די טרופּע פֿון "קינדער און ייִדיש" |
ווי אַזוי ציט מען צו די אַמעריקאַנער יוגנט, וואָס קען אין גאַנצן נישט קיין ייִדיש, צו מאַמע־לשון? די אַלטע, האַרבע פּראָבלעם האָט מער ווי איין דור געפּלעפֿט. זייער ווייניק אַמעריקאַנער געבוירענע משפּחות פֿון דער וועלטלעכער סבֿיבֿה רעדן ייִדיש אין דער היים מיט זייערע קינדער. קיין ייִדישע טאָגשולן פֿאַרבונדן מיט דער מאָדערנער ייִדישער קולטור האָט מען קיין מאָל נישט אויפֿגעשטעלט. די ייִדישע פֿאָלקשולן האָבן אויפֿגעטאָן אַ סך, אָבער נישט אויפֿגעהאָדעוועט קיין ייִדיש־רעדנדיקע קינדער. הײַנט, האָט מען כּמעט אין גאַנצן אַראָפּגעלאָזט די הענט, און מען איז צופֿרידן, אויב מע פֿלאַנצט אַרײַן אינעם קינד אַ "פּאָזיטיווע באַציִונג" צו ייִדיש; אויף מער קען מען זיך שוין נישט ריכטן.
די פֿאָרשטעלונג "Kids and Yiddish" (קינדער און ייִדיש) פֿירט אויף "דער נאַציאָנאַלער ייִדישער טעאַטער — פֿאָלקסבינע" אין ניו־יאָרק שוין נײַן יאָר. דעם מינימאַלן צוגאַנג פֿון "פּאָזיטיווקייט" האָט די פֿאָרשטעלונג פֿון אָנהייב אָן אָנגענומען. מע הערט אַ ייִדיש וואָרט דאָ און דאָרט, אָבער די אויפֿפֿירונג איז מער וועגן ייִדיש, ווי אויף ייִדיש. די אַקטריסע און זינגערין דזשאָען באָרץ האָט דאָס יאָר געשריבן, רעזשיסירט און כאָרעאָגראַפֿירט "קינדער און ייִדיש", און זי איז שוין עטלעכע יאָר די הויפּט־שאַפֿערין. דער ספּעקטאַקל ווערט אײַנגעטיילט אין פֿאַרשיידענע סצענעס, אָבער די סצענעס האָבן אַ סטרוקטור, וואָס איז לײַכט פֿאָרויסצוזען. מע נעמט פּאָפּולערע לידער אויף ענגליש און מע שאַפֿט ווערטערשפּילן מיט די ייִדישע אותיות. למשל, דאָס ענגלישע וואָרט "לאָוו" (ליבע) ווערט "וואָוו" אין אַ פּאָפּורי פֿון ענגלישע לידער; דאָס ענגלישע ליד פֿון די 1950ער יאָרן "רעמעמבער" (געדענק), ווערט אַן ענגליש ליד וועגן דעם אות "מעם".
אין טייל לידער, צום באַדויערן, ניצט מען אויס ייִדישע ווערטער פּשוט אַרויסצובאַקומען אַ שמייכל, אַ געלעכטער פֿונעם עולם. ווערטער ווי "קרעכץ" און "משוגע" ווערן אַרײַנגעפֿלאָכטן מיט אַזאַ ציל און דערנידעריקן די פֿאָרשטעלונג צו דער מדרגה פֿון אַ חוזק פֿון ייִדיש; נישט קיין "פּאָזיטיוון" קוק אויפֿן לשון. די זעלבע גראַמען און וויצן האָט מען געהערט מיט 50 יאָר צוריק אין אַמעריקע, אויך מיטן זעלבן געדאַנק פֿון חוזק, אָפּצולאַכן פֿון ייִדיש. האָט זיך גאָרנישט געביטן אין אונדזער געזעלשאַפֿט אין דעם האַלבן יאָרהונדערט? דאַרפֿן די הײַנטיקע קינדער זיך לערנען די נאַרישקייטן פֿון אַמאָל?
עס דאַכט זיך אונדז, אַז נאָר צוליב פֿוילקייט און אײַלעניש זענען די דאָזיקע מינים לידער אַרײַנגענומען געוואָרן נאָך אַזוי פֿיל יאָרן פֿון דער קינדער־פֿאָרשטעלונג. מע קען זיכער נישט באַמערקן, במשך פֿון די יאָרן, קיין אַנטוויקלונג — נאָר די זעלביקע געדאַנקען און וויצן, נאָך אַ מאָל און ווידער אַ מאָל.
דאָס מיינט נישט, אָבער, אַז די קינדער צווישן עולם האָבן נישט הנאה געהאַט. קליינע קינדער און גאָר קליינע האָבן געלאַכט און געשריִען, געפּאַטשט בראַוואָ, און זיך געריסן צו דער בינע, זיך צו באַטייליקן אין עטלעכע סצענעס, אין וועלכע מע האָט געבעטן עטלעכע קינדער אַרויפֿצוקומען מיט די אַקטיאָרן. די טאַטע־מאַמעס און זיידע־באָבעס האָבן אויך געלאַכט און גוט פֿאַרברענגט מיט זייערע קינדער און אייניקלעך.
די קינדער־אַקטיאָרן, דזשאַש בערק און אַהרן מייער, האָבן זייער אויסגענומען בײַם עולם. אָבער דער בעסטער אויף דער בינע איז געווען די 9־יאָריקע שׂרה מלאָטעק, דאָס טעכטערל פֿונעם "פֿאָלקסבינע"־דירעקטאָר זלמן מלאָטעק. מיט איר געוואַלדיקן חן, טאַלאַנט פֿאַר הומאָר און שיין קולכל האָט זי פֿאַרכּישופֿט דעם עולם; ממש צו באַוווּנדערן. רחל יוכט, אַ ביסל עלטער פֿון די אַנדערע קינדער, האָט אויך צוגעגעבן מיט דשאָען באָרץ, און שיינדל ראָמיין אַ ביסל פּראָפֿעסיאָנעלקייט. זלמן מלאָטעק, בײַ דער פּיאַנע, האָט געדינט סײַ ווי דער מוזיקער, סײַ ווי אַן אַקטיווער אַקטיאָר. די בינע־דעקאָראַציעס פֿון טינע קינדעמאַן האָבן צוגעגעבן אַ פּאַסיקע פֿריילעכע אַטמאָספֿער.
געוויסע סצענעס זענען געווען געראָטן מיט זייער שאַפֿערישקייט ווי "ייִדיש און פֿאַרפֿרוירן". אָבער דער צוגאַנג, אַז נאָר פּאַראָדיע קען פֿאָרשטעלן די ייִדישע שפּראַך און צופֿרידנשטעלן אַן אַמעריקאַנער עולם, אַפֿילו אַן עולם פֿון קינדער, האָט נישט גענוג דרך־ארץ פֿאַר אונדזער קהילה. אויב מע וויל פֿאַרברענגען מיט די יונגע אייניקלעך און קינדער מיט אַ שמעק פֿון ייִדיש, זאָל מען זען די פֿאָרשטעלונג; נאָר די "פֿאָלקסבינע" דאַרף אויף ווײַטער שטרעבן אויף עפּעס בעסערס.
"Kids and Yiddish" שפּילט זונטיקן 11:00 אין דער פֿרי, אינעם מאַנהעטן JCC, אַמסטערדאַם־עוועניו 334. קלינגט: 2120־213־212 צו באַשטעלן בילעטן.