טעאַטער
פֿון (‫ישׂראל)
אַ פּאָרטרעט פֿון ראַשעל, געמאָלט פֿון וויליאַם עטי, אין די 1840ער יאָרן
אַ פּאָרטרעט פֿון ראַשעל, געמאָלט פֿון וויליאַם עטי, אין די 1840ער יאָרן

צו איר 150סטער יאָרצײַט

עליזאַ־רחל פֿעליקס (ראַשעל) איז דער ערשטער ייִדישער שטערן אין דער געשיכטע פֿון דער פֿראַנצויזישער בינע. ראַשעל האָט געמאַכט אַן איבערקערעניש אין דער שפּיל פֿון טראַגעדיעס פֿון 17טן יאָרהונדערט.

בײַ זיבעצן יאָר איז דאָס ייִדישע מיידל, ראַשעל, דערשינען צום ערשטן מאָל, אויף אַ פּרוּוו, אין נאַציאָנאַלן טעאַטער "קאָמעדי פֿראַנסעז", געשאַפֿן אויפֿן באַפֿעל פֿון מלך לויִ דעם 14טן אין 17טן יאָרהונדערט. און גלײַך צו מאָרגנס האָט שוין די קריטיק אָפּגעשאַצט, אַז "ראַשעל איז אַ זעלטענע בינע־קינסטלערין: ס'איז שווער צו געפֿינען אירס גלײַכן!"

נאָך אָפּשפּילן מאָנאַטן אין נאַציאָנאַלן טעאַטער האָט שוין די יונגינקע ראַשעל דערגרייכט די קרוין — "מלכּה פֿון דער בינע!". וועגן דער גלאַנצפֿולער בינעשפּיל פֿון ראַשעל איז פֿאַראַן אַ גרויסע ביבליאָגראַפֿיע אין פֿאַרשיידענע שפּראַכן. וועגן ראַשעל האָבן שרײַבער אַ סך געשריבן און מען שרײַבט נאָך — עד־היום. מען שרײַבט, אַז די ייִדישע פֿרוי, ראַשעל, איז די גרעסטע בינע־קינסטלערין פֿון איר יאָרהונדערט (פֿאַראַן אַזעלכע, וואָס זאָגן, אַז זי איז די גרעסטע פֿון אַלע צײַטן). פֿאַראַן וועגן ראַשעל אויך ביכער אין אונדזער ייִדיש־לשון־קודש — אַ בוך פֿון אב. קאַהאַן, דעם געוועזענעם רעדאַקטאָר פֿון ניו־יאָרקער "פֿאָרווערטס" בשם "ראַשעל" (ניו־יאָרק, 1938) און אַ בוך פֿון פּאַריזער ייִדישן שרײַבער יחזקאל קאָרנהענדלער — "ראַשעל, איר קונסט, איר לעבן, איר ייִדישקייט" (פּאַריז, 1952).

מען דאַרף אונטערשטרײַכן, אַז ראַשעלס אויפֿשטײַג צום זעניט פֿון בינע־קונסט איז באמת אַ נס מן־השמים, ווײַל אַרויסקומען — קומט די־אָ זעלטענע ייִדישע פֿרוי פֿון די אָרעמסטע סאָציאַלע שיכטן; פֿון אַ היים מיט קנאַפּע קולטור־טראַדיציעס.

ראַשעל — עליזאַ־רחל פֿעליקס — דאָס צווייטע קינד אין דער משפּחה, איז געבוירן געוואָרן אין יאָר 1821 אין אַ דאָרפֿישער אָרעמער אַכסניא אין דער שווייץ. אירע טאַטע־מאַמע, אסתּר און יעקבֿ פֿעליקס, עלזאַסישע ייִדן, זענען געווען וואַנדערנדיקע הענדלער מיט אַלטע מלבושים: זיי פֿלעגן פֿון דאָרף צו דאָרף און פֿון שטאָט צו שטאָט שלעפּן אַ האַנטוועגעלע מיטן ביסל אַלטוואַרג, און דערויף — זייער ערשט קינד שׂרה. לייגן אַ ביסן ברויט אין מויל אַרײַן — דאָס איז זיי אָנגעקומען ביטער שווער...

ווען די משפּחה האָט זיך פֿאַרגרעסערט, האָט יעקבֿ פֿעליקס זיך באַזעצט אין דער פֿראַנצויזישער שטאָט ליאָן און דאָרט געהאַנדלט מיט זײַן אַלטוואַרג. די נויט איז אָבער געווען גרויס! אַזוי ווײַט, אַז טאַטע־מאַמע האָבן באַשלאָסן די עלטערע צוויי קינדער שׂרה און רחל, אַרויסצושיקן אין גאַס צו דערלאַנגען אַ "קאָנצערט" פֿון לידער, וועלכע דער טאַטע האָט מיט זיי אײַנגעחזרט.

די זינגערין איז געווען די אַכט־יאָריקע עליזאַ־רחל: די נײַן־יאָריקע שׂרה האָט איר צוגעגרעמפּלט אויף אַ מאַנדאָלינע און געבעטלט אַ גראָשן... יעדן טאָג פֿאַרן אַרויסגיין צום "קאָנצערט" פֿלעגט דער טאַטע באַשטימען די הייך פֿון דער מטבע, וואָס די "אַרטיסטן" דאַרפֿן אַהיים ברענגען! און טאָמער האָט די "נאָרמע" נישט געשטימט, האָט דער שטרענגער טאַטע דערלאַנגט קלעפּ... די קינדער זענען אויסגעגאַנגען פֿאַר שרעק!..

נאָך צוויי יאָר פּרוּוון ס'מזל אין ליאָן, איז די פֿאַרגרעסערטע משפּחה מיט אירע פֿינף קינדער, אַוועק צו פֿוס קיין פּאַריז מיט דער האָפֿענונג, אַז אין גרויסן פּאַריז — אפֿשר דאָרט וועט זיי גאָט צושיקן אַ שטיקל הילף! יאָ! אין פּאַריז האָט זיך גאָט אויף דעם אָרעמען יעקבֿ פֿעליקס מרחם געווען! ס'איז געשען אַ נס; די משפּחה איז געהאָלפֿן געוואָרן!!! דהײַנו?

איז אָט וואָס. אין אַ שפּעטן פֿאַרנאַכט אַמאָל — די "נאָרמע" איז נאָך ווײַט נישט געווען אַ פֿולע — אַהיימגיין מיט אַ קנאַפּן גראָשן איז געווען אַ געפֿאַר... בלית־ברירה, האָט די פֿאַרמאַטערטע רחל גענומען זינגען און זינגען.

אינעם טעמבער פֿון רחלס שטימע האָט געהילכט אַ באַזונדער מין געפֿיל — האָט רחמנות! העלפֿט אונדז מיט אַ גראָשן! און די קליינע רחל האָט געצויגן דעם אויפֿמערק פֿון דורכגייער. מען האָט זיך אײַנגעהערט מיט אינטערעס אין איר געזאַנג. גראָד האָט זיך צווישן די צוהערער געפֿונען אַ באַקאַנטער מוזיק־פּעדאַגאָג מיטן נאָמען שאַראָן. דער פֿראַנצויז איז געבליבן שטיין אַן איבערראַשטער — געוואַלד! הערט נאָר דאָס שטימעלע וואָס דאָס קינד פֿאַרמאָגט! הערט נאָר איר אויספֿירונג פֿון דעם באַנאַל לידל! און טוט נאָר אַ קוק אויף אירע פּיקאַנטע באַוועגונגען! דאָס מיידעלע איז דאָך עפּעס אַ זעלטענער טאַלאַנט!!! יאָ, זי דאַרף אַרײַנקומען אין די הענט פֿון אַ געניטן פּעדאַגאָג, און מיט דער צײַט וועט די קליינע לאָזן פֿון זיך הערן!

עפּעס איז דער פֿראַנצויז אַ צוגעשיקטער מלאך געווען פֿון גאָט! שאַראָן האָט מיט די מיידלעך פֿאַרבונדן אַ שמועס: זיי געפֿרעגט צי זיי באַזוכן עפּעס אַ שול? ניין — איז געווען זייער תּשובֿה; זיי מוזן זינגען אין גאַס אַ פֿעליקן טאָג...

פֿון אַ וואָרט צו אַ וואָרט האָט דער פֿראַנצויז זיי דערלאַנגט אַ שפּאָרע מטבע, און אַוועק מיט זיי צום טאַטן, אים אויפֿקלערן, אַז די קליינע רחל פֿאַרמאָגט אַ זעלטענעם טאַלאַנט, וואָס מען דאַרף שלייפֿן און פּאָלירן; ער איז גרייט זי צו נעמען אין זײַן מוזיק־שולע. נו־מאַ: איבערצײַגן דעם טאַטן, איז געווען נישט לײַכט. ס'טײַטש? וווּ זאָל ער נעמען געלט צו שיקן זײַן רחל אין דער מוזיק־שולע? חוץ אַלעם, איז דאָך דאָס קינד זײַן אָנשפּאַר אין דער פּרנסה...

און אַז שאַראָן, דער גוטער מלאך, האָט דעם טאַטן געזאָגט, אַז ער באַזאָרגט אים מיט אַ רײַכן ייִדישן ספּאָנסאָר, וואָס וועט אויסטראָגן די הוצאָות פֿון רחלס בילדונג, און נאָך אים אַליין העלפֿן מיט פּרנסה — דאָ איז שוין יעקבֿ באַשטאַנען — און די קליינע רחל איז געוואָרן אַ שילערין בײַם פּעדאַגאָג שאַראָן!

שאַראָן האָט די קליינע רחל — דאָס קינד פֿון דער גאַס — אָן שום דערציִונג, אָן בילדונג, גענומען אין די הענט אַרײַן; קודם, זי גענומען לערנען אַ ביסל לייענען און שרײַבן. נאָך אַ קורצער צײַט בילדן איר שטימע האָט דער געניטער שאַראָן אײַנגעזען, אַז רחלס שטימע פּאַסט בעסער פֿאַר אַ טעאַטער־בינע, ווי צו מוזיק. ובכן, האָט ער זי שוין אַרײַנגעגעבן אין אַ דראַמאַטישער שול, וווּ דער דירעקטאָר איז געוואָרן גלײַך אַ מבֿין אויף איר טאַלאַנט. רחל האָט דאָ גלײַך גענומען וואַקסן און געוואָרן פֿון די בעסטע שילער.

אין דער שול איז געווען אַ מינהג, אַז יעדן זונטיק פֿלעגט אַ טרופּע פֿון די בעסטע שילער שפּילן פֿאַר אַן עולם טעאַטער — קאָמעדיעס און טראַגעדיעס — פֿון פֿראַנצויזישע פּאָעטן פֿון 17טן יאָרהונדערט. רחל האָט אין דער דראַמשולע געלערנט צוויי יאָר, און אויפֿגעטראָטן אין שול־טעאַטער גאַנצע פֿיר און דרײַסיק מאָל! עפּעס האָט שוין אין שול־טעאַטער געטאָן אַ בליץ רחלס זעלטענער בינע־טאַלאַנט! מיט אַ לײַכטקייט פֿלעגט זי אַריבערגיין פֿון קאָמעדיע צו טראַגעדיע: און דער עיקר — דעם עולם האָט גערירט, ממש עלעקטריזירט, איר שטימע, וואָס איז געפֿלאָסן פֿון איר האַרץ און נשמה!

קורץ פֿון דער זאַך — צו זיבעצן יאָר טוט רחל (ראַשעל אויף פֿראַנצויזיש) אויפֿטרעטן, לשם פּראָבע, אין אַ קלאַסישער טראַגעדיע פֿון 17טן יאָרהונדערט, אויף די ברעטער פֿון דער נאַציאָנאַלער בינע פֿון "קאָמעדי פֿראַנסעז" (אַ פּיעסע פֿון איר אייגענעם אויסוואַל). מען דאַרף זאָגן: צו דער צײַט, טוען שוין טראַגעדיעס פֿון 17טן יאָרהונדערט ווייניק רעדן צום טעאַטער־עולם; געקומען איז די צײַט פֿון ראָמאַנטיזם מיט וויקטאָר הוגאָ בראָש. און דאָך, האָט ראַשעלס בינע־אויפֿטריט געמאַכט אַ קאָלאָסאַלן אײַנדרוק. דער עולם איז געווען איבערראַשט!

געפֿירט האָט זיך אין דער "קאָמעדי פֿראַנסעז", אַז אַ פֿרישן אַקטיאָר פֿלעגט מען לאָזן שפּילן די הויפּטראָלע במשך אַ וואָך, צען טעג, בכדי צו זען ווי אַזוי ער ווירקט אויף די צושויער. נאָך עטלעכע פּראָבע־אויפֿטריטן פֿון דער יונגער ראַשעל איז שוין די קריטיק אַרויס מיט לויב־אַרטיקלען: "די פֿרײַלין ראַשעל איז די צוקונפֿט פֿון דער 'קאָמעדי פֿראַנסעז’!"

און אַז דער פֿאַרקויף פֿון די אײַנטריט־קאַרטעס אינעם טעאַטער איז באַטײַטיק געשטיגן, נישט געקוקט אויף ראַשעלס רעפּערטואַר פֿון פּיעסעס פֿון 17טן יאָרהונדערט, האָט מען שוין גערופֿן ראַשעלס טאַטן, און מיט אים אונטערגעשריבן אַ קאָנטראַקט אויף אַ יאָר, מיט אַ פֿײַנעם געהאַלט (די מינדעריעריקע ראַשעל האָט קאָנטראַקטן נאָך נישט געטאָרט אונטערשרײַבן).

נאָך זעקס מאָנאַטן פֿון ראַשעלס אויפֿטריטן אין טעאַטער, האָבן זיך די הכנסות פֿון דער "קאָמעדי פֿראַנסעז" פֿאַרטאָפּלט! דאָ האָט מען שוין דעם ייִדישן מיידל געהעכערט דעם לוין! הקיצור, צום יאָר האָט ראַשעלס געהאַלט באַטראָפֿן פֿינף מאָל מער, ווי אין קאָנטראַקט וועלכן דער טאַטע האָט אונטערגעשריבן!!!

די פֿעליקס־משפּחה האָט זיך געשטעלט אויף די פֿיס!

דאָס שיינע פֿון דער זאַך: די אַקטיאָרן פֿון טעאַטער, אַפֿילו זיי, זענען פֿון יונגן ייִדישן מיידלס טאַלאַנט געווען איבערראַשט! נאָך די אַכט מאָנאַטן פֿון ראַשעלס אויפֿטרעטן אויף דער טעאַטער־בינע, האָבן איר די אַקטיאָרן, לכּבֿוד דעם נײַיאָר פֿון 1839, אונטערגעטראָגן אַ פֿײַנע מתּנה: אַ גאָלדענע קרוין מיט איידל־שטיינער!

נאָך אַ יאָר שפּילן אינעם נאַציאָנאַלן טעאַטער ווערט די יונגינקע ראַשעל אַ וויכטיקע פֿיגור אין פּאַריז. אײַנגעלאַדן אין די העכסטע אַריסטאָקראַטישע סאַלאָנען, טוט זי באַקענען שרײַבער און קינסטעלר. וועגן דעם מופֿת ראַשעל נעמט דערשײַנען אַ גאַנצע ביכער־ליטעראַטור; קינסטלער מיט אַ נאָמען שאַפֿן פֿון איר בילדער און סקולפּטורן!

ראַשעל באַקומט אַ וואָרט צו זאָגן אין דער "קאָמעדי פֿראַנסעז", זי נעמט משפּיע זײַן אויף דעם רעפּערטואַר, אויף דעם אינטערפּרעטאַציע־נוסח פֿון די הויפּט־ראָלעס. אַפֿילו אין דער אַדמיניסטראַציע פֿון טעאַטער האָט זי אַ וואָרט צו זאָגן! ראַשעל האָט געמאַכט אַן איבערקערעניש אין דער פֿאַרעלטערונג פֿון טעאַטער.

נאָך צוויי יאָר אויפֿטרעטן אין דער "קאָמעדי פֿראַנסעז" איז די 19־יאָריקע ראַשעל אַוועק גאַסטראָלירן אין עטלעכע שטעט אין פֿראַנקרײַך. אַ יאָר שפּעטער האָט זי גאַסטראָלירט כּמעט איבער גאַנץ אייראָפּע. אין 1855 האָט זי לאַנגע מאָנאַטן געשפּילט אין אַמעריקע, די פֿאַראייניקטע שטאַטן בתוכם. אומעטום איז איר דערפֿאָלג געווען קאָלאָסאַל!

דער פֿראַנצויזישער פּאָעט אַלפֿרעד מיסע (1810—1857) שרײַבט אין אַ בוך: "ראַשעלס שפּיל הערט מען אויס אין אַ רעליגיעזער שטילקייט: מען אַפּלאָדירט מיט ענטוזיאַזם, מען וויינט!" די וועלט האָט זי געקרוינט — "מלכּה פֿון טעאַטער".

אין וואָס איז אייגנטלעך באַשטאַנען דער טאַלאַנט פֿון דער־אָ יונגער ייִדישער "מלכּה פֿון טעאַטער"?

ראַשעל האָט אָפּגעוואָרפֿן די פֿאַרעלטערטע באַגריפֿן פֿון שפּילן טראַגעדיעס, זי האָט אַ סוף געמאַכט צו דער טראַדיציע פֿון זינגענדיקער דעקלאַמאַציע פֿון די טראַגעדיע־טעקסטן פֿון 17טן יאָרהונדערט. מיטן טעמבער פֿון איר טיף־האַרציקער שטים, פֿלעגט זי פּשוט אָן געשריי, אָן רעשיק־איבערגעטריבענע זשעסטן, אַרויסהייבן דאָס הומאַנע וואָס אין דער פּיעסע. קריטיקער האָבן באַטאָנט, אַז "מיט פֿריש־יונג בלוט טוט ראַשעל אויפֿלעבן די טראַגעדיע־העלדינס פֿון 17טן יאָרהונדערט... ראַשעל מאַכט אויפֿלעבן אירע אַמאָליקע אָבֿות — די העברעער פֿון תּנ"ך!" און לאָמיר באַטאָנען: פֿיל טאַלאַנט און ייִדישער שטאָלץ האָט געשטעקט אין ראַשעלס אויסגעבויטער הויפּטראָלע אין דער טראַגעדיע "אסתּר", וועלכע דער פֿראַנצויז ראַסין (1639—1699) האָט געשאַפֿן אויפֿן סמך פֿון "מגילת־אסתּר". ס'איז כּדאַי צו באַמערקן, אַז ראַשעל איז געווען אַ שטאָלצע ייִדישע פֿרוי. מילא, די גויים — זיי האָבן וועלטן אײַנגעריסן זי זאָל זיך שמדן... ראַשעל האָט מיט עקל אָפּגעוואָרפֿן אַלע פּראָפּאָזיציעס און געבליבן געטרײַ איר ייִדישן שורש. זי האָט פֿאַר דער בינע אויסגעקליבן דווקא איר ייִדישן נאָמען — רחל, אונטערן אײַנפֿלוס פֿון דער שטאָלצער ראַכעל — דער העלדין פֿון דער אָפּערע "די ייִדישקע" פֿון הלווי.

נו־מאַ — די וועלט — די גאַנצע וועלט פֿון טעאַטער־קריטיק האָט געשטוינט; און שטוינען, שטוינט מען עד־היום! ווי אַזוי קומט עס, וווּנדערט מען זיך, אַז ראַשעל, די שנאָרערין, דאָס אַמאָליקע גאַסנקינד, איז געוואָרן די גרעסטע בינע־טראַגיקערין פֿון איר יאָרהונדערט? (פֿאַראַן וואָס זאָגן — די גרעסטע פֿון אַלע צײַטן!)

דער זעלטענער אויפֿשטײַג פֿון דער יונגער ייִדישער פֿרוי איז די שׂונאי־ישׂראל געווען אַ ביין אין האַלדז... זיי האָבן געקריצט מיט די ציין, געמאַכט פֿון איר חוזק; געזאָגט, אַז זי איז אַן אַנאַלפֿאַבעטקע און שרײַבט בריוו מיט פֿעלערן. אין מיאוסע קאַריקאַטורן האָט מען וועגן דער ייִדישער ראַשעל גערעדט, אַז געלט איז איר גאָט...

דאָס בילן פֿון די אַנטיסעמיטישע הינט האָט נישט געשטערט, אַז ראַשעל — דאָס ייִדישע וווּנדערקינד — זאָל ווערן אַ מופֿת אין דער געשיכטע פֿון דער טעאַטער־בינע!!!

מיט 150 יאָר צוריק איז ראַשעל, אַ קראַנקע אויף טובערקולאָז, אַן אויסגעמאַטערטע פֿון אירע אָפֿטע גאַסטראָלן אין דער וועלט, געשטאָרבן אין עלטער פֿון 37 יאָר. באַגראָבן האָט מען זי אינעם ייִדישן פֿערטל פֿון פּאַריזער בית־הקבֿרות "פּערלאַשעז". אין איר לוויה, דערציילט מען, האָבן זיך באַטייליקט אַריבער הונדערט טויזנט מענטשן!