‫רעפּאָרטאַזשן

אַ דענקמאָל לכּבֿוד דער "מומע סאָניע" אין דעם אָדעסער מאַרק
אַ דענקמאָל לכּבֿוד דער "מומע סאָניע" אין דעם אָדעסער מאַרק
פֿאַר וואָס גאָר אין אָדעס? פֿאַר וואָס, למשל, ניט — ווי גאָט אין וואַרשע? צי אין ירושלים ד׳ליטא, אין ווילנע? צי טאַקע ווי גאָט אין בערדיטשעוו? און וואָס איז שלעכט: "ווי גאָט אין בראָד", וואָס קלינגט ממש ווי אַ נאַטירלעך ייִדיש ווערטל? פֿון דעסטוועגן — אָדעס! פֿאַר וואָס?..
דער פּראָפֿעסאָר, פֿאָלקלאָריסט דובֿ נוי, האָט אויף אַ לעקציע זײַנער געגעבן אַזאַ ענטפֿער: אין אָדעס האָבן געוווינט רײַכע, פֿאַרמעגלעכע ייִדן, האָבן זיי ניט געהאַט קיין טענות צו גאָט, ניט געדאַרפֿט בעטן בײַם אייבערשטן פֿאַר זיך פֿאַרשיידענע לעבנס־פֿאַרגעניגנס... דערפֿאַר האָט גאָט געקאָנט זיך דאָ, אין אָדעס, אָפּרוען, ווײַל קיינער האָט אים ניט געדולט דעם קאָפּ. דאָך, האָב איך אויף דער פֿראַגע מײַן אייגענעם ענטפֿער און, ווי מיר דאַכט, אַ מער פּרטימדיקן.
וולאַדימיר (זאבֿ) זשאַבאָטינסקי, אַ געבוירענער אין אָדעס, האָט אין זײַנע מעמואַרן "זכרונות פֿון מײַנעם אַ בן־דור" אַזוי געשריבן: "אָדעס איז געווען איינע פֿון יענע ווייניקע שטעט, וואָס שאַפֿן זייער אייגענעם טיפּ מענטשן. אין גאַנץ רוסלאַנד פֿאַרן קריג [1914—1918 — רעד.) זענען געווען נאָר דרײַ אַזעלכע שטעט: מאָסקווע, פּעטערבורג און אָדעס — וועגן פּעטערבורג — איז נאָך אַ פֿראַגע... אָבער וועגן מאָסקווע און אָדעס איז קיין פֿראַגע ניט: צוויי בולטע, ווי פֿון מאַרמאָר אויסגעהאַקטע טיפּן..." ווײַטער שילדערט זשאַבאָטינסקי אַ טיפּישן אָדעסער: "...אַ געניטער, אַ געריבענער, אַ שייגעץ, אַ פֿײַערדיקער יונגאַטש; אַ דרייער, אַ פֿאַרדרייער, אַ מענטש מיט פֿאַנטאַזיע, אַ לעבעדיקער, אַ שרײַער, אַן איבערטרײַבער, אַ שפּעקולאַנט..." פֿאַרשטייט איר דאָך, חשובֿע לייענער, אַז אַ מענטש מיט אַזוי פֿיל מעלות איז אַוודאי און אַוודאי, געווען אַ פֿריילעכער אָפּטימיסט. נאָך איין ציטאַט פֿון די "זכרונות...": "געלעבט האָט זיך גרינג און לוסטיק. די שטאָט האָט געהאַט איין תּורה־שבעל־פּה: כּל־זמן דו האָסט אויף וועטשערע, מעגסטו פֿײַפֿן אויף אַלע אַנדערע דאגות..."
איך מיין, אַז דאָס איז דער עיקר! ניטאָ וואָס צו קלערן, אַז אַ רײַכער, איז מער ווייניקער צופֿרידן פֿונעם לעבן! נאָר ניט אין דעם באַשטייט די חכמה. פּרוּווט צו זײַן צופֿרידן פֿונעם לעבן, ווען איר זענט אַ קבצן! די אָדעסער: ייִדן און ניט ייִדן, רײַכע און אָרעמע זענען תּמיד געווען צופֿרידן מיט זייער לעבן! זיי האָבן ניט געהאַט קיין טענות צו די הימלען, זיי האָבן גאָר ניט געפֿאָדערט פֿאַר זיך בײַם טאַטן אין הימל, ס׳איז זיי געפֿעלן די וועלט, אַזוי ווי גאָט האָט זי באַשאַפֿן בראשית. טאַקע דאָ, אין אָדעס, האָט גאָט זיך געקאָנט אָפּרוען, געקאָנט רויִק דרעמלען אויף אַ וואָלקן, וואָס איז געהאָנגען אין הימל איבער דער שטאָט, און קיין שום תּפֿילות, קיין שום בעטונגען האָבן ניט באַאומרויִקט זײַן שלאָף.
די דאָזיקע לעבנס־פֿילאָסאָפֿיע, מיין איך, איז אַ ספּעציפֿיש ייִדישע. די אַנדערע פֿעלקער, וואָס האָבן געוווינט אין אָדעס, האָבן זי איבערגענומען בײַ די ייִדן. אָן אַזאַ פֿילאָסאָפֿיע, וואָלטן מיר דען געקאָנט אויסהאַלטן און דערצו בלײַבן ייִדן, אין די פּאָר טויזנט גלות־יאָרן? כ׳נעם אויף זיך די דרייסטקייט, צי די חוצפּה, צו זאָגן, אַז דעם אייבערשטן איז ניט צום האַרצן דאָס ליד מיט די ווערטער: "וווּ נעמט מען אַ ביסעלע מזל, וווּ נעמט מען אַ ביסעלע גליק?.." — עס געפֿעלט אים גיכער בן־ציון וויטלערס ליד "לעב און לאַך":

...לעב און לאַך
פֿאַרגעס אין שמערץ אין פּײַן
לעב און לאַך נאָר לעב און לאַך
און לאָמיר פֿריילעך זײַן.

זײַן אופֿן פֿון פֿריילעך זײַן איז אויך די פֿילאָסאָפֿיע פֿון חסידיזם. ס׳האָט דען ניט געהייסן דער בעל־שם — הנאה האָבן פֿון דער וועלט, ער האָט דען ניט געזאָגט, אַז דער מענטש, וואָס לעבט אין פֿרייד טוט דערמיט גאָטס ווילן! דער בעש"ט פֿלעגט שטענדיק אונטערשטרײַכן און איבערחזרן: "וויינען איז זייער שלעכט, ווײַל דער מענטש דאַרף דינען גאָט מיט שׂימחה. נאָר אויב טרערן קומען פֿון פֿרייד, דאָס איז זייער גוט". וועגן דעם זינגט מען טאַקע אין פֿאַרשיידענע חסידישע לידער:

דער רבי האָט געהייסן פֿריילעך זײַן
טרינקען בראָנפֿן, ניט קיין ווײַן,
טאַ-די-די-די...
טאַ-די-די-די...

"אַ בענקל" פֿונעם באַרימטן ראָמאַן "צוועלף בענקלעך", פֿון די אָדעסער שרײַבער אילף און פּעטראָוו
"אַ בענקל" פֿונעם באַרימטן ראָמאַן "צוועלף בענקלעך", פֿון די אָדעסער שרײַבער אילף און פּעטראָוו
ווען איך האָב זיך באַטייליקט אין דער פֿאָלקלאָר־עקספּעדיציע 2011, איז אונדז אויסגעקומען צו זײַן אויף שבֿועות אין אַ שיל אין איוואַנאָ־פֿראַנקיווסק. מיר האָבן זיך באַקענט מיט דעם דאָרטיקן חסידישן רבי משה־לייב קאָלעסניק. צוויי טעג נאָכן דאַווענען שחרית האָבן מיר אין איינעם מיט אים און מיט נאָך עטלעכע מאַנצבילן און פֿרויען געמאַכט אַ קידוש און געזונגען פֿריילעכע לידער. כ׳מיין, אַז מיר האָבן אין דער דאָזיקער צײַט אויסגעטרונקען אַ קעסטל בראָנפֿן, דאָס מיינט, אַ צוואַנציק האַלב־ליטער פֿלעשער. כ׳קאָן אײַך זאָגן, אַז פֿריילעך זענען מיר טאַקע יאָ געווען, און די אַרומיקע וועלט איז אונדז נאָכן קידוש מאַכן זייער געפֿעלן געוואָרן — קיין שום טענות צו גאָט האָבן מיר ניט געהאַט. שפּעטער, שוין אין ישׂראל, האָב איך וועגן דעם רבי משה־לייב קאָלעסניק אָנגעשריבן אַ ליד:

שאַט, ייִדן, הערט אויף, צו זשומען,
דער רבי דאַוונט מיט געפֿיל.
גלײַכער ווערט די וועלט די קרומע,
נאָך זײַן דאַוונען אין דער שטיל.

שאַט, ייִדן, הערט אויף צו רעדן,
דער רבי קידוש מאַכן וויל.
ליכטיק ווערט דאָס גרויע לעבן,
נאָך זײַן קידוש אין דער שטיל.

שאַט, ייִדן, הערט אויף צו פּרעפּלען,
דער רבי זינגען וויל אין שיל.
ריינער ווערן טריפֿה הערצער
נאָך זײַן זינגען אין דער שטיל...

דאָך, צו זײַן פֿריילעך, נאָך אַ גלעזל משקה איז אויך ניט קיין גרויסע חכמה. און אויב אַ מענטש נעמט ניט קיין ביטערן טראָפּן אין מויל אַרײַן, דאַרף ער דען זײַן אומעטיק?
לאָמיר זיך צוריקקערן קיין אָדעס. די שטאָט האָט געגעבן דער וועלט אַ סך באַוווּסטע הומאָריסטן, אַממערסטן ייִדן. אין משך פֿון יאָרהונדערטער האָט זיך אויסגעאַרבעט אין דעם ייִדן קעגן די גלות־צרות, שוועריקייטן פֿון לעבן, אַזאַ חוש, וואָס הייסט — הומאָר! הומאָר העלפֿט אונדז אויפֿנעמען דאָס קורצע און ניט תּמיד מזלדיקע לעבן מיט אַ שמייכל אויף די ליפּן, מיט אַ ביסעלע פֿרייד אין האַרצן.
"לאָמיר רעדן וועגן פֿריילעכערע זאַכן, וואָס הערט זיך מיט דער כאָלערע אין אָדעס?" — לייענען מיר בײַ שלום־עליכמען. צי: "לאַכט..., דאָקטוירעם הייסן לאַכן". דאָס לאַכן היילט די נשמה, וועלן מיר צוגעבן, די קלאַנגען פֿונעם פֿריילעכן לאַכן דערגרייכן מסתּמא, צו די הימלען.
אויב מאָטל פּייסי דעם חזנס פֿראַזע: "איך בין אַ יתום, נאָר מיר איז גוט", אַ ביסעלע בײַטן אויף, קאָנען מיר אויך זאָגן: "איך בין אַ קבצן, נאָר מיר איז גוט", "מיר איז שלעכט, נאָר מיר איז גוט", "איך בין אַ שלימזל, נאָר מיר איז גוט" אאַוו. לויט דער פֿאָרמול האָבן געוווינט די אָדעסער און אויך אַ סך אַנדערע ייִדן.
י. ל. פּרץ אין זײַן ליד "לשנה טובֿה" האָט געשריבן: /צי איר טראָגט די יאָך די שווערע/ מיט אַ שמייכל: אײַ, ווי גרינג!/
צי ווי ס׳האָט געשריבן י. באַשעוויס־זינגער אין זײַנער אַ דערציילונג:
"דער אמתער אמת איז: די גאַנצע וועלט איז שׂימחה. אין הימל איז אַ גאַנץ יאָר יום־טובֿ. פֿון אַלע שקרים איז דער גרעסטער שקר די מרה־שחורה..."
אָבער, כּדי צו שעפּן נחת פֿון יעדן דורכגעלעבטן טאָג, האָבן הנאה פֿון דער וועלט, מוז מען ניט וווינען אין אָדעס. אין וואָס פֿאַר אַ לאַנד איר זאָלט ניט וווינען, אין וואָס פֿאַר אַ שטאָט, שטעטל, דערפֿל איר זאָלט ניט פֿאַרדינען אײַער שטיקל ברויט — זײַט צופֿרידן מיטן לעבן, מיט דער אַרומיקער וועלט! אַלץ וואָס ס׳קומט פֿאָר מיט אײַך, נעמט אויף מיט הומאָר, מיט פֿרייד אין האַרצן און פֿאַרגעסט ניט צו זאָגן, אַפֿילו, אויב איר זענט ניט קיין גרויסער גלייבער אין דעם באַשעפֿער: גאָט צו דאַנקען, וואָס ס׳איז ניט ערגער! — וועט אומבאַדינגט אײַער לעבן ווערן אַ ביסעלע בעסער, שענער, מזלדיקער. ווײַל אין דער צײַט וועט אויך איבער אײַך ערגעץ אויף אַ וואָלקן אין הימל רויִק, זאָרגלאָזיק דרעמלען דער אייבערשטער, ווי ער האָט עס ליב געהאַט צו טאָן אַ מאָל אין דער געבענטשטער שטאָט אָדעס...