אין אונדזער פֿאָריקן לייט־אַרטיקל האָבן מיר געשריבן אין שײַכות מיט דער פּלעסנער־קאָמיסיע, וווּ עס ווערט רעקאָמענדירט צו שטעלן צום מיליטער־דינסט אויך דעם אָרטאָדאָקסיש־פֿרומען טייל פֿון דער ישׂראל־געזעלשאַפֿט, אַז "די חרדישע מנהיגים סטראַשען אַרויסצופֿירן אויף די גאַסן אַ מיליאָן מענטשן קעגן דעם באַשלוס. און זײַט רויִק, זיי וועלן עס דורכפֿירן, אויב נתניהו וועט ווידער נישט איבערטראַכטן און פֿונאַנדערלאָזן שוין די נײַ־געשאַפֿענע קאָמיסיע."
די רביים האָבן טאַקע זייער וואָרט געהאַלטן, אמת נישט אַ מיליאָן חרדישע קינדער זײַנען אַרויס אין ירושלים, אָבער ס’איז נאָר דער אָנהייב, אַ מין אויספּרוּוו. די דעמאָנסטראַציע אַליין האָט אויסגעזען ווי אַ סורעאַליסטישע סצענע פֿון די צאַרישע צײַטן אין רוסלאַנד, ווען מע טרײַבט בגוואַלד טויזנטער ייִדישע קינדער צום פּריזיוו אויף 25 יאָר. די הײַנטיקע "געכאַפּטע קינדערלעך" האָבן זיך אַליין אײַנגעשמידט אין הענטקייטלעך און רופֿן אויף קולי־קולות, די טאַטע־מאַמעס זאָלן זיי ראַטעווען פֿון דעם וויסטן מיליטער־דינסט אין דער ישׂראל־אַרמיי; אַז "בעסער זיצן אין טורמע מיט דער תּורה, איידער אָן איר — גיין דינען אין מיליטער!"
דער צײַטווײַליקער שטילשטאַנד צווישן די צוויי היפּוכדיקע טיילן פֿון דער ישׂראל־געזעלשאַפֿט — חרדים און חלוניים, הייבט ווידער אָן זיך שפּאַלטן. אויפֿן הינטערגרונט פֿון אַזאַ קעגנשטעלערישער סיטואַציע, וואָלט די רעגירונג געדאַרפֿט זיך האַלטן פֿעסט, און געפֿינען אַ געזעצמעסיקע לייזונג פֿון דער אָנגעווייטיקטער פּראָבלעם. אין דער אמתן, צוליב דעם מאָדנעם אויפֿפֿיר פֿונעם פּרעמיער־מיניסטער נתניהו, וואָס האָט פֿאַרנומען אַ פּאָזיציע "צווישן־בענקלעך", און די פֿירער פֿון די קאָאַליציע־פּאַרטייען — מופֿז ("קדימה") און ליבערמאַן ("ישׂראל בתינו") שאַפֿט זיך אַ פּאַרעווער צוגאַנג: אָט לאָזט נתניהו פֿונאַנדער די פּלעסנער־קאָמיסיע און אָט, נאָכן באַשלוס פֿון זײַן "ליכּוד"־פּאַרטיי גיט נתניהו זיך נאָך און איז שוין גרייט צו שאַפֿן אַ נײַע קאָמיסיע; אָבער דאָ, שוין אונטערן דרוק פֿון די רעליגיעזע פּאַרטייען, זאָגט ער זיך פֿון זײַן נײַעם באַשלוס אויך אָפּ.
דינסטיק קומט די ידיעה, אַז "קדימה" פֿאַרלאָזט די קאָאַליציע, ווײַל נתניהו האָט פֿאַקטיש איבערגעניצעוועט דעם טל־געזעץ, און די חרדישע יוגנט און די ישׂראל־אַראַבער וועלן ווערן מאָביליזירט אין דעם מיליטער און אויף אַן אַלטערנאַטיווער דינסט בײַ... 23־26 יאָר. אין דער עלטער האָבן זיי שוין בדרך־כּלל אַ כאָפּטע קינדערלעך, וואָס העלפֿט מער צו העכערן די סטאַטיסטיק פֿון דער ישׂראל־באַפֿעלקערונג, איידער זי צו פֿאַרטיידיקן פֿון שׂונאים.
אמת, די פֿראַגע פֿון מיליטער־דינסט איז אַ צו פֿילעוודיקע אין אַזאַ לאַנד ווי ישׂראל, וואָס עקזיסטירט כּסדר צווישן מלחמות. לייזן זי מיט פּאַרעווע באַשלוסן און קאַלטע פּרימאָטשקעס איז נאָך ערגער, ווי זיך אָפּצוהאַלטן פֿון אַ לייזונג, וואָס קומט פֿאָר אין אַן אײַלעניש און אונטער אַ דרוק פֿונעם המון. אַזאַ פּאָפּוליסטישער באַשלוס וועט געוויס ברענגען צו ערנסטע צרות סײַ פֿאַר דער עקאָנאָמיע און סײַ פֿאַר דער מיליטערישער שוצפֿעיִקייט פֿון ישׂראל.
פּרעמיער בנימין נתניהו, ווי ס’איז שוין געווען נישט איין מאָל אין זײַן פּאָליטישער קאַריערע, ווײַזט ווידער אַרויס, אַז די מאַכט דאַרף ער האָבן, כּדי זיך אין איר שפּיגלען, און מיט דעם "שפּיגל" צו פֿאַרבלענדן די אויגן פֿונעם פֿאָלק.
די פֿראַגע פֿון דינען אין צה"ל איז שטענדיק געווען אַ פּרעסטיזשפֿולע פֿראַגע, און יעדער יונגער בירגער פֿון לאַנד האָט עס געהאַלטן פֿאַר זײַן הייליקן חובֿ. די לעצטע צען יאָר, קודם־כּל, צוליב די נאַרישע, ווייניק־קוואַליפֿיצירטע באַשלוסן פֿון דער רעגירונג און שוץ־מיניסטעריום; צוליב פֿאַרשיידענע קריגערײַען צווישן דער מיליטער־עליטע און אַנדערע אינטריגעס, קומט אין דער ישׂראל־אַרמיי פֿאָר אַ מאָראַלישע ירידה, וואָס שטויסט פֿון איר אָפּ די יוגנט. די לעצטע סיכסוכים אַרום דעם מיליטער־פּריזיוו, און דער צבֿועקישער אויפֿפֿיר פֿונעם פּרעמיער־מיניסטער, וועט נאָך מער אונטעררײַסן דעם צוטרוי צו דעם, וואָס איז נאָך נישט לאַנג צוריק געווען די שטאָלץ און קרוין פֿון דער ישׂראל־מלוכישקייט.