טעאַטער
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
אַ סצענע פֿון "פּושקאַרט־פּעדלערס"; רעכטס — מײַקל האַריס אין דער ראָלע פֿון שימל, מיט סטואַרט מאַרשאַל אין דער ראָלע פֿון קאָנעליוס
אַ סצענע פֿון "פּושקאַרט־פּעדלערס"; רעכטס — מײַקל האַריס אין דער ראָלע פֿון שימל, מיט סטואַרט מאַרשאַל אין דער ראָלע פֿון קאָנעליוס

גאָט אַליין און מײַן רעדאַקטאָר ווייסן, אַז איך האַלט זיך אָפּ פֿון שרײַבן רעצענזיעס ווען עס קומט צו אונדזער נאַציאָנאַלן ייִדישן טעאַטער — די "פֿאָלקסבינע". די סיבות זײַנען פֿאַרשיידנאַרטיקע. קודם און צום אַלעם ערשטן, ווען איך האָב הנאה פֿון אַ פֿאָרשטעלונג לויב איך זי, און ווען איך האַלט נישט פֿון דער פּיעסע, שרײַב איך גאָרנישט. דער עיקר, ווען עס קומט צו דער איינציקער בת־יחידהניצע אין ניו־יאָרק, דאָס ייִדישע טעאַטער.

איז די מעשׂה אַזאַ. אַז איך וועל נעמען קריטיקירן, און בײַ אונדז איז עס נישט געהערט געוואָרן צוליב אַ שלל מיט טעמים, וועט מען מיך באַפֿאַלן מיט — סטײַטש! מען טאָר נישט! אַן איינציק ייִדיש טעאַטער און דו רײַסט עס אַראָפּ. זיי פֿאַרשטייען נישט, אַז פֿון קאָנסטרוקטיווער קריטיק לערנט מען זיך. דאָס זעלבע איז אין קלאַס. פֿון גרײַז דערוויסט מען זיך. קיינער וויל נישט, חס־וחלילה, שטיין אין וועג פֿון אַ לויפֿנדיקן טעאַטער־עסק. צווייטנס, וועט מען מיך באַפֿאַלן מיט אַזעלכע טענות, אַז איך טו עס ווײַל איך בין זיי מקנא צוליב דעם וואָס מען שפּילט נישט מײַנע פּיעסעס. און דריטנס, דאָס ביסל וואָס איז פֿאַרבליבן טאָר מען נישט צעשטערן. האַלט איך זיך אָפּ פֿון שרײַבן רעצענזיעס ווען ס'קומט צום איינציקן ייִדישן טעאַטער אין ניו־יאָרק.

און אַזוי ווי איך האָב אַן אַמאָליקן סטודענט מײַנעם, וועלכער האָט זיך אויסגעלערנט בײַ מיר אין קאָלומביע־אוניווערסיטעט אַ גאַנץ נישקשהדיקן ייִדיש, (אַגבֿ, קען דער בחור אויסגעצייכנט אַ שלל מיט שפּראַכן), איז ער אַרײַנגעקומען צו מיר אין קלאַס און דערציילט און אַגיטירט די סטודענטן צו קומען אים זען שפּילן ייִדיש אין נאַציאָנאַלן ייִדישן טעאַטער — די "פֿאָלקסבינע", און אַז מען זאָל למען־השם קומען נישט נאָר אים זען, נאָר זען די גאַנצע פֿאָרשטעלונג גופֿא.

ווען איך האָב געהערט און געלייענט, אַז מען האָט אויסגעקליבן דעם סעזאָן צו שפּילן דרײַ אַקטן וואָס זײַנען אָריגינעל געשריבן געוואָרן אויף ענגליש, פֿונעם דראַמאַטורג מאָריס שיזגאַל, בין איך ממש געווען אַנטציקט. ערשטנס, געדענק איך מיט יאָרן צוריק זײַן פּיעסע וועלכע האָט געהייסן “The Tiger and the Typist" (דער טיגער און די מאַשיניסטקע), און געשפּילט האָבן דאַן די וווּנדערלעכע האָליוווּד־ און בראָדוויי־אַקטיאָרן אילײַ וואַלאַך און ען דזשעקסאָן. אַ סימן האָט איר, אַז עס זײַנען אַוועק אַ קײַמא־לן פֿון דרײַסיק יאָר און איך געדענק עס נאָך עד־היום. בין איך אַוועק זען די פּיעסע אין דרײַ אַקטן וואָס הייסט "שפּיל! שפּיל! שפּיל!" און אַז איך האָב זיך דערוווּסט אַז איין אַקט האָט רעזשיסירט דער באַרימטער בראָדוויי־קינסטלער רעזשיסאָר דזשין סאַקס, און דעם צווייטן אַקט האָט רעזשיסירט דער פּרעכטיקער האָליוווּדער און בראָדוויי־אַקטיאָר באָב דישי, און דעם דריטן אַקט האָט רעזשיסירט דער אינעווייניקסטער — מאָטל דידנער, וואָס אַז ער שפּילט, אי ער פֿאַרטרעט, אי ער שטעלט צוזאַמען מאַטעריאַל. מיט איין וואָרט, איך בין אַוועק אין טעאַטער מיט אַן אויפֿגעהײַטערט האַרץ, גרייט הנאה צו האָבן פֿון אינאָוואַציעס און נײַע אײַנפֿאַלן.

דער ערשטער אַקט איז זייער אַ ייִדישלעכער, וווּ עס האַנדלט זיך וועגן אַ ייִד שימל, וואָס קומט ערשט אַראָפּ פֿון דער שיף (געשפּילט פֿון מײַקל האַריס), און טרעפֿט זיך אָן אין אַ ייִדישן "פּושקאַרט־פּעדלער", וואָס האַנדלט מיט באַנאַנעס (סטואַרט מאַרשאַל). דער גרינער, נעבעך, ווייסט נישט וווּ זיך צו קערן, טוט אים דער באַנאַנע־סוחר אָנבאָטן זײַן געשעפֿט און נעמט בײַ אים צו די לעצטע פּאָר גראָשן, און אויב דאָס איז נישט גענוג, איז איידער וואָס־ווען, קאָנקורירט ער מיט אים און מאַכט אַ געשעפֿט נישט חלילה “fifty-fifty" (האַלב אויף האַלב), נאָר פֿערציק־זעכציק פֿון דער אײַננאַמע.

מ'קען זאָגן, אַז ס'איז ייִדישלעך, ס'איז קאָמיש. און אָט דאָ ליגט דער הונט באַגראָבן. דאָס ייִדישע לשון איז נישט ייִדיש. איך הער ענגלישע זאַצן אויף ייִדיש. די גראַמאַטיק איז אַ באַזונדערע צרה. אפֿשר טראַכטן די פֿאַרוואַלטער פֿונעם טעאַטער, אַז דער עולם קען סײַ ווי נישט קיין ייִדיש, איז וועמען גייט עס אָן, און אַז מען וועט אַרײַנוואַרפֿן אַ ניבול־פּה דאָ און דאָרט, וועט עס זיכער אַרויסרופֿן אַ געלעכטער, איז פֿאַרוואָס דאָס נישט.

איצט צום שפּילן. פֿאַרשטייט זיך, אַז שימל איז אַן ערשטלינג אין ייִדישן טעאַטער. ער איז יונג און מיט אַ ברען, פֿול מיט ענטוזיאַזם, מיט פֿאַרווײַלערישן חן. נאָר ווען איך הער ווי ער צעלומיעט אַ לשון, אין אַ צײַט ווען ער קען יאָ אַ גוטן ייִדיש, טוט עס מיר וויי. זײַן שותּף אין געשעפֿט (סטואַרט מאַרשאַל), איז מסתּמא אַ גאַנץ גוטער אַקטיאָר. איך זע אים צום ערשטן מאָל. ער פֿירט אויס זײַן ראָלע נישקשהדיק. נאָר ווידער אַ מאָל דאָס לשון, כ'ווייס אַפֿילו נישט צי ס'איז זײַן שולד.

דער צווייטער אַקט האָט צו טאָן מיט אַ רײַך פּאָרפֿאָלק, וואָס וווינט עלעגאַנט, טוט זיך אָן עלעגאַנט און פֿירט זיך עלעגאַנט. מיט איין קליינעם חסרון: דער מאַן (איזי פֿײַערסטאָון), האַלט אין איין וויינען. זײַן פֿרוי (סוזאַן טאָרען) ווערט ממש משוגע פֿון אים. בײַ יעדער קלייניקייט וויינט ער. בײַ אַ חתונה, בײַ אַ שׂימחה, בײַם צוהערנדיק זיך צו מוזיק — וויינט ער. ער ברענגט זײַן פֿרוי אַרויס פֿון די כּלים. זי סטראַשעט מיט אַ גט. ס'העלפֿט ווי אַ טויטן באַנקעס.

די אַקטריסע סוזען טאָרען איז אַ העכסט טאַלאַנטירטע, וווּנדערלעכע אַקטריסע וואָס קען זיך אַרײַנפּאַסן אין כּמעט יעדער ראָלע. זי שפּילט אָפֿט אין ייִדישן טעאַטער און איז נישט גענוג אָנערקענט פֿאַר איר טאַלאַנט. איזי פֿײַערסטאָון, נישט קיין פּנים־חדשות אין דער "פֿאָלקסבינע", איז אַרײַנגעטאָן אין ייִדישן טעאַטער יאָרן־לאַנג. ער פֿירט אויס זײַן ראָלע ווי צוגעשניטן.

דער דריטער אַקט איז שוין אַן ערנסטער און ס'רובֿ אויף ענגליש. דאָ האַנדלט זיך וועגן אַ מענטשן, נישט קיין ייִד (סטואַרט מאַרשאַל), וועלכער האָט אַמאָל געאַרבעט בײַ ייִדן, געקענט ייִדן און זיך אַפֿילו אויסגעלערנט פֿון זיי דאָ און דאָרט אַ ייִדיש וואָרט, אַ תּפֿילה, אַ שטיקעלע חזנות. זײַן פֿרוי, וועלכע איז פֿאַרשטעקט ערגעץ אין דער דירה, איז חרובֿ קראַנק. מען הערט בלויז איר קול. אין מיטן דערינען באַווײַזט זיך אַ פּאַרשוין (האַרי פּירס), וועלכער טענהט אַז ער האָט אַמאָל געוווינט אין דער דאָזיקער דירה. ער מיט זײַן משפּחה, נאָר ער געדענקט נישט דעם זיידן. וויל ער דער מענטש זאָל אים דערציילן וועגן זײַן זיידן. און דער מענטש פֿירט אַרויף אויף דער בינע אַ געשטעל מיט ייִדישע קליידער וואָס האָבן אַמאָל געהערט צו דער משפּחה, דער עיקר צום זיידן און צום חזן און צום רבין. און ער שפּילט אויס ווי אין אַ טראַנס די אַלע ראָלעס. ער שפּילט זיי אויס באַגלייבלעך, אויף ענגליש.

ליבע פֿרײַנד, קען אַזאַ אַקט פֿאַסינירן אַ געמישטן עולם? די פּאָר ייִדישע מאָמענטן האָבן זיך שווער געלייגט אויפֿן שׂכל. דער אַפֿראָ־אַמעריקאַנער אַקטיאָר זעט אויס צו זײַן אַ קוואַליפֿיצירטער שוישפּילער. הערי פּירס איז אויך נישט קיים פּנים־חדשות אויף דער ייִדישער בינע. מיט אַ גוט שטיקעלע אַרטיסטישער וואַרע קען ער באַווײַזן וואָס ער קען. זײַן ראָלע האָט אים, דאַכט זיך, נישט דערלויבט צו אַנטוויקלען זײַנע פֿעיִקייטן. דער חבֿרה־מאַן קען רעדן ייִדיש.

פֿרעגט זיך די פֿראַגע — ווי וואָלט געווען ווען איך גיי אין ענגלישן טעאַטער און הער אַן ענגליש וואָס גרילצט אין די אויערן, ווען די גראַמאַטיק איז צעשאָסן צוזאַמען מיטן סינטאַקס, און דער טראָפּ פֿאַלט נישט אויפֿן ריכטיקן טראַף. דאָס וואָלט קיין מאָל נישט געקענט פּאַסירן אין ענגלישן טעאַטער. דאָרט האָט מען דרך־ארץ פֿאַרן לשון. ענגליש איז אַ שפּראַך אַ גבֿירטע, רײַך און אידיאָמאַטיש. עס ווענדט זיך נאָר ווער עס פֿאַרנעמט זיך מיט איר אויף דער בינע. מיר רעדן דאָ פֿון קינסטלערישן פֿאַרנעם. טעאַטער איז אַ שפּיגל פֿון דמיון און ווירקלעכקייט. אויב עס שטייט אײַן אין קינסטלערישע הענט פֿונעם דראַמאַטורג ביזן רעזשיסאָר, פֿונעם אַקטיאָר ביז די אַלע פֿאַרליבטע אין טעאַטער, בלויז דעמאָלט קען מען דערוואַרטן קונסט.

מיר ייִדיש־רעדנדיקע ייִדן זײַנען הײַנט אויף געהאַקטע וווּנדן ווען עס קומט צו קונסט אויף פֿאַרשיידענע געביטן. דער וואָס שטייט אין שפּיץ פֿון טעאַטער דאַרף שטאַרק ליב האָבן די קונסט, שוין אָפּגערעדט פֿון דער ריינקייט פֿון שפּראַך. שפּראַך פֿאַרמאָגט אינספּיראַציע, נשמה, נאָך דערצו ווען עס האַנדלט זיך וועגן ייִדיש. מיר זײַנען פֿאַראָרעמט, נישט צו געלט, נישט אין געלעגנהייטן, אַפֿילו נישט אין אינטערעס פֿון ייִדן און דער אַרומיקער וועלט. ניין! מיר זײַנען פֿאַראָרעמט אין קוואַליפֿיצרטע שוימענטשן. מיר האָבן נישט אויפֿגעכאָוועט קיין יונגן דור שפּילער וועלכע וואָלטן אַמאָל געהאַט די געלעגנהייט צו ווערן קינסטלער. מיר האָבן פֿאַרנאַכלעסיקט די ייִדישע ירושה, מיטן מאָטיוו אַחרי המבול — נאָך מיר קען די וועלט אונטערגיין. וועמען אַרט עס? וועמען אַרט די צוקונפֿט פֿון אונדזער שפּראַך, פֿון אונדזער קונסט, פֿון אונדזער שעפֿערישן מאָרגן.

איך טענה עס שוין יאָרן־לאַנג און עס פֿאַלט אויף טויבע אויערן. מײַן רעדאַקטאָר רעדט מיר צו, אַז איך זאָל שרײַבן דאָס וואָס איך זע און דאָס וואָס איך לעב איבער. אָבער איך קווענקל זיך, ווײַל איך בין אַזוי אויך באַצייכנט ווי אַ מענטש וואָס וואַרפֿט זיך נישט אונטער דעם דרוק; אַ מענטש וואָס פֿליסט נישט מיטן וואַסערקוואַל, ווײַל עס טויג צו פֿאַרשווײַגן. ווי האָט אַמאָל געזאָגט שלום־עליכם: "ס'איז שווער צו זײַן אַ ייִד", און איך זאָג, אַז ס'איז שווערער צו זײַן אַ ייִדענע אין אַ ייִדישער וועלט וואָס דרימלט.

איין זאַך קען איך אײַך זאָגן: גייט אין ייִדישן טעאַטער. נישט געקוקט צי ס'איז גוט צי שלעכט, מוז מען עס אויפֿהאַלטן. די קאָסטיומען האָט צוגעשטעלט מיט גרויס פֿאַרשטענדעניש גייל קופּער־העכט.

נאָך בילעטן צו דער פֿאָרשטעלונג "שפּיל! שפּיל! שפּיל!" קלינגט:

206 עקסטענשאָן, 2120־213 (212)