טעאַטער
אָדם ראָטנבערג אין דער ראָלע פֿונעם בחור יאַשאַ
אָדם ראָטנבערג אין דער ראָלע פֿונעם בחור יאַשאַ

עס גייט אַ נײַע דראַמע אינעם טעאַטער וואָס הייסט "Playwrights Horizons," אויף דער 42סטער גאַס צווישן אַכטער און נײַנטער עוועניו אין ניו־יאָרק, און איך האָב זיך אַהין אַרײַנגעכאַפּט צו זען אַ נאָכן־חורבן־פּיעסע. די פּיעסע גייט אויף ענגליש, פֿאַרשטייט זיך, אָבער אויף ייִדיש וואָלט איך עס איבערגעזעצט ווי די "צוריקצאָלער", אָדער "נקמה־נעמער". דער זאַל איז געווען געפּאַקט מיט מענטשן פֿון יעדן עלטער, ס׳רובֿ פֿון זיי — יוגנטלעכע. אַלע זײַנען געקומען זען ווי די לעבן־געבליבענע ייִדן נעמען נקמה אין די מערדער און צאָלן זיי צוריק פֿאַר די אַלע לײַדן און פּײַן וואָס מיר זײַנען אויסגעשטאַנען פֿון דער דײַטשער בעסטיע.

דאָ האַנדלט זיך אין אַ הפֿקר־וועלט וואָס אַ גאָר קליין גרופּקעלע פֿון דער שארית־הפּליטה, דער עיקר, יונגע־לײַט און מיידלעך, האָבן פֿאַר זיך אויסגעקליבן נאָך דער מלחמה, אונטערן אײַנדרוק, אַז זייער לעבן איז שוין סײַ ווי פֿאַרסמט געוואָרן פֿון דעם וואָס דאָס אַכזריות פֿון די דײַטשן, פּאָליאַקן, אוקראַיִנער, ליטווינער און אַ שלל מיט אַנדערע, וואָס האָבן געהאַט אַ האַנט אין אונדזער אומקום. זיי האָבן געחלומט פֿון נעמען נקמה פֿאַר זייערע נאָענטסטע וואָס זײַנען געגאַנגען אויף קידוש־השם. דאָס לעבן אַליין האָט בײַ זיי נישט געשפּילט קיין גרויסע ראָלע מער. אַלץ וואָס זיי האָבן געהאַט אין זינען איז אָפּצורעכענען זיך, אָנהייבנדיק מיט די דײַטשן. דאָס איז געווען אַ יוגנט וואָס האָט זיך געראַטעוועט אין די וועלדער און פֿעלדער אונטער דער נאָז פֿונעם שׂונא און נאָך ווי קינדער באַשלאָסן צו נעמען נקמה.

אין 1946 האָבן זיי געדונגען אַ צימער אין אַ פּאַריזער האָטעל און זיך געגרייט צו דער גרויסער געשעעניש. זייער פֿענצטער האָט פּונקט אַרויסגעקוקט צום באַרימטן קלויסטער "Notre Dame," וווּ די אָפֿטע גלאָקן הערן נישט אויף צו פֿאַרגלישן (פֿאַרטויבן) די אויערן. זיי קוקן אַרויס פֿונעם פֿענצטער פֿון זייער האָטעל־צימער און פֿאַרשעלטן יעדן קירכן־קלאַנג, יעדע ליימענע סטאַטוע וואָס געפֿינט זיך סײַ אינעווייניק און סײַ אין דרויסן, אַרײַנגערעכנט די קריסטלעכע סטאַטוע פֿון זייער גאָט צוזאַמען מיט דער מאַטקאַ־באָסקע (די בתולה־מוטער).

ווי געזאָגט, די צוויי ערשט געראַטעוועטע פֿונעם חורבן זײַנען יונג און רײַף צום לעבן, און זייערע בלוטן און צוציִונגס־קראַפֿט וועקט זיך אין זיי אויף ווי פֿון אַ לאַנגן שלאָף. לאָזט מען זיך וווילגיין. זי הייסט אַניקאַ (מאַרגאַריטאַ לעוויעראַ), אַ שיינע, אַ שלאַנקע, און וויל דער בחור, יאַשאַ (אָדם ראָטנבערג) זאָל זיך אונטערנעמען דורכצופֿירן סאַבאָטאַזשן, באַגיין אַקטן פֿון נקמה, צוריקצאָלן פֿאַר יעדער רגע וואָס זיי האָבן זיך אָנגעליטן. אַ דײַטש פֿאַר אַ ייִד. דער בחור איז פֿאַרליבט אין אַניקאַן, טוט ער איר צוליב. זי זאָגט אים צו, אַז נאָכן נקמה־אַקט וועט זי מיט אים חתונה האָבן. דער בחור איז בלאָנד און זעט גאָרנישט אויס ווי קיין ייִד. ער קען אַרויסשמוגלען זיך מיט אַ צעבראָכענעם פּויליש און אַ צעקאַליעטשעטן דײַטש, און דער עיקר מיטן אויסזען ווי אַ שקץ.

דעם ערשטן פּלאַן האָט אויסגעאַרבעט דער בחור דובֿ (אָדם דרײַווער), וועלכער געפֿינט זיך שוין אין דײַטשלאַנד. ער האָט זיך דאָראָבעט צו געווער און טשאַטעוועט איצט אויף אַ דײַטש וואָס קומט מיט אים אין קאָנטאַקט. דינאָטשקאַ (קריסטין מיליאַטי), דאָס מיידל וואָס איז פֿאַרליאַפּעט אין דובֿן, איז צוגעקלעפּט צו אים ווי דזשעגעכץ. זי טרעט נישט אָפּ פֿון אים און דינט אים ווי אַ שקלאַף. דובֿ איז געבענטשט מיטן כּוח־הדיבור. ער קען רעדן פֿאַר פֿײַער און פֿאַר וואַסער, ער קען אָרגאַניזירן, ער קען ליפֿערן אַמוניציע, ער קען צוציִען צו זיך אַ כאָפּטע יונגוואַרג, וועלכע זאָלן ווערן מיטגעריסן מיט אים.

דער צווייטער פּלאַן באַשטייט אין שיקן דעם יונגן, שיינעם, בלאָנדן יאַשען, וואָס געפֿינט זיך און ליבט זיך מיט אַניקאַן אין פּאַריז, קיין דײַטשלאַנד אויסצופֿירן דעם ערשטן אַקט פֿון פֿאַרניכטונג. זײַן ראָלע באַשטייט פֿון ווי נישט איז אַרײַנצוקריגן זיך אין אַ בעקערײַ, אויסלערנען זיך די מלאָכה פֿון באַקן ברויט פֿאַר די נײַנצן הונדערט דײַטשע געפֿאַנגענע — מלחמה־פֿאַרברעכער — און געפֿינען זיך אויף דער אַמעריקאַנער זאָנע. זיי האָט דער בחור זיך אונטערגענומען צו פֿאַרסמען מיט די ברייטלעך וואָס ער וועט באַקן.

אינטערעסאַנט איז פֿאַר מיר געווען צו לייענען אַן אויסצוג פֿון דער "ניו־יאָרק טײַמס", דאַטירט אַפּריל 20, 1946, וואָס מ׳טיילט אויס יעדן טעאַטער־קריטיקער, וווּ זיי באַשרײַבן ווי אַ גרויסע צאָל דײַטשע מלחמה־פֿאַרברעכער וואָס געפֿינען זיך אויף דער אַמעריקאַנער זאָנע לעבן נירנבערג אין אַ לאַגער פֿאַר מלחמה־פֿאַרברעכער.

און איצט הערט אַ שיינע מעשׂה. איך האָב מיט יאָרן צוריק געהערט אַבא קאָוונערן, דעם העברעיִשן פּאָעט, וועלכער איז ניצול געוואָרן פֿון ווילנער געטאָ, וווּ ער האָט אַמאָל דערציילט אין ייִוואָ און דווקא אין אַ פֿולבלוטיקן ווילנער ייִדיש, גאָר אַן ענלעכע געשיכטע וואָס ער האָט אָרגאַניזירט גלײַך נאָך דער מלחמה. ער האָט זיך טאַקע געראַטעוועט אין די וועלדער. צוריקגעקומען אַהיים, קיינעם נישט געטראָפֿן, איז ער אַוועק אין 1946 קיין פּאַלעסטינע, וואָס איז דעמאָלט געווען אונטער דעם בריטישן מאַנדאַט. ער איז אַוועק אַהין, פֿאַרשטייט זיך, אומלעגאַל. פֿון דאָרט האָט ער פּלאַנירט דעם אָנפֿאַל אויף די נאָך־מלחמהדיקע דײַטשן. ער האָט אָרגאַניזירט אַ קליינע מאַנשאַפֿט פֿון יוגנטלעכע, אַלע לעבן־געבליבענע, וואָס זײַנען געווען גרייט מיטצואַרבעטן מיט אים.

דעם זעלבן יאָר האָט זיך אַבא קאָוונער צוריקגעקערט פֿון פּאַלעסטינע קיין דײַטשלאַנד און פּלאַנירט די געשיכטע מיטן נעמען נקמה אין די דײַטשן, פֿאַרסמען ברייטלעך ברויט אין אַ בעקערײַ און עלימינירן וויפֿל דײַטשן עס איז מעגלעך. אָבער פֿונעם פּלאַן האָט זיך אויסגעלאָזט אַ בוידעם. עס האָט זיך דערוווּסט דערפֿון די ישׂראלדיקע שפּיאָנאַזש־דינסט און אָפּגעשטעלט די גאַנצע אונטערנעמונג.

דאָס אינטערעסאַנטסטע דערפֿון איז, וואָס מיט קיין איין וואָרט דערמאָנט מען נישט אַבא קאָוונערס נאָמען. איין נאָמען פֿון אַ העלד אין דער פּיעסע האָט זיך אַרויסגעוויזן צו זײַן דובֿ קאַפּלינסקי. אויב איך האָב נישט קיין טעות, געדענקט זיך מיר אַבֿרהם סוצקעווערס שילדערונג פֿון דער געשיכטע פֿון איינעם אַ קאַפּלינסקי, וועלכער האָט פֿאַרמאָגט אין זײַן שטוב אין ווילנע אונטער דער פּאָדלאָגע, רערן וואָס האָבן געפֿירט צו דער קאַנאַליזאַציע, און דורך די רערן האָט די יונגע חבֿרה פֿון ווילנער געטאָ, געמאַכט זייער ויבֿרח אין די אַרומיקע וועלדער. צווישן זיי זײַנען געווען אַבֿרהם סוצקעווער און אַבא קאָוונער, און אַ סך אַנדערע וואָס האָבן זיך אַזוי אַרום געראַטעוועט. איז אויב דער דראַמאַטורג דניאל גאָלדפֿאַרב האָט זיך אָנגעלייענט אַ וועלט, אויסגעפֿאָרשט און אָפּגעזעסן אין אַ שלל ביבליאָטעקן, אינספּירירט געוואָרן פֿונעם מאַטעריאַל, און אָנגעשריבן די דראַמע, קומט אים סײַ ווי אַ יישר־כּוח.

דניאל גאָלדפֿאַרב פֿאַרמאָגט הינטער זיך אַ שלל מיט פּיעסעס וואָס מען האָט אויפֿגעפֿירט מיט גרויס דערפֿאָלג. צווישן זיי האָב איך געזען זײַן פּיעסע "מאָדערנע אָרטאָדאָקסיע," נישט אַרײַנגערעכנט אַ טוץ אַנדערע דראַמאַטישע ווערק. דאָס איז נישט דאָס ערשטע מאָל וואָס ער שרײַבט אויף ייִדישע טעמעס.

נאָך אַ זאַך. ביז אַהער האָב איך געהערט אַפֿילו פֿון די, וואָס פֿאַרנעמען זיך מיט שרײַבן, שטעלן אָדער אָנטייל נעמען אין חורבן־מאַטעריאַל, אַז דער חורבן איז שוין אויסגעשפּילט, אַז מענטשן ווילן נישט הערן מער די גרויליקע חורבן־געשיכטעס. אַנשטאָט דעם וויל דער הײַנטיקער עולם פֿאַרווײַלונג מיט טענצע און געזענגע. אַרויסגייענדיק פֿון זאַל, האָב איך געהערט אָפּרופֿן פֿונעם עלטערן דור פֿרויען אין טעאַטער, אַז די פּיעסע איז צו שווער פֿאַר זייערע געמיטער, אַז מען דאַרף זי איבערניצעווען און איבעררעזשיסירן און דערצו בײַטן די אַקטיאָרן. פֿון דער צווייטער זײַט, אָבער, האָט דער יונגער דור דווקא שטאַרק אַפּלאָדירט און אַרויס מיטן אויסדרוק אויפֿן פּנים, אַז זיי האָבן גאָרנישט געוווּסט פֿון ייִדן וואָס האָבן געוואָלט נאָך דער מלחמה נקמה נעמען אין די דײַטשן.

מײַן אויפֿפֿאַסונג פֿון דער פּיעסע פֿאַרקערעוועט זיך גאָר אויף אַנדערע שינעס. איך בין געווען באַאײַנדרוקט פֿון דער פּיעסע. ערשטנס, ווײַל זי איז גוט געשריבן, אַ דאַנק דעם מחבר דניאל גאָלדפֿאַרב, און גוט אויסגעפֿירט פֿון די גאָר טאַלאַנטירטע אַקטיאָרן. צווישן זיי האַמילטאָן קלענסי, אָדם דרײַווער, רעבעקאַ הענדערסאָן, מאַרגאַריטאַ לעוויעראַ, קריסטין מיליאַטי, אָדם ראָטנבערג און ליסאַ שטרוז. צוזאַמען האָבן אין דער פּיעסע אָנטייל גענומען נײַן אַקטיאָרן. די ראָלע פֿונעם פּוילישן בעקער־יונג האָט אויסגעפֿילט האַמילטאָן קלענסי זייער באַגלייבלעך און האַרצלאָז.

דערעק מעקליין האָט צוגעשטעלט אַ זייער אײַנדרוקספֿולע און אײַנפֿאַלערישע סצענע, דעקאָראַציעס — סײַ פֿאַכמעניש און סײַ אײַנפֿאַלעריש. רעזשיסירט האָט די פּיעסע, מיט אַ פֿאַכמענערישער האַנט לי סילווערמאַן, וועלכער פֿאַרמאָגט אויך הינטער זיך אַ חשובֿ אָרט אין דער טעאַטער־וועלט. פֿאָלגט מיך, און לאָזט נישט אַדורך די אײַנדרוקספֿולע פּיעסע The Retributionists. מען שפּילט זי אין "Playwrights Horizons," וואָס געפֿינט זיך אויף דער 42סטער גאַס צווישן אַכטער און נײַנטער עוועניו. שטעלט זיך אין פֿאַרבינדונג מיט זיי דורך דעם טעלעפֿאָן 2120־315 (212).