טעאַטער
אַליסאַ קויִנט

אַליסאַ קויִנט האַלט בײַם פֿאַרענדיקן איר דאָקטאָר־דיסערטאַציע אין האַרוואַרד־אוניווערסיטעט וועגן דער געשיכטע פֿון ייִדישן טעאַטער. זי וווינט אין פּרינסטאָן, ניו־דזשערזי, און שרײַבט פֿאַר פֿאַרשידענע ענגליש־ייִדישע צײַטונגען, צווישן זיי פֿאַרן ענגלישן Forward.


די היסטאָריקער פֿון ייִדישער ליטעראַטור האָבן צומאָל צרות מיט אָפּשאַצן דעם עסטעטישן ווערט פֿון ליטעראַרישע ווערק, וועלכע זײַנען אַ מאָל געווען באַליבט בײַ דעם ייִדישן עולם, אָבער פּאַסן זיך ניט אַרײַן אין אונדזערע הײַנטיקע טעג.