אַ סצענע פֿון דער פֿאָרשטעלונג "שׂונאים. געשיכטע פֿון אַ ליבע", טעאַטער "Steps", ניו־יאָרק |
אין איינעם פֿון זײַנע אַרטיקלען אין "פֿאָרווערטס" האָט י. וואַרשאַווסקי (אונטער דעם פּסעוודאָנים האָט יצחק באַשעוויס געשריבן זײַנע אַרטיקלען), אַנאַליזירנדיק דעם מצבֿ פֿון ייִדישן טעאַטער אין ניו־יאָרק, פֿאַראויסגעזאָגט אים אַ ביטערן סוף. די הויפּט־סיבה דערפֿון האָט דער מחבר געזען אין דעם, וואָס דער ייִנגערער דור רעדט הײַנט נישט קיין ייִדיש, און אַז מע רעדט נישט די שפּראַך, וועלן די דיאַלאָגן פֿון דער בינע קלינגען פֿאַלש, נישט נאַטירלעך. פֿאַר אַמעריקע, האָט ער באַטאָנט, איז נאַטירלעכער צו שפּילן ייִדישן טעאַטער אויף ענגליש.
אין אַ געוויסן זין איז דער שרײַבער געווען גערעכט — קיין עכטער טעאַטער אויף ייִדיש איז הײַנט, צום גרויסן באַדויערן, אין גאַנץ אַמעריקע נישטאָ. פֿאַר וואָס איז אַזוי געשען איז אַ באַזונדערע פֿראַגע, יעדנפֿאַלס, נישט צוליב די סיבות, וואָס דער נאָבעל־לאַורעאַט האָט פֿאָרויסגעזאָגט. אָבער ווי פּאַראַדאָקסאַל עס זאָל נישט אויסזען, שפּילט מען הײַנט אין ניו־יאָרק ייִדישן טעאַטער — אויף רוסיש, און דווקא אַ פּיעסע פֿון יצחק באַשעוויס.
דער טעאַטער "Steps" האָט דעם זומער געשטעלט פֿאַרן רוסיש־רעדנדיקן עולם די אינסצענירונג פֿון באַשעוויסעס ראָמאַן "שׂונאים" ("פֿאָרווערטס", 1966), וווּ עס ווערט געשילדערט די טראַגעדיע פֿון די לעבן־געבליבענע נאָכן חורבן, וואָס זײַנען געקומען קיין אַמעריקע. די פּיעסע הייסט "שׂונאים. געשיכטע פֿון אַ ליבע". מעגלעך, אַז מיט דעם צוגאָב האָבן די אויפֿפֿירער פֿון דער פֿאָרשטעלונג געוואָלט אַרויסברענגען דעם הויפּט־מאָטיוו פֿון דער טראַגעדיע, וואָס צעשפּילט זיך אין ניו־יאָרק, אין די סוף פֿערציקער, אָנהייב פֿופֿציקער יאָרן, ווען נאָך די "די־פּי"־לאַגערן, וווּ עס האָבן זיך געפֿונען אַרום 250 טויזנט לעבן־געבליבענע ייִדן, זײַנען אַהער געקומען בערך 80 טויזנט מענטשן.
דאָס איז טרוקענע סטאַטיסטיק, אָבער אונטער די ציפֿערן צאַפּלען לעבעדיקע, צעבראָכענע נשמות. עטלעכע פֿון זיי ווערן ווי אַרויסגעריסן פֿונעם אַלגעמיינעם לעבנס־קאָנטעקסט, פֿון די רעשיקער ניו־יאָרקער גאַסן, פֿאַרפֿלייצט מיטן האַוונדיקן המון, וווּ איינער זעט דעם צווייטן איין רגע, און פֿאַרלירט אים אויף אייביק. געבליבן פֿאַרשפּאַרט אין די דלתּ אַמות פֿון אַ שמאָלן שטח, די גרייס פֿון אַ טעאַטער־בינע, פֿאַרטרויען אונדז די רעשטלעך פֿון דעם טייטלעכן ווירבל זייער פּערזענלעכע טראַגעדיע. איצט דאַרף מען זיך נישט אײַלן; די נשמה אַנטפּלעקט מען נישט אין האַוועניש.
אין אַזאַ אויסגעהאַלטענעם ריטעם, אָבער מיט אַן אינערלעך־אָנגעצויגענער ספּרוזשינע, שטעלט די טרופּע פֿאָר די דראַמע פֿון איינעם אַ שרײַבער, הערמאַן בראָדער, וואָס האָט זיך פֿאַרפּלאָנטערט אין "דרײַ ליבעס" צו דרײַ זײַנע ווײַבער. מיט יעדער פֿרוי איז ער געקניפּט און געבונדן אויף אַ באַזונדערן אופֿן; יעדער פֿון זיי אָפּגעגעבן אַ טייל פֿון זײַן נשמה, און געבליבן יעדערער שולדיק אַ חובֿ — צו זײַן בײַ איר דער איינציקער ממשותדיקער אָנשפּאַר אין לעבן.
ווי כּמעט אין אַלע ווערק פֿון באַשעוויסן, ווערן אויך אין "שׂונאים" באַטראַכט די מענטשלעכע צווישן־באַציִונגען אינעם מאָמענט פֿון זייער העכסטער עקסטאַטישער אַנטבלויזנקייט; ווען די אינערלעכע ספּרוזשינע פֿון אומשטאַנדן איז אָנגעצויגן ביז איר לעצטן וויקל — נאָך איין דריי און אַלץ, וואָס די ספּרוזשינע טראָגט, וועט פּלאַצן. דעמאָלט געשעט דאָס אומפֿאַרמײַדלעכע: די נאָענטע — ווערן אָפּגעפֿרעמדט, דאָס גוטע לאָזט זיך אויס אין שלעכטס און ליבע פֿאַרוואַנדלט זיך אין שׂינאה.
דעם רעזשיסאָר פֿון דער פֿאָרשטעלונג סלאַוואַ סטעפּנאָוו, האָט זיך מײַסטעריש אײַנגעגעבן צו טוישן די ליטעראַרישע בגדים פֿונעם ראָמאַן אויף טעאַטראַלע קאָסטיומען. זײַנע מיטלען איבערצוגעבן וויזועל די ליטעראַרישע קאַנווע פֿונעם ראָמאַן זײַנען זייער באַשיידענע, אָבער טרעפֿלעכע און טראָגן אַ טיפֿן סימבאָלישן זין. די וואַליזקעס, צעוואָרפֿן דאָ און דאָרט איבערן אַלקער, וווּ עס וווינט דער הויפּט־העלד, ברענגען באַלד אַרײַן אַ וואַנדער־מאָטיוו; די אײַנוווינער פֿון דעם שטח זײַנען אימיגראַנטן, לופֿט־מענטשן, אָן אַ פֿעסטן באָדן אונטער די פֿיס. אויף די וואַליזקעס שלאָפֿן זיי, און פֿון די וואַליזקעס עסן זיי... זיי קומען פֿון אַן אַנדער וועלט, וואָס מער עקזיסטירט זי שוין נישט. דאָרט איז געבליבן אַלץ — זייער נעכטן און זייער מאָרגן. וואָס זשע האָבן זיי אַרויסגעטראָגן פֿון יענער וועלט אין זייער הײַנט? וואָס איז זייער באַגאַזש? שטיינער... שווערע שטיינער אויפֿן האַרצן; און ווי עס פֿירט זיך לויטן ייִדישן מינהג, לייגט מען אַ שטיינדל אויף דער מצבֿה, פֿאַרן פֿאַרלאָזן דעם בית־עולם. זיי, די לעבן־געבליבענע האָבן פֿאַרלאָזט יענע וועלט, יענעם בית־עולם, אָן אַ וויסן וווּ עס ליגט דער געביין פֿון זייערע נאָענטע, פֿאַרפּײַניקט און פֿאַרוואַנדלט אין קרעמאַטאָריע־רויך. קיין שפּור פֿון זייער פֿאַרגאַנגענהייט איז נישט געבליבן. האָבן זיי די שטיינדעלעך געבראַכט מיט זיך, און מעגלעך, פֿאַר זיך...
די עקסצענטרישע סיטואַציע פֿון אַ מאַן מיט דרײַ געזעצלעכע ווײַבער האָט באַשעוויס געדאַרפֿט, כּדי נאָך בולטער און גראָטעסקישער אַרויסצוּווײַזן דעם טראַגישן אַבסורד, וואָס אַ מלחמה קאָן ברענגען אַ פּשוטן מענטשן. יאַדוויגאַ (אַקטריסע יעלענאַ שמואלענסאָן), דאָס פּויליש דאָרפֿס־מיידל, וואָס האָט געראַטעוועט פֿון טויט איר געוועזענעם באַלעבאָס, איז געפֿאַלן אַ קרבן פֿון איר ליבע צו אים. אַבי צו זאָגן, האָט ער חתונה געהאַט מיט איר נישט נאָר ווײַל ער איז איר בעל־חובֿ; ער האָט זי ליב אויף זײַן אופֿן און איז גרייט מיט איר ממשיך צו זײַן דאָס לעבן אין דער נײַער היים. דער אַקטריסע שמואלענסאָן, באַקאַנט אויך פֿון דער ייִדישער בינע, האָט זיך אײַנגעגעבן מיט פּשוטע גראַפֿישע שטריכן אָנצייכענען דאָס נאַיִווע געשטאַלט, אָנגעשראָקן פֿון דער פֿרעמדקייט וואָס רינגלט זי אַרום — די גרויסע שטאָט, אומבאַקאַנטע שפּראַך, מאָדנע מענטשן. די אַקטריסע האָט געפֿינען ריכטיקע אינטאָנאַציעס בײַם איבערגעבן אויף רוסיש די פּוילישע שפּראַך. געטאָן עס איידל, נישט איבערגעכאַפּט די מאָס.
בראָדערס געליבטע, מאַשע (ליזע קײַמין), אַ היפּוך פֿון זײַן איצטיקער פֿרוי, אַ גרויסשטאָטישע קראַסאַוויצע, האָט זי נאָך אין יענעם לעבן געדרייט ליבעס מיט פֿרעמדע מענער. אין איר ליבע־נעץ האָט זיך אַרײַנגעכאַפּט אויך הערמאַן. מאַשע, געבליבן מיט איר גײַסטיק־קראַנקער מוטער (לאַנאַ יעניקאָוואַ), עלנט ווי אַ שטיין, אינגאַנצן אויסגעשעפּט, טשעפּעט זיך פֿאַר דעם אילוזאָריש ביסל גליק, מיט האָפֿענונג אויפֿצושטעלן אינעם נײַעם לאַנד אַ נײַ, שיין לעבן. די אַקטריסע ליזע קײַמין איז ווי צוגעמאָסטן צו דער ראָלע. זי האָט דערזען אין איר פּערסאָנאַזש אַ פֿרוי אַ פֿוקסיכע, אָבער נישט קיין לעבעדיקער, נאָר, ווי אַ שיינער קאָלנער אויפֿן האַלדז. און באמת, מאַשע איז נישט מסוגל גובֿר צו זײַן די שוועריקייטן, וואָס עס ברענגט די אימיגראַציע; זי איז אויסגעליידיקט, קיין לעבעדיקער זוים האַלט זיך נישט אין איר. זי מפּלט. זי קאָן נישט ברענגען קיין נײַ לעבן אויף דער וועלט, און זי קאָן אַליין נישט לעבן ווײַטער. נאָכן טויט פֿון איר מאַמען, גייט זי אַליין אַוועק פֿון דער וועלט, געבליבן ליגן אײַנגעראָלט לעבן אַ בערגעלע שטיינדלעך, ווי אַ פֿוקסענער קאָלנער אויפֿן האַלדז פֿונעם מלאך־המוות.
הערמאַן האָט אויך מאַשען ליב, אָבער פֿאַרשטייט, אַז אַזעלכע פֿרויען זײַנען גוט נאָר אויף צו שלאָפֿן מיט זיי. אַן אַנדער זאַך — זײַן ערשטע פֿרוי טאַמאַרע (אַניע יאַסילעווסקי). הערמאַן איז זיכער געווען, אַז זי איז אומגעקומען אין איינעם מיט זייערע קינדער. ווען טאַמאַרע, ווי אַ שאָטן פֿון יענער וועלט, שטעלט זיך אָבער אַרײַן אינעם אַלקער, וווּ ער וווינט מיט יאַדוויגאַן, לעבט אין אים ווידער אויף די אַלטע ליבע. זי, טאַמאַרע, פֿאַרבינדט אים דאָך מיט זײַן פֿאַרגאַנגענהייט, מיטן אָנדענק צו זײַנע צוויי קינדער, אויף אייביק פֿאַרבליבן אין יענער פֿאַרברענטער וועלט. טאַמאַרע איז גרייט אים מוחל צו זײַן אַלע זײַנע זינד און שוואַכקייטן. זי ווייסט בעסער פֿון יענע צוויי פֿרויען, וואָס איר מאַן שטעלט מיט זיך פֿאָר. זי געהערט צו די ייִדישע פֿרויען, וואָס טראָגן אויף זיך דעם עול פֿון אויסהאַלטן אַ שטוב, האָבן און כאָווען קינדער, און אַז מע דאַרף, פֿירן דאָס געשעפֿט אויך. זי וועט אין דעם נײַעם לעבן נישט פֿאַרפֿאַלן ווערן. זי וויל נאָר איין זאַך, ווי פֿריִער, צו זײַן אין איינעם מיט איר שלימזלדיקן מאַן. אַפֿילו אונטער איין דאַך מיט זײַן פּוילישער פֿרוי אין זייער קינד. בפֿירוש אַזאַ געשטאַלט — אַ לעבנספֿעיִקע, פֿול מיט ווײַבערישן חן און כּוח — האָט אויסגעקנאָטן די אַקטריסע אַניע יאַסילעווסקי.
הערמאַן בראָדער (ראָמאַן פֿרייד), דער צעבראָכענער און פֿאַרלוירענער מענטש, וואָס ציט זײַן חיונה אין דער פֿרײַער אַמעריקע פֿון שרײַבן דרשות דעם גוטמוטיקן אַמעריקאַנער ראַבײַ (באָריס קאַזינעץ), וואָס איז מער אַ געשעפֿטמאַן, איידער אַ דינער פֿון גאָט — איז נישט נאָר צעבראָכן און צעריסן פֿון ספֿקות מיט וואָסער ווײַב צו פֿאַרבלײַבן; זײַן נשמה איז געבליבן אינצווישן — צווישן צוויי וועלטן, צווישן גלויבן און נישט־גלויבן, צווישן גאָט און שׂטן.
צי האָט זיך דעם אַקטיאָר ראָמאַן פֿרייד אײַנגעגעבן צו אַנטפּלעקן אַזאַ קאָמפּליצירטע נאַטור? אַ פּאַסיקער ענטפֿער וואָלט מסתּמא געווען — ערטערווײַז. איבערצוגעבן אַזאַ טיפֿן בראָך פֿון זײַן פּערסאָנאַזש, פֿעלט דעם אַקטיאָר אַ פֿאַכמענערישע גאַנצקייט און רײַפֿקייט. נישט תּמיד גלייבט זיך פֿון זײַן שפּילן, אַז אַזאַ פּאַרשוין ווי הערמאַן בראָדער, נישט געקוקט אויף זײַן געפֿאַלנקייט, טראָגט אין זיך דעם כּוח צו פֿאַרכּישופֿן דרײַ פֿאַרשידענע פֿרויען.
און נאָך איין טעאַטראַלער סימבאָלישער עלעמענט, אײַנגעפֿירט פֿונעם רעזשיסאָר סלאַוואַ סטעפּנאָוו — דער פּשוטער לייטער אויפֿן הינטערגרונט פֿון דער בינע. אין אַ גוטע טעאַטער, ווי מיר ווייסן, זײַנען קיין צופֿעליקע זאַכן נישטאָ. קומט אויפֿן זינען יעקבֿס לייטער. וווּהין פֿירט ער אין דעם פֿאַל? אין ירושלים איז דאָ אַ סקולפּטור, וואָס הייסט טאַקע אַזוי — "יעקבֿס לייטער"; אָבער די טרעפּלעך פֿון דעם לייטער זײַנען אַזוי אויסגעלייגט, אַז ס‘איז אוממעגלעך אויף זיי זיך אַרויפֿצוהייבן. מע פֿאַלט צוריק אויף דער ערד, אויב נישט נאָך נידעריקער...
נאָך אַזאַ חורבן איז דער וועג צום הימל געוואָרן נאָך ווײַטער און שמעלער, נישט בלויז פֿאַר די געשטאַלטן פֿון דער פּיעסע, נאָר אויך פֿאַר דער גאַנצער מענטשהייט.
דער טעאַטער "Steps" האָט אויף אַ באַגרענעצטער צײַט פֿון אַ פֿאָרשטעלונג אַרויסגעריסן זײַן צושויער פֿונעם דרויסנדיקן ניו־יאָרקער הו־האַ און געוויזן אים אַ שטיק לעבן פֿון נעכטן. צי איז דער נעכטן אַזוי ווײַט פֿון אונדזער הײַנט, דאַרף יעדער פֿאַר זיך ענטפֿערן אַליין.