|
ליִאָראַ ריבֿלין (רעכטס): די עלטערע האַנאַ; מיכל שטאַמלער — די יונגע |
|
גיי ווייס ווי אַזוי געשעט עס, נאָר דער פֿאַקט איז, אַז דער אײַכמאַן־פֿראָצעס האָט באַגײַסטערט אַמווייניקסטנס צוויי בולטע ישׂראל־דראַמאַטורגן צו שאַפֿן, יעדער איינער באַזונדער, צוויי וויכטיקע דראַמעס אין צוזאַמענהאַנג טאַקע מיט אָט דער היסטאָרישער געשעעניש; דער ערשטער, הלל מיטלפּונקט, מיט דער דראַמע "אַנדאַ", (קאָמענטירט אין "פֿאָרווערטס"). אַנדאַ וויל אַרויסטרעטן ווי אַן עדות, כּדי איבערצוגעבן אירע שרעקלעכע איבערלעבענישן אין קאָנצענטראַציע־לאַגער,
אָבער דער מפּא"י־עסטאַבלישמענט פֿאַרשטעלט איר דעם וועג. די צווייטע פּיעסע, פֿון סבֿיון ליבריכט, אָקאָרשט פֿאָרגעשטעלט, ווי די ערשטע דורכן "בית־ליסין"־טעאַטער, טראָגט דעם טיטל "די באַנאַליטעט פֿון דער ליבע".
ס'איז טאַקע צו שטוינען דאָ, ווי אַזוי אַ פֿאָרשטעלונג, וווּ עס גייט די רייד וועגן אַבסטראַקטע פֿילאָסאָפֿישע באַגריפֿן, זאָל אויפֿהאַלטן דעם עולם אין שפּאַנונג. ווי אַזוי געשעט עס טאַקע, אַז אין משך פֿון די אָנדערטהאַלבן שעה, אין וועלכע די העלדן רעדן וועגן נאַציזם, טאָטאַליטאַריזם, אידעאָלאָגיע, זאָל דאָס פּובליקום זיצן ווי צוגעשמידט צו זייערע ערטער און צוקוקן זיך מיט אַ וואַקסנדיקן אינטערעס צו די דראַמאַטישע אַנטוויקלונג? אָן ספֿק — אַ זעלטענע דערשײַנונג, וואָס דאָס איז, גאַנץ מעגלעך, פֿאַרבונדן מיט דער שפּאַנענדיקער פּערזענלעכקייט פֿון דער ייִדישער פֿילאָסאָפֿין, מיטן שאַרפֿן און אינטעליגענטן טעקסט פֿון דער מחברין און מיט דער געלונגענער אויפֿפֿירונג פֿון דער דראַמע אונטער דער רעזשי פֿון אַבֿישי מילשטיין.
"די באַנאַליטעט פֿון דער ליבע" — האָט די ישׂראלדיקע שרײַבערין און דראַמאַטורגין סבֿיון ליבריכט באַזירט אויף דעם באַוווּסטן ליבע־ראָמאַן צווישן דעם דײַטשישן פֿילאָסאָף מאַרטין היידעגער — אַ פֿאַרהייראַטער און פֿאָטער פֿון צוויי קינדער, שפּעטער, אַ מיטגליד פֿון דער נאַצי־פּאַרטיי — מיט זײַן דאַן 18־יאָריקער ייִדישער סטודענטקע, האַנאַ אַרענדט. זי האָט אויפֿגעשטורעמט די ייִדישע וועלט, בעיקר, אין ישׂראל, מיט אירע אַרטיקלען וועגן אײַכמאַן־פּראָצעס, און איר קריטישער שטעלונג צו דער ציוניסטישער אויטאָריטעט. פֿון דאָרט שטאַמט אויך די סענטענץ "די באַנאַליטעט פֿון שלעכטס", וואָס, זעט אויס, האָט מען נישט גוט פֿאַרשטאַנען. אין דער פּיעסע קלערט אויף אַרענדט, אַז זי האָט געמיינט מיט אָט דער פֿראַזע נישט די נאַצי־רישעות, נאָר די לײַט, וועלכע האָבן עס אָפּגעטאָן, געוויינלעכע מענטשן.
אַ קאָנטראָווערסיעלע פּערזענלעכקייט איז האַנאַ אַרענדט, די העלדין פֿון ליבריכטס דראַמע. אין ישׂראל האָט מען זי, פּשוט גערעדט, נישט שטאַרק ליב געהאַט, אַן אַנטיפּאַטיע, וואָס אירע וואָרצלען ציִען זיך אַזש זינט דעם אײַכמאַן־פּראָצעס; און דער מישפּט, ווי באַקאַנט, איז צושטאַנד געקומען אין 1961. אַ סך יאָרן האָט געדויערט דער איבעררײַס צווישן דער פֿילאָסאָפֿין מיט דער ייִדישער מדינה.
האַנאַ אַרענדט איז געקומען קיין ישׂראל, כּדי צו שרײַבן וועגן פּראָצעס אויף דער באַשטעלונג פֿון אַמעריקאַנער זשורנאַל "דער ניו־יאָרקער". אירע אַרטיקלען אונטערן נאָמען "אײַכמאַן אין ירושלים — אַ באַריכט וועגן דער באַנאַליטעט פֿון שלעכטס", זײַנען שפּעטער דערשינען אין אַ בוך־פֿאָרעם.
|
עודד קאָטליער |
|
בלויז פֿיר פּערסאָנאַזשן נעמען אָנטייל אין דער האַנדלונג: עודד קאָטליער — מיט אַ רײַכן רעקאָרד אויף דער ישׂראלדיקער בינע ווי אַן אַקטיאָר און רעזשיסאָר, האָט ווי געוואַרט צו שפּילן די ראָלע פֿון פּראָפֿעסאָר היידעגער; ער איז באמת פֿאַרליבט אין זײַן ייִדישער סטודענטקע. מיט דער פֿריזור, וואָס דערמאָנט אין היטלערן, איז ער תּמימותדיק אויפֿריכטיק ווען ער פֿאַרטיידיקט זײַן אָנשליסן זיך אין דער נאַצי־פּאַרטיי; קאָטליער ווי אַן אַקטיאָר האָט דאָ דערגרייכט די טיפֿקייט פֿון אַן ערנסטן און אינטעליגענטן שוישפּילער.
די ראָלע פֿון האַנאַ אַרענדט האָט מען צעטיילט אויף צוויי פּעריאָדן: די יונגע — אויפֿגעפֿירט דורך דער אַקטריסע מיכל שטאַמלער — זי איז שיין און לעבהאַפֿטיק, ווי די ראָלע פֿאָדערט און ליִאָראַ ריבֿלין — די עלטערע האַנאַ, וואָס איז די ווירקלעכע אַנטפּלעקונג פֿון דער פֿאָרשטעלונג. פּונקט ווי קאָטליער (זיי זײַנען אַמאָל געווען מאַן און ווײַב), פֿאַרמאָגט זי אויך אַ רײַכע און פֿאַרשיידנאַרטיקע אַרטיסטישע קאַריערע; דאָ אָבער שטײַגט זי איבער זיך אַליין: זי איז איבערצײַגנדיק־אויפֿריכטיק ווי זעלטן ווען פֿריִער, איר האַנאַ אַרענדט האָט נישט קיין ספֿקות, זי איז זיכער מיט איר אמת און מיט איר לעבנסגאַנג.
דער פֿערטער, קאָבי ליבֿנע, פֿירט אויס צוויי געשטאַלטן, ביידע אומרעאַלע פּערסאָנאַזשן: רפֿאל מענדעלסאָן — אַ סטודענט, פֿאַרליבט אין האַנאַן, און מיכאל בן־שאַקעט, אַ פֿאַרשטעלטער ווי אַ סטודענט פֿון העברעיִשן אוניווערסיטעט, וואָס קומט כּלומרשט דורכציפֿירן אַן אינטערוויו.
דער רעזשיסאָר אַבֿישי מילשטיין פֿירט דאָ אויס אַן אויסנעמלעכע אַרבעט. אַלע צוזאַמען אָבער זײַנען שותּפֿים פֿון אַ ספּעטאַקל, וואָס וועט זיך פֿאַרגעדענקען אויף לאַנג.