טעאַטער
אַ סצענע פֿון "באַרג ייִדן"
אַ סצענע פֿון "באַרג ייִדן"

טובֿיה! טובֿיה! טובֿיה טענענבוים, דער אַמאָליקער פֿרומער יונגערמאַן, וואָס איז אַנטלאָפֿן פֿון די "מען טאָר נישט" און אַוועק אַהין וווּ מען מעג. און צו וואָס האָט ער זיך גענומען? צום טעאַטער אויף ענגליש שפּראַך, אָבער אויף ייִדישע טעמעס. זײַן פֿירמע הייסט "דער ייִדישער טעאַטער פֿון ניו־יאָרק". און איך האָב שוין געזען אַ קײַמא־לן פֿון זײַנע פּיעסעס; אַמאָל האָב איך זיי געלויבט, און אַמאָל — אַראָפּגעריסן. נאָר איין זאַך האָב איך קיינמאָל נישט פֿאַרפֿעלט צו דערמאָנען — זײַן דראַנג צום שאַפֿן. ער פֿאַרמאָגט טאַלאַנט. נישט אַלע מאָל נוצט ער אים אויף אַ געהעריקן אופֿן. אָבער, ווי עס זאָל נישט זײַן, זײַן פּראָזע איז פֿון אַ מענטשן וואָס טראַכט. מען זעט ממש זײַנע געדאַנקען, ווי זיי פֿלאַטערן אַרום איבער דער בינע, נוצנדיק די ווערטער אָדער אַנדערע. ס׳גייט אים נישט אָן ווי אַזוי דער דיאַלאָג צי מאָנאָלאָג קומט אַרויס. דער עיקר, האָט ער פֿון זיך אָפּגעשיילט דאָס וואָס עס דאָקוטשעט אים, דאָס וואָס צינדט אונטער זײַנע בלוטן; דאָס, וואָס עס דערגייט אים די יאָרן. און פֿון דעם מאַכט ער טעאַטער.

דאָס מאָל הייסט זײַן פּיעסע "באַרג ייִדן". בין איך געווען אונטערן אײַנדרוק, אַז דאָ וועט זיך האַנדלען וועגן די קאַרפּאַטן־ייִדן, וועלכע מען האָט אַמאָל קוואַליפֿיצירט מיט דעם יום־טובֿדיקן נאָמען. נאָך אַלעמען, זיי האָבן געוווינט אין די בערג פֿון די קאַרפּאַטן, צווישן טשעכײַ, אונגאַרן און רומעניע; הײַנט, אוקראַיִנע. אַ פֿרומער ייִשובֿ. גאָט די נשמה שולדיק. ייִדן — ביז עס איז אונטערגעקומען דער דײַטשער רוצח, ימח שמו וזכרו, און אָפּגעווישט אַזאַ טײַערע עדה ייִדן.

אָבער נישט דאָס האָט טובֿיה געהאַט אין זינען. וואָס ס׳עגבערט טובֿיהן, דעם דראַמאַטורג, זײַנען די דרײַ וועלט־רעליגיעס. דרײַ אמונות, וואָס לעבן צווישן זיך ווי קעץ און מײַז — דזשאָבען זיך, שלאָגן זיך, מימתן און שעכטן זיך אויס ווי די יענע וואָלטן גאָר נישט געווען קיין טייל פֿונעם מין אנושי; ווי יענעמס רעליגיע איז שקר וכּזבֿ און זייערע, אַנטהאַלט דעם גאַנצן אמת. און אונטער דער פּלייצע פֿון יעדער רעליגיע באַהאַלט זיך זייערס אַ גאָט, וואָס מ׳שלעפּט אַרום איבער די שלאַכטפֿעלדער, איבער קאָנטינענטן און מען האַקט קעפּ אין זײַן נאָמען. די שאָף אין מענטשן־געשטאַלט, וואָס פּרעדיקן אויסראָטונג, אינקוויזיציע, חורבן צי דזשיהאַד, ווערן וואָס אַ טאָג מער פֿאַנאַטיש און בלוטדורשטיק; אַן אַרטיקל, וואָס לאָזט זיך ביליק פֿאַרקויפֿן. און ווער זײַנען די אָפּנעמער פֿון דער סחורה? דאָס פּרימיטיווע פֿאָלק, וואָס גלייבט אין דעם צי אין יענעם גאָט; און אַז דאָס גאָט אַרטיקל אין צוגעשיקט געוואָרן מיט "פֿעדעראַל־עקספּרעס" פֿון די עולמות־עליונים מיט כּמה וכּמה יאָרעלעך צוריק. און דערצו איז עס אָנגעקומען מיט אַ שריפֿט, וואָס דאָס מאַכט די רעליגיע לעגיטים, כּשר וישר; די אמתע וואַרע סחורה.

דער סוזשעט: עס ווײַזט זיך אַרויס, אַז אַ פֿרומער בחור פֿון ברוקלין שלעפּט זײַן כּלה דווקא קיין ישׂראל אויף זייער האָניק־חודש. און דווקא אויף אַ געוויס אָרט — אין דער הייליקער שטאָט חבֿרון, אויף אַ באַרג, וואָס לויט דער ייִדישער טראַדיציע, איז עס מיר דווקא אומבאַקאַנט; אַן אָרט, וואָס איז נישט ווײַט פֿון די טויערן פֿון גן־עדן. נעמט דאָס נײַע פּאָרל און שטעלט אויף אַ פּאַלאַטקע, און מיטן מאָמענט וואָס זיי זײַנען גרייט צו פֿאַרפֿילן די מצווה פֿון פּרו ורבֿו, פֿאַרגלוסט זיך דער כּלה צו עסן ראָגעלעך, טאַקע יענע ברוקלינער ראָגעלעך (זעט אויס, אַז זי האָט פֿאַר זיך מיטגעבראַכט אַ טעלער מיט ראָגעלעך פֿון דער היים). און אַנשטאָט צו פֿאַרפֿילן די ווײַבערישע פֿליכט, האַקט זי אָן אויפֿהער אַ טשײַניק וועגן איר אַפּעטיט נאָך ראָגעלעך. ס׳העלפֿן נישט דעם חתנס רייד און נישט זײַנע אײַנבעטענישן. אין דער כּלה איז אַרײַן דער רוח פֿון זעלבסט־גרויסקייט, פֿון הייליקייט, פֿון פֿילן זיך ממש ווי אַ געטלעך וועזן. זי טראָגט אַ רויט קליידל, וואָס איז געמאַכט פֿון לויטער "זיפּערס", און זי האַלט זיך אין איין רייצן מיט איר נאַרישעוואַטן מאַן. זי באַזינגט איר שיינקייט, איר גראַציעזקייט און איר צוציִונגס־קראַפֿט. דער עיקר, דער חתן קומט נישט צו קיין טאָלק און פֿאַרוואַנדלט זיך אין אַ שיפֿלותדיק און אוממעכטיק באַשעפֿעניש.

אין צווישן באַווײַזט זיך מוכאַמאַד. טאַקע דער סאַמאָראָדנער, עכטער און ערשט פֿון דער נאָדל־אַוועק אַראַבער. און גלײַך צום חתן. ער איז אונטערן אײַנדרוק, אַז דער חתן איז גאָר די כּלה, ווײַל דער פֿרוסטרירטער יונגערמאַן האָט זיך אָנגעטאָן דער כּלהס ווײַסן שלײַער. נעמט זיך מוכאַמאַד צום חתן. מיינענדיק, אַז ער, איז אַ זי, וויל ער זי פֿאַרפֿירן, שענדן און רויִנירן. און פֿון דעמאָלט אָן קומען פֿאָר אויף דער בינע אומפֿאַרשטענדלעכע עפּיזאָדן פֿון קריסטן און ייִדן. עס גייט אַ רויך.

איך האָב זיך שטאַרק אײַנגעהערט און אײַנגעקוקט און פּרובירט צו דעשיפֿרירן סײַ די פּראָזע און סײַ די אַקציע אויף דער בינע, נאָר עס איז פֿאַר מיר געווען אַ קאָמפּלעטער חידוש. און אין דעם זײַנען שולדיק געווען טובֿיהס געדאַנקען, וואָס האָבן זיך אַרויסגעקײַקלט פֿון די אַקטיאָרנס מײַלער ווי קאָזעבאָבקעלעך. איין געדאַנק האָט קיין שײַכות נישט געהאַט מיט אַנדערן. און אויב ס׳האָט יאָ געהאַט אַ שײַכות, האָב איך עס נישט געכאַפּט. איך האָב זיך נענטער צוגערוקט צו דער בינע; אפֿשר וועל איך פֿאָרט כאַפּן די פֿאָרטקע, וואָס דער דראַמאַטורג האָט געמיינט מיט זײַן פּיעסע צו זאָגן. זעט אויס, אַז מײַן שׂכל איז אפֿשר געווען אַ קריכער, האָב איך נישט דערטאַפּט דעם דופֿק און ס׳איז פֿאַר מיר געווען אַ שווערע סוגיא דאָס אײַנצובײַסן.

העלפֿט גאָט און נאָך דער פֿאָרשטעלונג איז געווען אַ פֿראַגע און ענטפֿער אויסטויש — סײַ מיט די אַקטיאָרן און סײַ מיטן דראַמאַטורג גופֿא. און דאָ האָט טובֿיה געהאַט די געלעגנהייט אויפֿצוקלערן דעם עולם אין וואָס ס׳האָט זיך דאָ געהאַנדלט. ווײַזט זיך אַרויס, אַז וואָס טובֿיהן איז געגאַנגען אין לעבן איז צו באַווײַזן, אַז מיר לעבן די לעצטע צוואָנציק יאָר אין אַ וועלט פֿון עקסטרעמע רעליגיעזע נײַגונגען. אין אַ וועלט פֿון דרײַ מאָנאָטעיִסטישע רעליגיעס, וועלכע האָבן זיך פֿאַרוואַנדלט אין אַ פֿאַנאַטישער צעקרימעניש. און כאָטש אַלע שטאַמען פֿון איין מקור — נעמלעך, פֿון ייִדישן מאָנאָטעיִזם, אינעם גלויבן אין איין גאָט — האָט מען עס פֿאַרקריפּלט, פֿאַרדרייט און צעקרענטשעט אויף אַזוי פֿיל, אַז מען קען עס אָסור דערקענען. און דאָ נעמט ער אויפֿן צימבל סײַ די פֿאַנאַטישע ייִדן, וואָס האָבן זיך באַזעצט אויף די שטחים און גלייבן, אַז דאָס איז גאָטס שליסל צו דער געטלעכער דירה, און יעדן פֿרעמדן וואָס קלינגט אין גלעקל, דאַרף מען מאַכן מיט אַ קאָפּ נידעריקער. און דאָס זעלביקע איז חל אויף די קריסטן; זיי האָבן אײַנגעשטעלט אַן אמונה וואָס האָט געשניטן קעפּ אין נאָמען פֿון די הייליקע פֿאָטערלעך. און די אַראַבער, וואָס קוקן אַרײַן אינעם קאָראַן און לייענען פֿון דאָרט אַרויס אָנווײַזונגען ווי צו פֿאַרניכטן די "אומגלויביקע", די פֿרעמדע און די פֿאַררעטער.

מיט איין וואָרט: דער וועלטס קעסל קאָכט מיט בלוטיקן באָרשט, און מיר האָבן זיך ממש פֿאַרוואַנדלט אין קאַניבאַלן פֿון די הייליקע ביכער. און נאָך עפּעס: די קריסטן, די עוואַנגעליקער הײַנט צו טאָג, באַשיטן די ייִדן און די אַראַבער מיט מזומנים, מיט דער האָפֿענונג פֿון דער צווייטער אויסלייזונג; דאָס הייסט, אַז יעזוס האָט דאָך שוין איין מאָל אויסגעלייזט די מענטשהייט, און איצט וועט קומען די צווייטע, די אַנטשיידענע ישועה. די אַראַבער רײַסן זיך אויף אַ באַנײַטן כירי־קירי אויף צו דערגרייכן די הימלען און אויפֿוועקן דעם הייליקן אַלאַ פֿון זײַן גלײַכגילטיקייט און ברענגען די ישועה פֿאַר די פּאַלעסטינער.

אָט האָט איר אַ טאַץ מיט אַלערליי געקעכצן. דער אמת איז, אַז אַלץ איז וואָרהאַפֿטיק און ריכטיק, ס׳ווענדט זיך נאָר ווי אַזוי מיר דריקן עס אויס. טובֿיה דערציילט, אַז זײַנע פּיעסעס זײַנען גרויסע דערפֿאָלגן סײַ אין דײַטשלאַנד און סײַ אין פּוילן. און כאָטש ער קריטיקירט די פּאָליאַקן מיט די דײַטשן, נעמען זיי עס אויף באַהבֿה. זײַן פּיעסע איז זייער אַוואַנגאַרדיסטיש, וואָלט איך געזאָגט. אפֿשר הינק איך אונטער אין מײַן אַוואַנגאַרדיסטישקייט, ווער ווייסט. אָבער נאָך זײַן דערקלערונג איז מיר גרינגער געוואָרן אויפֿן געמיט. דער עיקר, טובֿיה שרײַבט איין פּיעסע אַ יאָר, און לאָזט די וועלט זען, וואָס ס׳טוט זיך בײַ אים אונטער דער פּאַטיליצע.

איך מוז צוגעבן, אַז די דרײַ אַקטיאָרן האָבן זיך שטאַרק אויסגעצייכנט מיט זייער שפּילן. נישט קיין גרינגע ראָלע פֿאַר אַרטיסטן. די ראָלע פֿון דער פֿרוי האָט אויסגעפֿירט סטייסי לעווײַן. אין דער ראָלע פֿון מוכאַמאַד — ראָבערט טעקאַוועק, און דעם חתן־בחור שפּילט גרעג ענגברעכט. אַלע אויסגעשולטע און געניטע אַקטיאָרן. איין פֿראַגע פֿון דעם עולם איז געקומען פֿאַרן אַקטיאָר וואָס שפּילט מוכאַמאַדן, ווײַל אויף זײַן חשבון האָט טובֿיה נישט געזשאַלעוועט קיין קללות און זידל־ווערטער. איז די פֿראַגע געווען:

— האָסטו נישט קיין מורא, אַז מען וועט דיך דערהרגענען ווי מען האָט עס געטאָן מיט וואַן־גאָכן אין דענעמאַרק?

זײַן ענטפֿער איז געווען:

— וואָס זאָל איך זאָגן ליגן. אין אָנהייב האָב איך זיך יאָ געשראָקן. אָבער איך האָב זיך צוגעוווינט און שפּיל עס אין פֿריידן!

די פּיעסע, מיט מוזיק האָט געשריבן און רעזשיסירט טובֿיה טענענבוים אַליין. זי ווערט געשפּילט אין טריאַד־טעאַטער, וואָס געפֿינט זיך אויף 158 וועסט 72סטע גאַס, אין מאַנהעטן. נאָך בילעטן שטעלט זיך אין פֿאַרבינדונג מיט ליז לאָרען אָדער אייב קאָהען: 0050־494 (212). די בליצפֿאָסט: thejtny@aol.com