ייִדיש־וועלט, טעאַטער, געשיכטע
די קינדער און לערער פֿון דער ייִדישער שול מיטן אינטערנאַט פֿאַר 80 לעבן-געבליבענע ייִדישע קינדער, אין צענטער דער אפּוטרופּוס, פּאָלקאָווניק רעבעלסקי
די קינדער און לערער פֿון דער ייִדישער שול מיטן אינטערנאַט פֿאַר 80 לעבן-געבליבענע ייִדישע קינדער, אין צענטער דער אפּוטרופּוס, פּאָלקאָווניק רעבעלסקי

עס איז גוט באַקאַנט, אַז שלמה מיכאָעלס האָט פֿאַרנומען אַ ביז גאָר חשובֿע פּאָזיציע אין די אויגן פֿון די סאָוועטישע ייִדן. זײַן שם ווי דער פֿאָרזיצער פֿונעם ייִדישן אַנטיפֿאַשיסטישן קאָמיטעט וואָס איז קרובֿ למלכות, איז געווען אַזוי גרויס, אַז אַ סך ייִדן האָבן זיך געווענדט צו אים מיט כּלערליי בקשות. אין אַ געוויסן זין איז מיכאָעלס געווען דער שתּדלן פֿאַרן גאַנצן סאָוועטישן ייִדנטום פֿאַר דער סאָוועטישער מלוכה, און פֿאַר דעם האָט ער לסוף באַצאָלט מיט זײַן לעבן.

לויט אייניקע ידיעות, זײַנען מיכאָעלסעס פּאַפּירן קאָנפֿיסקירט געוואָרן נאָך זײַן מאָרד, אָבער אַ טייל פֿון זײַן אַרכיוו, וואָס נעמט אַרײַן אויך די בריוו פֿון סאָוועטישע ייִדן, האָט זיך אָפּגעהיט אין רשות פֿון משה בעלענקי, וועלכער האָט דעמאָלט געאַרבעט אינעם ייִדישן מלוכה־טעאַטער. פֿאַר זײַן עליה קיין ישׂראל אין 1991 האָט בעלענקי איבערגעגעבן זײַן אַרכיוו דעם לענינגראַדער ייִדישן אוניווערסיטעט, וווּ דער אַרכיוו געפֿינט זיך עד־היום.

צווישן די בריוו פֿון די פֿילצאָליקע באַקאַנטע און אומבאַקאַנטע פּערזענלעכקייטן זײַנען פֿאַראַן עטלעכע וויכטיקע דאָקומענטן, וועלכע וואַרפֿן אַ נײַע שײַן אויף דעם ייִדישן לעבן אין ווילנע אין די ערשטע יאָרן נאָך דער מלחמה. דעם 7טן יולי 1945 שרײַבט אַבֿרהם סוצקעווער אויף אַ בלאַט מיטן קעפּל "ייִדישער מוזיי": "טײַערער מיכאָעלס, מײַן געפֿיל איז אַזאַ׃ וווּ איך זאָל ניט פֿאַרוואָגלט ווערן, אונטער וועלכע אומשטאַנדן זאָל איך זיך ניט געפֿינען — אומעטום וועל איך לעבן אין ווילנע. מיר דוכט אַפֿילו, אַז אויך נאָך מײַן טויט וועל איך אַרומגילגלען אין די ווילנער געסלעך."

ווײַטער טיילט סוצקעווער מיט׃ "נעכטן בין איך אויפֿגעטראָטן אין שרײַבער־הויז. געלייענט מײַנע לידער. ס'איז געווען דערהויבן און פֿײַערלעך [...] דער עולם האָט געוויינט. איבערן זאַל האָבן אַרומגעשוועבט די נשמות פֿון די דערהרגעטע." גלײַך נאָך דער באַפֿרײַונג פֿון ווילנע האָבן זיך אין דער שטאָט געעפֿנט צוויי וויכטיקע ייִדישע קולטורעלע אַנשטאַלטן, די ייִדישע שול און דער ייִדישער מוזיי.

סוצקעווער רופֿט די שול "אַ טראַגישער וווּנדער" און דערציילט מיכאָעלסן וועגן אייניקע שילער, וועלכע האָבן זיך געראַטעוועט פֿונעם גיהנום — געטאָס און לאַגערן. זײַנע לעצטע נײַעס האָבן צו טאָן מיט דער אַרבעט פֿונעם ייִדישן מוזיי׃ "הײַנט נעם איך זיך פֿאַר די אַרכעאָלאָגישע אויסגראָבונגען. איך גלויב, אַז מיר'ן נאָך דאָ געפֿינען פֿיל קולטור־אוצרות. מיטן מוזיי איז אַ ביסל בעסער ווי איך האָב געמיינט. דער געשריי אין מאָסקווע האָט זיך קענטיק דערטראָגן אַהערצו."

סוצקעווער און גרשון אַבראַמאָוויטש קלײַבן צונויף די באַהאַלטענע מאַטעריאַלן פֿון די מאַלינעס גלײַך נאָך דער באַפֿרײַונג
סוצקעווער און גרשון אַבראַמאָוויטש קלײַבן צונויף די באַהאַלטענע מאַטעריאַלן פֿון די מאַלינעס גלײַך נאָך דער באַפֿרײַונג

די לאַגע האָט זיך שטאַרק געענדערט אין משך פֿון די קומעדיקע צוויי יאָר. סוף אויגוסט 1947, ערבֿ דעם נײַעם לערן־יאָר, האָט מען פּלוצעם פֿאַרמאַכט די ייִדישע שול אין ווילנע, איינע פֿון די לעצטע אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. די עלטערן האָבן גלײַך אָנגעשריבן אַ בריוו קיין מאָסקווע צו זייערע שתּדלנים׃ "חשובֿע חבֿרים מיכאָעלס און פֿעפֿער! ווען איר זײַט געווען אין ווילנע, האָט איר אונדז צוגעזאָגט, אַז אויב ס'וועט זײַן נויטיק, וועט איר קומען צו פֿליִען. צום באַדויערן, איז איצט געקומען דער מאָמענט. מען האָט צעטראָטן מיט די פֿיס אונדזערע מינדסטע בירגערלעכע רעכט. מיר זײַנען דערפֿירט געוואָרן צו בירגער פֿון דער צווייטער מדרגה. די ייִדישע שול איז מיט דעם באַפֿעל פֿון "גאָראָנאָ" [שטאָט־אָפּטיילונג פֿאַר פֿאָלקס־בילדונג] נומ' 470 פֿון 28 אויגוסט 1947 פֿאַרמאַכט געוואָרן!!! אונדזערע אַלע ייִדישע אַנשטאַלטן שטייען אין געפֿאַר!"

לויט דעם סטיל און טאָן פֿונעם בריוו איז קלאָר, אַז די מחברים האָבן געהאַט אַ קנאַפּע דערפֿאַרונג מיט דער סאָוועטישער מאַכט און האָבן שטאַרק איבערגעשאַצט די מעגלעכקייטן פֿון מיכאָעלסן און פֿעפֿערן. פֿון איין זײַט, רעדט דער בריוו וועגן סאָוועטישע ווערטן, וועגן "דעם ווירדיקן גרויסן קאַמף וואָס מיר האָבן געפֿירט קעגן אונדזערע אַלע קלאַסן־שׂונאים פֿאַר אַ מאָדערנער, ייִדישער, פּראָלעטאַרישער קולטור".

פֿון דער אַנדערער זײַט, אַפּעלירן די מחברים צו אַזעלכע "בירגערלעכע" באַגריפֿן ווי "מענטשלעכע ווירדע", און פֿאָדערן אינעם נאָמען פֿונעם גאַנצן רוסישן ייִדנטום׃ "חשובֿע חבֿרים! מיר ווענדן זיך צו אײַך אין מאָמענט, ווען אונדזער קולטור, אונדזער מענטשלעכע ווירדע איז אַזוי נידערטרעכטיק צעטראָטן געוואָרן מיט די פֿיס. געדענקט, אַז דאָס איז אַן ענין ניט נאָר פֿון די ווילנער ייִדן, נאָר אַ זאַך פֿון רעכט, כּבֿוד און שטאָלץ פֿון גאַנצן רוסישן ייִדנטום. מיר פֿאָדערן פֿון אײַך אָנצונעמען די סאַמע נויטיקסטע שריט!"

אינטערעסאַנט איז דער סאַמע סוף פֿונעם בריוו, וואָס קלינגט שוין אין גאַנצן ניט סאָוועטיש׃ "אונדזערע סאָוועטישע ייִדן רופֿן אײַך, חבֿר מיכאָעלס, דער ייִדישער שלמה המלך, און מיר, שרײַבנדיק דעם בריוו, ווילט זיך אײַך אָנרופֿן — מרדכי — ענטפֿערט אונדז!"

פֿאַר אונדז הײַנט איז קלאָר, אַז צו יענער צײַט איז דער גורל פֿונעם סאָוועטישן "שלמה המלך" שוין געווען געלייזט. ער איז ניט געווען בכּוח צו ראַטעווען אַפֿילו זיך אַליין, שוין אָפּגערעדט פֿון דער ייִדישער שול אין ווילנע. מין־הסתּם האָט מיכאָעלס פֿאַרשטאַנען, לויט אַזעלכע סימנים ווי אָט דער בריוו, אַז עס קומען אָן שווערע צײַטן פֿאַר די סאָוועטישע ייִדן. מען האָט זייער ווייניק דאָקומענטאַלע באַווײַזן פֿון פּראָטעסטן קעגן דער אַנטיסעמיטישער פּאָליטיק פֿון דער סאָוועטישער מאַכט נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה. דערפֿאַר איז דער בריוו פֿון דעם עלטערן־קאָמיטעט בײַ דער ווילנער ייִדישער שול אַזאַ וויכטיקער און אַ זעלטענער באַווײַז, אַז עס זײַנען יאָ געווען מענטשן, וועלכע האָבן ניט מורא געהאַט אויפֿצוהייבן זייער קול קעגן דער אָפֿיציעלער אַנטיסעמיטישער פּאָליטיק פֿון דער סאָוועטישער מאַכט.