די דראַמאַטישע סאָפּראַנאָ סיגוטע סטאָניטע |
אַ פּראָוואָקאַטיווע ווערסיע פֿון "סאַלאָמע" האָבן מיר איצט געזען אויף דער בינע פֿון דער ישׂראלדיקער אָפּערע. דער רעזשיסאָר פֿון אָט דעם ספּעקטאַקל, דייוויד אָלדען, גוט באַקאַנט בײַ אונדז איבער זײַנע פֿילצאָליקע רעזשי־אַרבעטן פֿאַר דער ישׂראלדיקער אָפּערע, פֿירט דורך דאָ זײַן פּלוצעמדיקן "צוריקקער", אַזוי אומדערוואַרט־שפּאַנענדיק ווי דאָס איז זײַן קינסטלערישער צוגאַנג צו דער איצטיקער אויפֿפֿירונג פֿון "סאַלאָמע".
שוין בלויז דער נאָמען, "סאַלאָמע", פֿאַרמאָגט אַן אומדערקלערבאַרן כּוח אָנצוצינדן די פֿאַנטאַזיע מיט אָן אַ שיעור אָנצוהערענישן וועגן שרעקלעכע חטאָים און פֿאַרבאָטענע מעשׂים. סאַלאָמע איז נישט קיין אויסגעטראַכטע לעגענדאַרע פֿיגור ווי פֿיל אַנדערע אָפּערע־העלדינס; די "ייִדישע פּרינצעסין" ווערט זי אָנגערופֿן אין דעם פּאַסאַזש פֿון דער "עוואַנגעליע לויט מאַטיו", וווּ דער בריטישער פּאָעט אָסקאַר ווײַלד האָט זי אויסגעפֿונען און אים אינספּירירט צו שאַפֿן די דראַמע וואָס טראָגט איר נאָמען. בײַ אונדז באַקומט איצט סאַלאָמע רעאַלע שטריכן דורך דער אָפּערע מיטן זעלבן נאָמען פֿון ריכאַרד שטראַוס, באַזירט אויף דער דראַמע פֿון דערמאָנטן בריטישן שרײַבער, פּאָעט און דראַמאַטורג אָסקאַר ווײַלד.
דער טעקסט פֿון אָט דער מוזיקאַלישער דראַמע אין איין אַקט, וואָס איז אויסגעפֿירט געוואָרן צום ערשטן מאָל אין דרעזדן אין 1905, איז דער זעלבער ווי פֿון אָסקאַר ווײַלדס דראַמע. די האַנדלונג קומט פֿאָר, אַזוי ווי עס ווערט באַצייכנט אין נײַעם טעסטאַמענט, אין פּאַלאַץ פֿון הורדוס־אַנטיפּאַס אין ארץ־ישׂראל דעם ערשטן יאָרהונדערט נ"ק. בעת אין פּאַלאַץ קומט פֿאָר דער באַנקעט פֿאַרן מלכס פֿאַרבעטענע וויכטיקע לײַט געפֿינט זיך פֿאַרשפּאַרט אין אַ גרוב נעבן פּאַלאַץ יוחנן דער טויפֿער, וועלכער שרײַט אַרויס פֿון גרוב באַליידיקנדיקע אויסרופֿן קעגן העראָדיאַס, דעם קעניגס ווײַב, סאַלאָמעס מוטער.
מיט זײַן געוואַגטן אײַנפֿאַל צו דער האַנדלונג פֿון דער אָפּערע, טראָגט דייוויד אָלדען אַריבער די געשעעניש פֿון סאַמע אָנהייב פֿון קריסטנטום צו די 70ער יאָרן פֿון 20סטן יאָרהונדערט, אין באַנקעטן־זאַל פֿון אַ מיזרח־אייראָפּעיִשן הערשער; ער זאָגט עס נישט דירעקט, נאָר ער גיט גוט אָנצוהערן אַז ער מיינט דעם טאָטאַליטאַרן רעזשים וואָס דערמאָנט דעם קאָרומפּירטן רעזשים אין רומעניע פֿון דער משפּחה טשאַושעסקו.
בפֿירוש איז דאָס נישט די איינציקע ווײַטגייענדיקע ענדערונג וואָס דער רעזשיסאָר האָט אונטערגענומען; אָנהייבנדיק מיטן אויסערלעכן אויסזען פֿון סאַלאָמע: אין ווײַלדס דראַמע איז די שיינקייט פֿון דער פּרינצעסן אַן עיקרדיקער מאָטיוו, די ערשטע ווערטער מיט וועלכע עס ווערט דערעפֿנט די דראַמע "ווי שיין איז די פּרינצעסין הײַנטיקן אָוונט" באַקומען אַן אַנדער מיין ווען עס באַווײַזט זיך סיגוטע סטאָניטע, די באַרימטע ליטווישע סאָפּראַנאָ, וואָס פֿירט אויס די ראָלע פֿון סאַלאָמע: אַ רײַפֿע קרעפֿטיקע פֿרוי, מיט אויסגעצויגענע שוואַרצע האָר, אָנגעטאָן אין אַ מענער־לבֿוש און אויף דעם — אַ פּאַלטאָ און אַ הוט.
דער באַנקעט פֿון איר שטיפֿפֿאָטער לאַנגווײַליקט די פּרינצעסין, בעיקר די אויסגעלאַסענע בליקן וואָס דער הערשער וואַרפֿט אומפֿאַרשעמטערהייט אויף איר. זי גייט אַרויס אין הויף, וווּ זי דערהערט די ווילדע באַליידיקונגס־ווערטער וואָס שלאָגן אַרויס פֿון גרוב, אָנגעווענדטע צו איר מוטער; זי באַפֿעלט מען זאָל ברענגען פֿאַר איר דעם פֿאַרשפּאַרטן; דער פֿאַרפּײַניקטער יוחנן דערוועקט בײַ דער כּלומרשט־קאַלטער סאַלאָמע ליבע־אויסדרוקן, וואָס ער וואַרפֿט אָפּ מיט פֿאַראַכטונג און כּדי זיך צו דערווײַטערן פֿון איר לאָזט ער זיך פֿרײַוויליק ווידער אַראָפּ אין גרוב.
און ווי אַזוי ווערט אויסגעפֿירט דער באַרימטער טאַנץ מיט די זיבן שלייערן? אין אָסקאַר ווײַלדס דראַמע טאַנצט סאַלאָמע פֿאַרן שטיפֿפֿאָטער הורדוס אַ טאַנץ וואָס בײַם סוף בלײַבט זי נאַקעט און ווי אַ פּרײַז פֿאָדערט זי און באַקומט יוחננס קאָפּ. די סאָפּראַנאָ סיגוטע סטאָניטע פּאַסט זיך נישט וואַרשײַנדלעך צום טאַנץ און דער רעזשיסאָר לייזט די פּראָבלעם אויף אַן אינטערעסאַנטן אופֿן: אַנשטאָט סאַלאָמע טאַנצן פֿינף יונגע מיידלעך און אויך אַ בויך־טענצערין מיט אַ פֿאַרדעקטן פּנים. דער צערייצטער הורדוס דעקט אויף איר פּנים און עס באַווײַזט זיך פֿאַר אים נישט קיין אַנדערע ווי העראָדיאַס, זײַן אייגן ווײַב. אויך סאַלאָמע געפֿינט זיך דאָרט, מיט אַ רעוואָלווער אין האַנט באַפֿעלט זי הורדוסן ער זאָל אַראָפּוואַרפֿן פֿון זיך זײַן אָנטאָן און... טאַנצן. און ווען דער הערשער פּרוּווט איבערצײַגן זײַן שטיפֿטאָכטער זי זאָל זיך באַנוגענען מיט די ווערטפֿולע מתּנות מיט וועלכע ער וויל זי באַשענקען, אַנשטאָט יוחננס קאָפּ, וויל זי פֿון דעם נישט הערן און האַלט זיך בײַ איר ערשטער פֿאָדערונג: יוחננס קאָפּ.
סאַלאָמע וואַרט מיט אומגעדולד צו הערן אַ קלאַנג פֿון דעם וואָס ס'געשעט אין גרוב, אָבער אַלץ איז שטיל, נישטאָ קיין סימן, אַז אין טיפֿן גרוב פֿאַרלירט אַ מענטש זײַן לעבן איבער אַ קאַפּריז; צוף סוף באַווײַזט זיך די האַנט פֿון עקזעקוטאָר וואָס שטעלט אַוועק אַ העמער; סאַלאָמע נעמט אַרויס פֿון דאָרט די קאָפּ פֿון יוחנן און זינגט מיט עקסטאַזע "די מיסטעריע פֿון ליבע — שטאַרקער ווי די מיסטעריע פֿון טויט" און קושט לײַדנשאַפֿטלעך די טויטע ליפּן. אָנגעטאָן אין אַ חתונה־קלייד ליגט זי אויף דער ערד מיטן טויטן קאָפּ אין די הענט און דערקלערט זיך אים אין ליבע פֿאַר די שוידערלעכע בליקן פֿון אַלע אָנוועזנדיקע. הורדוס באַפֿעלט די סאָלדאַטן צו שיסן די פּרינצעסין. און דאָ פֿירט אויס אָלדען זײַן לעצטן צויבער־אַקט: אַנשטאָט צו שיסן די פּרינצעסין, שיסן די סאָלדאַטן דעם דיקטאַטאָר.