די נאַכט פֿאַר דער פֿאָרשטעלונג ווערט פֿאַרפֿאַלן איינע פֿון אונדזערע אַקטריסעס, די באָסטאָנער מויד, וואָס האָט געשריבן די מוזיק. זי איז געפֿאָרן פֿון באָסטאָן מיטן אויטאָ און אַרום האַלבער נאַכט האָט זי באַשלאָסן צו קומען צו אונדז אַהיים קיין "ריווערדייל" איבערצונעכטיקן. זי איז אָבער נישט אָנגעקומען. אַזוי ווי איך האָב זיך געלייגט פֿרי שלאָפֿן, האָב איך צו מאָל נישט געוווּסט פֿון דער קאַטאַסטראָפֿאַלער לאַגע. האַלב דרײַ אין דער פֿרי, דער טעלעפֿאָן קלינגט. איך שלאָף און הער גאָרנישט. אָבער מײַן מענדל איז נאָך אויף. ס׳איז רינה. זי קען נישט שלאָפֿן, זי וויל וויסן צי ראָזאַלי איז אָנגעקומען בשלום. מענדל האָט אַפֿילו נישט געוווּסט, אַז זי האָט געדאַרפֿט בײַ אונדז איבערשלאָפֿן. ביידע האָבן זיך איצט גענומען זאָרגן, ביידע האָבן באַשלאָסן נישט אַרײַנצופֿאַלן אין קיין בהלה, נישט קלינגען דער פּאָליציי, נאָר צוּוואַרטן ביזן פֿרימאָרגן.
איך הייב זיך אויף אין דער פֿרי און געפֿין אויס אַז ראָזאַלי, איינע פֿון אונדזערע אַקטריסעס און מוזיקערין, איז פֿאַרלוירן געגאַנגען דעם טאָג פֿון אונדזער דערעפֿענונג. איך קלינג רינהן, מײַן שותּפֿטע. יענע איז משוגע פֿאַרזאָרגט און בײַ מיר צעשפּילט זיך שוין די פֿאַנטאַזיע —איך זע פֿאַר זיך שרעקלעכע סצענעס. נאָך אַלעמען, ס׳איז ניו־יאָרק. רינה וויל נאָר וויסן איין זאַך:
"זאָלן מיר צו וויסן געבן דער פּאָליציי, צי ניין?"
איך לייג פֿאָר נאָך צוּוואַרטן. די חבֿרהמאַנטע וועט זיך אפֿשר אָפּזוכן. מיר קענען דאָך דעם אַקטיאָרן־שבֿט. איין שאַנדרע־באַנדרע, איינס איז נישט בעסער פֿון ס׳אַנדערע.
ס׳איז דער טאָג פֿון דער דערעפֿענונג. ס׳איז עלף אין דער פֿרי. מיר זײַנען שוין אין דער "ווײַ," פּוצן אויס די טישן אין אויפֿנאַם־צימער מיט ווײַסע טישטעכער און וואַזאָנעס מיט בלומען. דערווײַל עסט מען זיך אויף לעבעדיקערהייט. אפֿשר פֿאָרט געדאַרפֿט קלינגען דער פּאָליציי. ראָזאַלי איז נאָך אַלץ נישטאָ. די פֿאָרשטעלונג הייבט זיך אָן אין צוויי שעה אַרום. ס׳איז שוין צוועלף. דער עולם קומט שוין צו דער קאַסע קויפֿן בילעטן. איך זאָג צו רינהן:
"גיב אומישנע אַ לויף אַראָפּ אינעם טעאַטער. אפֿשר האָט זי זיך פֿאָרט אָפּגעזוכט."
רינה לויפֿט אַראָפּ אין גאַרדעראָב־צימער. ראָזאַלי איז דאָ. זי זיצט זיך געלאַסן פֿאַרן שפּיגל ווי קיין מאָל גאָרנישט, שמינקעט זיך די ליפּן, גרימירט זיך ס׳פּנים ווי ס׳וואָלט דאָ גאָרנישט געשען.
"וווּ ביסטו פֿאַרפֿאַלן געוואָרן, ראָזאַלי?" — איז רינה שיִער נישט אַרויס פֿון די כּלים. האָט יענע זיך פֿאַרענטפֿערט:
"איך בין געווען טויט מיד, האָב איך זיך אויפֿן וועג אָפּגעשטעלט אין אַ מאָטעל און זיך גוט אויסגעשלאָפֿן. ס׳איז שוין געווען צו שפּעט צו לאָזן עמעצן וויסן וווּ איך געפֿין זיך."
ס׳איז צוויי אַ זייגער. דער עולם איז שוין דאָ. ס׳איז פּונקט אויסגעפֿאַלן דער זעקסטער טאָג חנוכּה. מיר זיצן ווי די אָנגעצויגענע סטרונעס. באַלד, באַלד און די גאַנצע וועלט וועט וויסן, אַז די פּיעסע טויג אויף טויזנט טיסיטש כּפּרות און דער יוסף פּאַפּ ייִדישער טעאַטער איז אויסגעשפּילט נאָך איידער ער האָט געהאַט די געלעגנהייט עפּעס וואָס אויפֿצוטאָן. איך דריי זיך אויס צו מײַן מענדלען און שעפּטשע אים אַרײַן אין אויער:
"בלויז אַ נס קען אונדז הײַנט העלפֿן, און אַזוי ווי ס׳איז הײַנט חנוכּה, אַ צײַט פֿון נסים, זײַנען מיר בײַ אים אין די הענט."
דער פֿאָרהאַנג עפֿנט זיך. די ליכט גיבן אַ בלישטשע אויף. די מוזיק צעטאַנצט זיך איבער די קלאַווישן. עס באַווײַזן זיך די יונגע, לעבעדיק־לוסטיקע אַקטיאָרן — די לופֿט ווערט געשוואָלן מיט אַ יום־טובֿדיקער שטימונג. דער עולם כאַפּט עס אונטער און דער כּישוף הייבט אָן שפּינען אַן אייגענעם געוועב. מיר ווייסן שוין, אַז מיר זײַנען געהאָלפֿן געוואָרן. מיר קוקן זיך אָן ווי די נײַ־געבוירענע. מיר לאַכן און וויינען און קענען גאָרנישט צוגלייבן, אַז די "לידער פֿון גן־עדן" האָבן זיך, סוף־כּל־סוף, אויסגעבריט און געקומען אויף דער וועלט געטאָקט און געראָטן.
אין אָוונט, ווען יוסף פּאַפּ האָט דערזען די פֿאָרשטעלונג, האָט ער בײַ דער אויפֿנאַמע דערקלערט:
"קינדער, איך האָב זיך פֿאָרגעשטעלט, אַז ס׳וועט אײַך נעמען אַמווייניקסטן דרײַ יאָר ביז איר וועט צוקומען צו דער מדרגה. דערווײַל זע איך, אַז איר האָט עס געטאָן אין אייניקע פּאָר חדשים. וויל איך גלײַך דאָ, אויפֿן אָרט, אײַך אַלעמען לאָזן וויסן, אַז איך נעם די פֿאָרשטעלונג ווי זי גייט און שטייט צו מיר אין שעקספּיר־פֿעסטיוואַל־טעאַטער, און זאָל די וועלט זען וואָס איר האָט דאָ אויפֿגעטאָן."
צו אונדזער פֿרייד איז גאָרנישט געווען קיין שיעור. מיר זײַנען געשפּרונגען אין דער לופֿטן און זיך אַליין מקנא געווען. מיט אַ חודש שפּעטער, אין אַ מסוכּן פֿראָסטיקער נאַכט, בײַ דער סאַמער פּרעמיערע פֿון די "לידער פֿון גן־עדן," אין ניו־יאָרקער שעקספּיר־פֿעסטיוואַל־טעאַטער, האָבן זיך באַוויזן דרײַ אַלטע ייִדן פֿון דער ייִדישער אַקטיאָרן־יוניאָן מיט "פּיקעטס" (פּראָטעסט־פּלאַקאַטן), אויף די בײַכער. זיי האָבן פּראָטעסטירט וואָס די פֿאָרשטעלונג גייט נישט אונטער דער יוריסדיקציע פֿון "Hebrew Actors Union." דזשאָו פּאַפּ האָט די דרײַ אויסגעפֿרוירענע ייִדן אַרײַנגעבעטן אין זײַן טעאַטער, זיי פֿאָרגעלייגט הייסע קאַווע מיט קיכלעך און זיי געבעטן צו פּראָטעסטירן אינעווייניק וווּ ס׳איז וואַרעם, וווּ ס׳איז דאָ אַן עולם. ס׳האָט נישט געדויערט לאַנג און זיי זײַנען זיך צעגאַנגען. זיי האָבן נאָך פּרובירט אָפּצודרוקן פּראָטעסט־אַנאָנסן אין דער ייִדישער פּרעסע, וואָרענען די ייִדישע טעאַטער־גייער, זיי זאָלן בויקאָטירן די פֿאָרשטעלונג.
איך וויל בלויז צוגעבן, אַז די אַקטיאָרן זײַנען נישט געגאַנגען מיט דער "Hebrew Actors Union," ווײַל זיי זײַנען איבער נאַכט אָנערקענט געוואָרן פֿון דער ענגלישער יוניאָן "Equity," וואָס האָט זיי גלײַך באַזאָרגט מיט מעדיצינישער און דענטיסטישער פֿאַרזיכערונג, בעת די "Hebrew Actors Union" האָט געפֿאָדערט אַ חודשלעכן אָפּצאָל און זיי האָבן דערפֿאַר באַקומען אַ פֿײַג.
דער סוף איז געווען, אַז מיר האָבן געשפּילט בײַ דזשאָו פּאַפּן אין פּאַבליק־טעאַטער קרובֿ אַ יאָר צײַט, מיט אַכט פֿאָרשטעלונגען אַ וואָך צו אויספֿאַרקויפֿטע הײַזער. די גאַנצע ענגלישע פּרעסע אין ניו־יאָרק און אומגעגנט האָט געיובֿלט מיט אונדז צוזאַמען, און נישט געזשאַלעוועט קיין קאָמפּלימענטן. יוסף פּאַפּ איז כּמעט יעדע נאַכט געווען בײַ אונדזער פֿאָרשטעלונג. ער האָט פֿאַרמאָגט זעקס טעאַטערס אין דער זעלבער געבײַדע, וווּ עס זײַנען געגאַנגען אַנדערע פֿאָרשטעלונגען, אַרײַנגערעכנט שעקספּירס דראַמעס און קאָמעדיעס. ער האָט אונדז געקושט און געהאַלדזט, יעדערן באַזונדער און אַלע אין איינעם, און געהאַלטן אין איין איבערחזרן:
"קינדערלעך! דאָס איז די בעסטע צײַט אין מײַן לעבן. ווען איך הער ווי דער עולם לאַכט און פֿרייט זיך מיטן ייִדישן וואָרט, פֿיל איך ווי אַ וואַרעמע כוואַליע וואָלט מיך געגלעט."
נישט איין מאָל האָט דער עולם צושויער באַוואָרפֿן די שוישפּילער מיט צוקערקעס און זיסוואַרג, אַ סימן, אַז זיי האָבן שוין נישט איין מאָל געזען די פֿאָרשטעלונג און געקומען צוגעגרייטע. דזשאָו פּאַפּ פֿלעגט אַמאָל שטיין בײַ דער קאַסע און אײַנרעדן די בילעטן־קויפֿער:
"צו וואָס טויג אײַך שעקספּיר. איר בעסער גייט זען דעם ייִדישן טעאַטער, וועט איר וויסן וואָס גוט איז."
כ׳געדענק דעם אָוונט, ווען דזשאָו איז צוריקגעקומען פֿון אַ רײַזע קיין פּוילן, האָט קוים באַוויזן אַוועקצושטעלן די וואַליזקעס און ראַפּטעם געקומען צו לויפֿן זען אונדזער פֿאָרשטעלונג. ער האָט זיך אַוועקגעשטעלט בײַ די אונטערשטע בענק און געלאָזט אַ טרער, און אַז מ׳האָט אים געפֿרעגט:
"וואָס איז דזשאָו? — האָט ער שווער אָפּגעזיפֿצט און געענטפֿערט:
"איך קום ערשט פֿונעם גרעסטן ייִדישן בית־עולם — פּוילן — איז איידער איך האָב אַוועקגעשטעלט די וואַליזקעס בין איך געקומען צו לויפֿן אַהער הערן ווי ס׳ייִדישע וואָרט לעבט."
זינט דעמאָלט האָט די פֿאָרשטעלונג געשפּילט "אָף־בראָדוויי," אין אַסטאָר־טעאַטער, גאַסטראָלירט אויפֿן אינטערנאַציאָנאַלן ייִדישן פֿעסטיוואַל אין אַמסטערדאַם און מינכען, און אומעטום האָט מען די אַקטיאָרן ממש געטראָגן אויף די הענט. זיי האָבן אַרײַנגעאָטעמט אַ יונגן גײַסט און ענטוזיאַזם אינעם אַלטן ייִדישן לשון. די העכסט־טאַלאַנטירטע טרופּע איז באַשטאַנען פֿון אַבֿי האָפֿמאַן (אויך די רעזשי), עלינאָר ריסאַ (אויך כאָרעאָגראַפֿיע), עדריען קופּער, ראָזאַלי גערוט (אויך געשריבן די פּרעכטיקע מוזיק), און דוד קענער. דער יוסף פּאַפּ־ייִדישער טעאַטער האָט אין דער זעלבער צײַט געשטעלט אַ צווייטע מוזיקאַלישע פֿאָרשטעלונג, וואָס האָט געהייסן "די פֿאַרשטערטע חתונה," באַזירט אויף פֿאָלקסטימלעכע מאָטיוון. די פּרעכטיקע אָריגינעלע מוזיק האָט געשריבן דער שטאַרק באַגאַבטער יונגער קאָמפּאָזיטאָר בנימין שעכטער. אין דער זעלבער צײַט האָט דזשאָוס מוח נישט אײַנגערוט אויף קיין סעקונדע. אַלע מאָל געשטורעמט מיט נײַע געדאַנקען, און כאָטש ער איז שוין געווען גוט קראַנק, האָט ער נאָך אַלץ אײַנגעריסן וועלטן און געוואָלט אונדז פֿאַרזאָרגן אויף להבא. האָט ער מיך מיטגענומען צום יוסטן גבֿיר, ראָנאַלד לאַודער, פֿון עסטי לאַודערס קאָסמעטיקעס, און געבעטן בײַ אים אַ סומע פֿון אַ מיליאָן דאָלאַר פֿאַר זײַן ייִדישן טעאַטער, וואָס בײַ יענעם איז עס געווען אַ קײַ און אַ שפּײַ. אָבער יענער איז געווען פֿאַרליאַפּעט אין עסטרײַכישע קונסט־פּלאַקאַטן, פּוילישע זומער־קאָלאָניעס און אונגאַרישע "פּאָלאָטשינטעס." ער איז אָבער געווען אַרומגערינגלט פֿון ביידע זײַטן — פֿון אַ ראַבײַ בעסער און אַ ראַבײַ ערגער — און זיי האָבן אַראָפּגעקוקט אויף ייִדיש. און ווען ראָנאַלד לאַודער האָט פֿאָרגעלייגט מ׳זאָל ברענגען צו אים דעם וואַרשעווער ייִדישן טעאַטער, וואָס איז באַשטאַנען פֿון גאָלע גויים, האָט דזשאָו אַרויסגעשטורעמט פֿון לאַודערס אָפֿיס מיט גרויס פֿאַרדרוס.
חדשים פֿאַר זײַן טויט האָט דזשאָו געלייגט פּלענער צו עפֿענען אַ וואַרשטאַט־סטודיע פֿאַר ייִדישע טאַלאַנטן אין זײַן פּאָבליק־טעאַטער, וווּ מ׳זאָל אויסשולן יונגע ייִדישע אַקטיאָרן אין טעאַטער־קונסט, שפּראַך און נײַעם רעפּערטואַר. דאָ האָט ער געעצהט מ׳זאָל צוציִען יונגע דראַמאַטורגן, קאָמפּאָזיטאָרן, טאַנץ־מײַסטער און איבערזעצער. נאָך זײַן פֿריצײַטיקן טויט האָבן מיר די סטודיע געעפֿנט און צוגעצויגן צו דער וועכנטלעכער טעטיקייט אַ קײַמא־לן פֿון אַ דרײַ טוץ יונגע קינסטלער. מיט זיי האָבן זיך פֿאַרנומען געניטע רעזשיסאָרן, מוזיקער און ייִדיש־לערער, וואָס מיר האָבן דעמאָלט אַהער פֿאַרבעטן.
יוסף פּאַפּ איז געבוירן געוואָרן אין 1922 און געשטאָרבן אין 1992. איך וועל אים זײַן דאַנקבאַר ביזן לעצטן אָטעמצוג. זאָל ער האָבן אַ ליכטיקן גן־עדן.