿון דעם יונגן ענטוזיאַסטישן טוער יוסי פֿראָסט, און מיט די "בנק־דיסקונט"־אימפּרעזעס. דער לעגענדאַרער אַנשטאַלט "אָמנות לעם" מיט זײַן שפּאַנענדיקער ביאָגראַפֿיע איז געשאַפֿן געוואָרן לטובֿת די נײַע עולים, בעת די פֿריִע יאָרן פֿון דער אַנטשטייונג פֿון מדינת־ישׂראל. דער פּראָיעקט איז דאַן אויפֿגעקומען אין אַ קאָנקורס־פֿאָרעם מיטן ציל צו שאַפֿן אַ פּראָפֿעסיאָנעלע בינע פֿאַר דער דעמאָלטיקער יונגער ישׂראלדיקער שאַפֿונג, וואָס זאָל פֿאָרקומען איין מאָל אין צוויי יאָר. דער פּראָיעקט איז שפּעטער אַריבערגעפֿירט געוואָרן פֿון רמלה אין דוהל־קהילה־צענטער, אין דער אַרבעטער־געגנט פֿונעם דרומדיקן טייל פֿון תּל־אָבֿיבֿ, באַקאַנט מיטן נאָמען "שכונת־התּקוה". ווען עס איז אויפֿגעשטעלט געוואָרן צוריק מיט 20 יאָר דער אימפּאָזאַנטער טאַנץ־צענטער "סוזן דלל", האָט אויך דער פּראָיעקט "טאַנץ־שאַטירונגען" באַקומען זײַן דעפֿיניטיווע היים.

פֿיל טאַנץ־קינסטלער האָבן אָנגעהויבן זייער פּראָפֿעסיאָנעלן וועג אין די ראַמען פֿון "טאַנץ־שאַטירונגען", הײַנט גוט באַקאַנטע מיט די הויך־געשעצטע קינסטלער פֿאַרן היגן פּובליקום, צווישן זיי: די פּאָר ליאַת דרור און ניר בן־גל, ענבל (אינבאַל) פּינטאָ, רננה (ראַאַנאַנאַ) ראז, ברק מאַרשאַל, ענת (אַנאַט) דניאלי און אַ סך, אַ סך אַנדערע.

דער פֿעסטיוואַל ווערט דערעפֿנט מיט אַ פֿײַערלעכער פֿאָרשטעלונג לכּבֿוד די 20 יאָר עקזיסטענץ פֿון "סוזן דלל"; דאָ וועלן די קינסטלער אויפֿפֿירן זייערע פֿריִערדיקע שאַפֿונגען, די זעלבע טאַקע וואָס האָבן זיי אַרויסגענומען פֿון זייער אַנאָנימקייט, מיטן צוגאָב פֿון די שפּאָגל נײַע אַרבעטן, וואָס מ'וועט דאָ זעען צום ערשטן מאָל.

פֿון צווישן 85 אַרבעטן צוגעשטעלט צום פּראָיעקט "טאַנץ־שאַטירונגען, 2009", האָט דער קונסט־דירעקטאָר חנוך בן־דרור צוזאַמען מיט אַ קאָמיסיע אויסגעקליבן בלויז 10 פֿון טענצער־כאָרעאָגראַפֿן, וואָס ווילן פֿאַרוואַנדלען זייער איבערגעגעבנקייט צום טאַנץ אין זייער לעבנס־ציל; אייניקע אַרבעטן זײַנען איצט געוויזן געוואָרן אויפֿן שפּיץ מעסער פֿאַר דער מעדיאַ. און געזען האָבן מיר פֿעיִקע טענצער מיט אַ פֿולקאָמע באַהערשונג פֿון דעם אָביעקט (דעם קערפּער) אין דעם רוים, (די בינע); אַן אַבסטראַקטן טאַנץ, וואָס קאָן פֿאָרשטעלן אַלץ אין דער וועלט — אײַנדרוקן פֿון איבערלעבונגען, פּלוצעמדיקע שרעק־געפֿילן אָן קיין שום סיבה, אַן אַוויאָן־רײַזע אָן אַ באַשטימטן אַדרעס, פֿאַרשיידענע עפֿעקטן וואָס שאַפֿן ליכט און שאָטן.